BREAKING!!! גמר הדין אין באבוב!!!

מהנעשה והנשמע אין די היימישע גאסן און הויפן
געדענקט!
ביטע זיך פרובירן האלטן אביעקטיוו און נישט אטאקירן אנדערע מעמבערס. לופטיגע הודעות וועלן נישט טאלערירט ווערן! קליקט דא צו זען די פרינציפן פון דעם פארום.

הודעהדורך moshe613 » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 9:25 am

http://www.jdn.co.il/news/385776

in center of the article there is a link to the full speech
i'm just now listening - i'm amazed. .
moshe613
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 139
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 3:15 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

הודעהדורך מארקוס » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 9:31 am

אדמו"ר מבאבוב45 האט געשריבן: כאן התחיל האדמו”ר לדבר פתיחות נדירה שהפתיע את אלפי החסידים ששהו במקום שכן האדמו”ר מאז עלותו לכס האדמו”ר לא התייחס אף פעם בפומבי אל המחלוקת בחצרות באבוב, ואמר: מאז פטירתו של חמי כ”ק מרן האדמו”ר רבי נפתלי צבי מבאבוב זי”ע היה לנו את הנסיון הזה, כשם שאין פרצופיהם שווים כך אין דעותיהן שוות, היה שני דיעות בקרב הקהל, וכולם הבינו שזה לא היה יכול ללכת ביחד, זהו דרך השלום שאנחנו ידעו שעל פי דין תורה יש לנו את הזכותים שהיה לכ”ק מרן חמי זצ”ל מאביו כ”ק מרן זקיני זצ”ל, ראינו שע”י שאם נישאר בבית המדרש הגדול זה יבוא לידי חילול ד’ ח”ו, אז עזבנו את הבית מדרש, למרות שיעצו לנו בתוקף לחזור לבית המדרש כדי שהזכותים שלנו יהיו חזקים יותר, אבל השתמשנו בדבריו של כ”ק מרן חמי זצ”ל במכתב ההתחזקות לאחר פטירת אביו זצ”ל, וז”ל ‘והקריב את כבודו על מזבח השלום בכל עידן ועידן’, לשלום יש מחיר אמר האדמו”ר אמר האדמו”ר בקשר לעזיבתו את הביהמ”ד בתקופה הזו של התחלת המחלוקת, ועל ידי צעד זו של עזיבת הביהמ”ד איבד את הזכיות.

ֿ
מורה מורינו הרב אדמו"ר מבאבוב45 שליט"א, כ'האב צו אייך א פאר פראגעס:

איר שרייט "שלום".
איר שרייט אז איר זענט גרייט "מקריב" צו זיין - פאר "שלום".

לאמיר פארשטיין, וואס איר האט געטוען פאר שלום, וואס איר טוט פאר שלום, וואס איר פארלאנגט צו טוען פאר שלום.

פון אייערע פעטער פארלאנגט איר, ער זאל "מקריב" זיין לפחות א דריטל פון זיינע בנינים, אדער לפחות 100 מיליאן דאללער, פאר שלום.
איר פארלאנגט פון עם, אז ער זאל אייך לאזן נוצן "זיין" נאמען, פאר שלום.

וואס זענט איר גרייט "מקריב" צו זיין פאר שלום?
אויב מוז אייערע פעטער אראפ לייגן 100 מיליאן דאלער פאר שלום, מוזטו אויך זיין גרייט דערפאר!
אויב אייערע פעטער דארף אייך לאזן נוצען "זיין" נאמען פאר שלום, מוזטו זיין גרייט אויפצוגעבן דערפאר.
איטס עי טו וועי סיסטעם.

אבער ניין.
איר ווילט נישט מקריב זיין קיים דיים פאר שלום. - איר ווילט א גאנצע דריטל פון די באבובער ריעל עסטעיט.
איר ווילט אויך נישט מקריב זיין א נאמען פאר שלום. - איר ווילט הייסן באבוב, כמות שהוא.

לאמיר קוקן פון אן אנדערע בליק.
איר ווילט שלום? נאו פראבלעם! גייט ארויס פון די ציונ'ישע ערכאות און ארץ ישראל. - ווי קענט איר שרייען אז איר ווילט שלום, ווען אייער שוואגער איז געפארן עדות זאגן קעגן באבוב, אין די ציונישע ערכאות?
איר ווילט שלום? זיי דיך מכניע צו בי"ד, און פאלג אויס דער די"ת, ווי האסטו געקענט פראקלאמירן א נייע בנין בנות ציון מיט באבוב'ער עמבלעם דערויף, נאכ'ן פסק דין.
וואספארא מין שפיל איז דאס, אנצוגיין מיט אן אנטי שלום קאמפיין, און שרייען מיר זוכן שלום?

אבער ס'איז נישט קיין נפקא מיניה, ווייל איר ווייסט נישט ווי גוט איר האט געזאגט:
ניין יאהר, האבן אייערע שלוחים געבונטעוועט אין די"ת, אז י"ג אדר תשס"ה, האבן אונז ענק ארויס געווארפן פון באבובער ביהמ"ד.
ענדליך האט איר מודה געווען קבל עם ועדה, אז ס'איז געווען א ליגנט, איר זענט אליין ארויס [פאר "שלום" פארשטייזעך].
באניצער אוואטאר
מארקוס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 137
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 10:51 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל

הודעהדורך בארא פארקער » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 9:37 am

ממש א חידוש ווי עולם גולם קויפט זיין קרעפ,
ער וויל שלום? אין וועגען דעים איז ער ארויס פון ביהמ'ד.
קוק אויפן בילדער פון די טיש, הרב יהושע רובין די רב, איז נישט בנמצא, ווי איז ער?
שומו שמים ער גייט רופן זיין זיידע'ס מוסדות אין ערכאות,
זיין זיידע וואס האט געלייגט פלייש אין בלוט פאר קרית באבוב, האט הרב יהושע רובין א פארלאנג צו פארקויפן פאר פרייע, אזוי וועט ער אפשר מאכן אפאר דולער.
דאס איז באבוב, הע? (קרעדיט, צבי אריה)
בארא פארקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:41 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

הודעהדורך יעדער לאכט » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 10:26 am

די תורה זאגט אז מ'מוז פאלגן א פסק בי"ד "ועשית ככל אשר יורך". שטייט בכלל נישט קיין חילוק צו ס'שמעקט דער פסק אדער נישט.
אבער "לפנים משורת הדין" און "למען השלום" גייט מען ווארטן אויף גדולי ישראל (אויף וועם??) זאלן זאגן צו מ'זאל פאלגן..
למען השלום האט נארוואס באקומען א נייע באדייט
לאכן לאכט דער וואס לאכט!
באניצער אוואטאר
יעדער לאכט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 122
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 07, 2014 11:21 am
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 118 מאל

הודעהדורך כנור » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 10:58 am

בארא פארקער האט געשריבן:
כנור האט געשריבן:אין די שטרי ברורין שטייט "אפילו טעה בדבר משנה", דאס הייסט אז אפילו מען איז זיך טועה און מען פסקענט קעגען א אפענע הלכה (אין דיס קעיס חתנו כבנו).

אבער דא זעהט עס נישט אויס ווי א "טעה" נאר א במזיד ובזדון, דערפאר זעהט עס אויס רשעותדיג.

די טראכסט טאקע אז "דער תורה האט געזאגט אז אזוי איז דער הלכה"? אדער דער תורה האט געזאגט אז מען מוז עס אן נעמען?

אן צונעמען דער פסק דין, און צו דער פסק דין איז אויס געהאלטען הלכהדיג איז צוויי זאכען. קען זיין אז אפילו אויב עס איז רשעותדיג, און במזיד ובזדון, מוז 45 עס פארט אן נעמען. אבער מען דארך עס אן רופען ביים נאמען.

פששש, כ'האב הנאה אונז האבן דא איינער וואס קען חושן משפט אויסווענדיג,
די וויייסט פונקטלעך וואס די הלכה דארף זיין אין וואס איז יא ריכטיג אין וואס נישט,
שנעלע שאלה, ביסט געזעצן ביי די זיצונג? יא צו ניין? טאמער נישט זיי שטיל,
וואס דרייסטו א קאפ? די ווייסט וואס פאר א עדות ס'דארט געווען? דיווייסט אלץ וואס האט זיך דארט אפגעטוע?
חוץ טאמער די ביסט איינער פון די רבנים, אין טאמער יא, העי! נייס ז'אב באדי

איך האב א סוד פאר דיר, ששש, זאג קיינעם נישט אויס, דער פסק איז נישט באזירט אויף שלחן ערוך חושן משפט, ווייל דארט שטייט נישט אזוי. אבער א דין בית דין האט עס אפשר יא ווייל דארט (אין חו"מ) שטייט אז שלשה רועי בקר זענען אויך א בית דין און קענען אויף פסקנען חושן משפט שאלות. נו, ווייניגער ווי א רועי בקר בין איך דאך נישט, איז אלזא קען איך אריין רעדען אזוי ווי דיר. צוויי רועי בקר שמועסען זיך אדורך, שוין געהערט אזא זאך.

א שנעלע ענטפער, טאמער מען איז נישט געזעצען ביים זיצונג, דארף מען זיין שטיל? איך זעה נישט אז אנדערע ווואס זענען נישט דארט געווען זאלען זיין שטיל. שנעלע קשיא, די ביזט יא דארט געווען?

יא, אוודאי ווייס איך וואספארע עדותשאפט עס איז דארט געווען, רא"ב שרייבט עס דאך ארויס, אז מען האט עס אפגעווארפען, איז פון וואספארע עדות רעדסטו?
בין א פריוואטע איד מיט א מיינונג.
כנור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

הודעהדורך כנור » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:02 am

בארא פארקער האט געשריבן:
moshe613 האט געשריבן:יין, מענטשן וואס לאזן איבער מוסדות מיט פרנסות הכל בכל מכל כל נישט וויסינדיג וואס די מארגן וועט ברענגן העיקר נישט צו זיין אונטער איין דאך מיט רב״צ - איך פארשטיי אליינס וואס זיי האלטן, אז די פארשטייסט נישט טרעפ א צוויטן זאל דיר מסביר זיין . ;-)


נישט געוויסט וואס די מארגענדיגע טאג גייט ברענגען? א בלאף
זיי האבן דעמאלטס געהאט שטיצער פון ב"צ דוננער אויף א צודרייטע פארנעם. וואס דרייסטו א טשייניק?
מ'האט צוגעזאגט אידן פרנסות הייזער מיט אלעס, אז זיי זאלן זיך אריבער ציען צו מ"ד. מ'האט דעמאלטס געניצט געלט ווי וואסער,
יעדער נסיעה מ"ד האט געמאכט קיין חו"ל (געשעהן בערך 6 מאל א יאר) האט געקענט קאסטן קרוב צו מיליאן דוללער.

וואס אפגעלאסט? ווען אפגעלאסט?
יא אפגעלאסט א פלאץ פאר געלט וואס מ'האט זיי צוגעזאגט, ווען די רעדל וואלט ווייטער געפארן אזוי ווי דעמאלטס וואלט מ"ד בלי שום ספק געווען די רייכסטא רבי אין כד הארץ

נישט היינט געדאכט מהאט דעמאלטס צוגעזאגט פאר אלע אינגערלייט וואס ציען זיך ארויס פון קרית באבוב קיין בני ברק באקומען דירות בחינם, וכך הווה
געווען איינער יענקל מ. האט נישט געקענט מחליט זיין וואס צו טוען, נאך א יאר בערך האט ער מחליט געווען ער האט נישט קיין פרנסה, ער גייט כאפן די דיעל, ער האט געמאפט קיין בני ברק זיך געטוישט פאר א מ"ד א חסיד (פאר געלט) אין בבווום, דאננער האט אויסגעהאכט זיין נשמה, ער האט געוואלט צירוק קומען צו ב"צ אבער צירוק גייט א קאזע

די זאגסט אז "זיי האבן דעמאלטס געהאט שטיצער פון ב"צ דוננער אויף א צודרייטע פארנעם".

נישט אמת, רב"צ דוננער האט נאך דענמאלט נישט געשטיצט מיט גרויסע געלטער. איז ממילא דיין אנאליז געבויעט אויף א פאלשע יסוד.
בין א פריוואטע איד מיט א מיינונג.
כנור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

הודעהדורך outspoken » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:08 am

דאס איז די אפטייטש ''ס'שטינקט פון קאפ'' זאגען פאר די אקסען (אפסס חסידים) עטס זאלטס ''שלום'' און מיר 'גרויסע' וועלן זען וואס צוטון, רמ''ד ווילסט שלום זאג אז גייסט פאלגען די די''ת און מ'מישט איבער א בלעטעל. דאס וואס די קליינע קינדער רעדען דאס איז נישט קיין מחלוקות נאר סתם דברים בטילים, דאס וואס די גרויסע דרייען מיט די צינג דאס איז מחלוקות.
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 797 מאל

הודעהדורך כנור » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:13 am

קענער האט געשריבן:יעצט גייט ארום א בשורה אז הה"צ רמ"ד האט געלאזט הענגן אין בית יעקב א גרויסע מודעה איבער "המשכת מלכות באבוב" באגלייט מיט א הערליך בילד פון א נייע פראכטיגע בית מדרש הגדול וואס גייט געבויט ווערן במקום די בית המדרש אויף 49 גאס
אין אנדערע ווערטער עס פעלט שוין נישט אויס קיין שום דרשה נישטא מער קיין ספיקות איבער די עתיד, קבלו די נייעס "ר' מרדכי דוד גייט פייפן אויפן פסק"
ווי אזוי גייט ער דאס האנדלן? ימים ידברו
אבער געליבן איז אז ער פייפט אויף בית דין
לפי עניית דעתי האט האדמו"ר מבאבוב (לפי שיטת הבי"ד) פארלוין זייער מיאוס העיקר יחסר מן ספר "סדר הדורות"
געמיינט האט דער רב אז ער איז געבליבן א בן יחיד, אבער ר' מרדכי דוד לאזט וויסן "בלא"

חס וחלילה להאי דעתא!

דער המשכת מלכות באבוב איז אז באבוב-45 גייט בויען א נייעם בית מדרש, און א המשכה פאר באבוב איז עס פאר זיינע 1500 משפחות ווייל בית דין האט דאך געפסקענט אז עס איז דא צוויי באבוב'ס, נאר 45 דארף צו ליייגען "45" אלץ א היכר, אבער באבוב איז עס, און א נייע גרויסע בית המדרש איז "המשכת מלכות באבוב", זאל עס זיין באבוב-45, עס איז נישט משנה.

און לגבי זיך אויספייפען פון בית דין, חס וחלילה. הערט אויס זיין דרשה נעכטען, ווי ער זאגט קלאר אז ער איז געגאנגען צו בית דין פאר שלום (זיך צו פארגלייכען און מאנען זיינע זכותים - ער האט א רעכט, ניין?) און יעצט האט עס מער נישט מיט אים און זיכער נישט מיט דער עולם. אויב מען דארף אויס פאלגען וועט ער אוודאי אויספאלגען, דער שאלה איז נאר (דער מיליאן דאלער קוועשיאן) וויאזוי פאלגט מען אויס אזע מוזרדיגע פסק וואס איז נישט אויספירליך און איז א חרפה און א בושה אויב דאס הייסט א "פסק תורה"! דער פסק לייגט אריין מענטשען אין א סטרעיטדזעקעט פאר דער נעקסטע הונדרעט יאר!
בין א פריוואטע איד מיט א מיינונג.
כנור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

הודעהדורך כנור » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:16 am

outspoken האט געשריבן:דאס איז די אפטייטש ''ס'שטינקט פון קאפ'' זאגען פאר די אקסען (אפסס חסידים) עטס זאלטס ''שלום'' און מיר 'גרויסע' וועלן זען וואס צוטון, רמ''ד ווילסט שלום זאג אז גייסט פאלגען די די''ת און מ'מישט איבער א בלעטעל. דאס וואס די קליינע קינדער רעדען דאס איז נישט קיין מחלוקות נאר סתם דברים בטילים, דאס וואס די גרויסע דרייען מיט די צינג דאס איז מחלוקות.

ער האט דען געזאגט אז ער גייט נישט פאלגען די די"ת? הערט ביטע אים אויס און קומט צוריק אונז זאגען וואס ער האט געזאגט.
בין א פריוואטע איד מיט א מיינונג.
כנור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

הודעהדורך שעפטל » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:18 am

יעצט אויסגעהערט די דרשה פון רמ"ד, איך זעה באמת נישט וואס דערוילעם טאנצט דא, ער זאגט ער וויל שלום, האט נאך גראדע נישט ארויסגעלייגט זיין שלום פלאן, קוקט אויס מ'דארף פארמישן אנדערע אין די סיס-פייער... אבער זאגט בכלל נישט אז ער גייט דא פייטן, אז ער גייט דא פייפן אויפן פסק, סך הכל האט ער נאך בערך 83 טעג פארן נייעם נאמען, ביז דאן מעג ער און זאל שרייבן "המשכת מלכות באבוב" ריגארדלעס וויאזוי ער גייט הייסן גייט ער עס סייווי רופן א "המשכה".

ער רעדט בכלל נישט שלעכט, ער לעשט נישט, אבער ער צינדט נישט אויך נישט, ער גרייט סך הכל אן דעם עולם פאר א שלום עפאכע... ער קען נאך דא ארויסגיין גוט אין די נעקסטע פאר וואכן. געטס אים א שאנס
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3443
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 3450 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3363 מאל

הודעהדורך כנור » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:20 am

זייער גוט געזאגט שעפטל, דער ערשטע נארמאלע תגובה היינט. (ניין, איינע פון די ערשטע - ווערט נישט באליידיגט).
בין א פריוואטע איד מיט א מיינונג.
כנור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

הודעהדורך כנור » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:27 am

בארא פארקער האט געשריבן:...קוק אויפן בילדער פון די טיש, הרב יהושע רובין די רב, איז נישט בנמצא, ווי איז ער?

העי! האסט פארגעסען פון דיין פריערדיגע תגובה ווי די שרייבסט ווי ער איז?

viewtopic.php?p=218957#p218957

צו ניצען דיינע ווערטער, פליז קאט די קרעפ(ליך)!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך כנור אום מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:52 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
בין א פריוואטע איד מיט א מיינונג.
כנור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

הודעהדורך כנור » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:30 am

בארא פארקער האט געשריבן:אז ער איז א צדיק, אין וויל שלום, איי בשעתן דרשה איז זיין שוואגער הרב יהושע רובין אין ארץ ישראל איו שלעפט זיין פעטער מייזליש אין קאורט?
לא קשיא

וואס דען זאל ער טוהן? מען האט דאך געפעלשט א חתימה, זאל ער נישט באקומען וואס איז זיינס? וויאזוי פארשטייסטו? וואס וואלסטו געטוהן?
בין א פריוואטע איד מיט א מיינונג.
כנור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

הודעהדורך כנור » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:36 am

אתא קלילא האט געשריבן:די וועלט דערציילט אז סאיז אמאל א משולח געגאנגען נאך געלט דאהי, נאך אין די בראשית יארן פון די באבובער טיילונג, (מסתמא פאר בן ציון דונער האט פארמאכט די אויגען פלוצלום׳דיג והמבין יבין)עכ״פ איז עם בייגעפאלען צו גיין צו ביידע באבאווע אדמורי״ם בעטען א נדבה, קומט ער צום ערשט צו ר׳ מרדכי דוד וואס האט עם שיין אויפגעמימען מיט א ברייטען שמייכעל אין צום באשלוס מנדב געווען 100$, דערנאך איז דער משולח ציגעגאנגען די מהרב״צ אויף 48 וואס האט עם אויפגענומען מיט א זויערען פנים אין שארפע אויגען אין עם ארויסגווארפען מיט 10$ האט דער משולח געזאגט אז יעצט איז ער געווען ביי א ריכטיגער ממשיך לבית באבוב א עכטער גאליצייאנער וואס איז ראוי צו זיין תפקיד אין דער ר׳ מרדכי דוד איז נישט קיין באבובער רבי אויב קען ער זיך ערלויבען צו געבען 100$ פאר א פשוטען משולח
לכאורה איז יענער גערעכט געווען...

אפילו פאר א דזאוק איז עס נישט שיין. אלע באבובער רבי'ס, כאטש זיי זענען געווען גאליציאנער האבען געגעבען גרויסע סכומים (אויב זיי האבען געהאט צו געבען) פאר די וואס האבען זיך אויסגעוויינט צו זיי.
בין א פריוואטע איד מיט א מיינונג.
כנור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

הודעהדורך כנור » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:38 am

אתא קלילא האט געשריבן:http://bshch.blogspot.com/2014/08/blog-post_4299.html?m=0
זאגט מיר יעצט איינער אז מיט וואס איז אברהם ברוך ראזענבערג וויינגער יורש פון באבוב ווי רמ"ד ? הלמאי ביידע האבען באקומען 6 מילון דאלער די איינצגסטע חילוק איז אז ער האט עס באקומען און 9 יאר און רמ"ד באקומט עס און 5 יאר

קרעדיט/שאולזון

איך פארשטיי נישט. איז רא"ב אן איידעם ביים מהרנ"ץ אדער זענען זיי איידעמער ביים מהרנ"ץ? סארי, איך פארשטיי נישט דער דזאוק.
בין א פריוואטע איד מיט א מיינונג.
כנור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

הודעהדורך כנור » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:40 am

לאליפאפ האט געשריבן:
איינגעמיירעט האט געשריבן:נוא איך וויל שוין גיין שלאפען.
קען איינער איבערגעבן נייעס פון די דרשה ?

אביסל שפעט... אבער געווען נעכטן א קנאק פון א דרשה אין באבוב, רמ"ד האט געפאדערט אז די בחורים און יונגעלייט זאלן זיך נישט מישן בשום אופן אין די מחלוקת, ווייל די גאנצע סיבה פארוואס זיין קהילה איז יעצט אין דין תורה און פארוואס זיין צד האט פארלאזט דעם ביהמ"ד נאך זיין שווערס פטירה איז נאר ווייל מען האט געזוכט שלום, און דאס איז די וועג וואס מען וועט ווייטער גיין.

בנוגע דעם פסק האט רמ"ד געלאזט וויסן אז דאס ווענדט זיך נישט אין אים נאר ער וועט לאזן גדולי ישראל (?) מחליט זיין את הדרך בה ילכו.

און בכלל האט ער אויפגעפאדערט זיינע חסידים זיך צו שטארקן אין תורה ועבודה אין די ימי אלול ווי מ'האט זיך געפירט אין באבוב אלע יאר ביים ר"ח אלול טיש.

בנוגע וואס א געוויסער ניק האט דא געשריבן אז די טעוועלעך המשכת מלכות באבוב צייגט אז רמ"ד פלאנט צו פייפן אויפן פסק דין איז גענצליך נאריש געזאגט, און ווי יעדער קען זיך אליין איבערצייגן. (בכלל האט יענער ניק פארגעסן אז די בי"ד האט געגעבן 90 טעג פאר א החלטה).

אגב, מפי השמועה האט קול באבוב האטליין געהאט נעכטן ארום 50,000 אריינרופער.

לאליפאפ, האסט עס גוט אראפגעלייגט.
בין א פריוואטע איד מיט א מיינונג.
כנור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

הודעהדורך ברוך שאמר » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:44 am

שלום אהער שלום אהין. it looks like he's here to stay
ברוך שאמר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 360
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 11:55 pm
האט שוין געלייקט: 31 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

הודעהדורך כנור » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:46 am

matovu האט געשריבן:אויסגעהערט האדמו"ר רמ"ד'ס דרשה.
קאט די קרעפ
פארקויף נישט פאר די קעלבעלעך אז די זיכסט שלום ווען ממש קעגען דיין נאז איז דא א גרויסע סיין פאר א נייע שוהל קהל שערי ציון דבאבוב...
Call it what it is.
דע מענטש הנקרא "רבי" איז אין איט פאר א לאנגע פייט
אין עס קוקט נישט אויס ער האט א choice צי פאלגען די פסק דין.
Cut it and leave with grace and moral.
אבער זיי קענען נעבעך נישט.

אין מען קייט דא איבער אין מיין מקוה אז ער האט גיט גערעדט אין ער זיכט שלום. ???
אהא !

וואס מיינט leave with grace, ווי זאל ער גיין? זאל ער פארמאכען זיין בית מדרש? זאל ער נישט בויען א נייעם בית מדרש וואס קען האלטען זיין עולם?
בין א פריוואטע איד מיט א מיינונג.
כנור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

הודעהדורך לאליפאפ » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:54 am

קוק נאר ווי די יונגע צימעס ניקס גייען אזוי קעגן שכל. איך האב אפגעשריבן אפאר פאראגראפן דברים של טעם וואו איך האב מסביר געווען וויאזוי איך פארשטיי דעם דרשה פון רמ"ד און פארוואס עס איז דערווייל נישט קיין סתירה צום פסק בית דין, קומען אפאר חברה און פילן אן נאך א בלאט מיט דברים של מה בכך, אן קיין שום טעם אדער הסבר, און שרייען בלא בלא בלא ער וויל נישט קיין שלום... רייט! רב"צ וויל שלום.
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 4:12 pm
האט שוין געלייקט: 327 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 858 מאל

הודעהדורך מארקוס » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 12:26 pm

איך וויל שלום, גייט נישט באנאנזאם, מיט'ן לויפן אין ערכאות אין א"י.
איך וויל שלום, גייט נישט צו צוזאמען מיט'ן ווייטער נוצען די באבוב עמבלעם, אויף א פרישע בנין, וואס דער עמבלעם באט בכלל נישט אויסגעפעלט.
איך וויל שלום, גייט נישט מיט "גדולי ישראל וועלן באשליסען..."
איך וויל שלום, שטומט נישט, מיט "ס'פעלט א סעיף אינעם פסק."
איך וויל שלום , איז א סתירה צום סלאגאן "המשכת מלכות באבוב", ווען בי"ד האט נארוואס גע'פסקנ'ט אז 'באבוב' מיינט נישט דיר, דער "המשך" איז ביי דיין פעטער.
באניצער אוואטאר
מארקוס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 137
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 10:51 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל

הודעהדורך בארא פארקער » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 12:33 pm

כנור האט געשריבן:
בארא פארקער האט געשריבן:אז ער איז א צדיק, אין וויל שלום, איי בשעתן דרשה איז זיין שוואגער הרב יהושע רובין אין ארץ ישראל איו שלעפט זיין פעטער מייזליש אין קאורט?
לא קשיא

וואס דען זאל ער טוהן? מען האט דאך געפעלשט א חתימה, זאל ער נישט באקומען וואס איז זיינס? וויאזוי פארשטייסטו? וואס וואלסטו געטוהן?

אפשר טאמער מ'וואלט געפעלשט א חתימה קען זיין ביסט גערעכט, אבער מ'האט קיינמאל קיין חתימה נישט געפאלשט, דאס איז איינער פון די צענדליגער ליגענטס ענקער פיהרער רעדן ענק איין. ס'איינס נאך אז אין 48 שעה באקומט מען די מתיבתא בנין, אין אייינס פאר מ'גייט אט אט בויען א בנין.
בארא פארקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:41 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

הודעהדורך בארא פארקער » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 12:40 pm

כנור האט געשריבן:
בארא פארקער האט געשריבן:
moshe613 האט געשריבן:יין, מענטשן וואס לאזן איבער מוסדות מיט פרנסות הכל בכל מכל כל נישט וויסינדיג וואס די מארגן וועט ברענגן העיקר נישט צו זיין אונטער איין דאך מיט רב״צ - איך פארשטיי אליינס וואס זיי האלטן, אז די פארשטייסט נישט טרעפ א צוויטן זאל דיר מסביר זיין . ;-)


נישט געוויסט וואס די מארגענדיגע טאג גייט ברענגען? א בלאף
זיי האבן דעמאלטס געהאט שטיצער פון ב"צ דוננער אויף א צודרייטע פארנעם. וואס דרייסטו א טשייניק?
מ'האט צוגעזאגט אידן פרנסות הייזער מיט אלעס, אז זיי זאלן זיך אריבער ציען צו מ"ד. מ'האט דעמאלטס געניצט געלט ווי וואסער,
יעדער נסיעה מ"ד האט געמאכט קיין חו"ל (געשעהן בערך 6 מאל א יאר) האט געקענט קאסטן קרוב צו מיליאן דוללער.

וואס אפגעלאסט? ווען אפגעלאסט?
יא אפגעלאסט א פלאץ פאר געלט וואס מ'האט זיי צוגעזאגט, ווען די רעדל וואלט ווייטער געפארן אזוי ווי דעמאלטס וואלט מ"ד בלי שום ספק געווען די רייכסטא רבי אין כד הארץ

נישט היינט געדאכט מהאט דעמאלטס צוגעזאגט פאר אלע אינגערלייט וואס ציען זיך ארויס פון קרית באבוב קיין בני ברק באקומען דירות בחינם, וכך הווה
געווען איינער יענקל מ. האט נישט געקענט מחליט זיין וואס צו טוען, נאך א יאר בערך האט ער מחליט געווען ער האט נישט קיין פרנסה, ער גייט כאפן די דיעל, ער האט געמאפט קיין בני ברק זיך געטוישט פאר א מ"ד א חסיד (פאר געלט) אין בבווום, דאננער האט אויסגעהאכט זיין נשמה, ער האט געוואלט צירוק קומען צו ב"צ אבער צירוק גייט א קאזע

די זאגסט אז "זיי האבן דעמאלטס געהאט שטיצער פון ב"צ דוננער אויף א צודרייטע פארנעם".

נישט אמת, רב"צ דוננער האט נאך דענמאלט נישט געשטיצט מיט גרויסע געלטער. איז ממילא דיין אנאליז געבויעט אויף א פאלשע יסוד.

וואס לייקענסטו היסטערי? דוננער האט שוין דעמאלטס געשיקט ריזיגע געלטער.
בארא פארקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:41 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

הודעהדורך יעדער לאכט » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 1:17 pm

כנור האט געשריבן:
קענער האט געשריבן:יעצט גייט ארום א בשורה אז הה"צ רמ"ד האט געלאזט הענגן אין בית יעקב א גרויסע מודעה איבער "המשכת מלכות באבוב" באגלייט מיט א הערליך בילד פון א נייע פראכטיגע בית מדרש הגדול וואס גייט געבויט ווערן במקום די בית המדרש אויף 49 גאס
אין אנדערע ווערטער עס פעלט שוין נישט אויס קיין שום דרשה נישטא מער קיין ספיקות איבער די עתיד, קבלו די נייעס "ר' מרדכי דוד גייט פייפן אויפן פסק"
ווי אזוי גייט ער דאס האנדלן? ימים ידברו
אבער געליבן איז אז ער פייפט אויף בית דין
לפי עניית דעתי האט האדמו"ר מבאבוב (לפי שיטת הבי"ד) פארלוין זייער מיאוס העיקר יחסר מן ספר "סדר הדורות"
געמיינט האט דער רב אז ער איז געבליבן א בן יחיד, אבער ר' מרדכי דוד לאזט וויסן "בלא"

חס וחלילה להאי דעתא!

דער המשכת מלכות באבוב איז אז באבוב-45 גייט בויען א נייעם בית מדרש, און א המשכה פאר באבוב איז עס פאר זיינע 1500 משפחות ווייל בית דין האט דאך געפסקענט אז עס איז דא צוויי באבוב'ס, נאר 45 דארף צו ליייגען "45" אלץ א היכר, אבער באבוב איז עס, און א נייע גרויסע בית המדרש איז "המשכת מלכות באבוב", זאל עס זיין באבוב-45, עס איז נישט משנה.

און לגבי זיך אויספייפען פון בית דין, חס וחלילה. הערט אויס זיין דרשה נעכטען, ווי ער זאגט קלאר אז ער איז געגאנגען צו בית דין פאר שלום (זיך צו פארגלייכען און מאנען זיינע זכותים - ער האט א רעכט, ניין?) און יעצט האט עס מער נישט מיט אים און זיכער נישט מיט דער עולם. אויב מען דארף אויס פאלגען וועט ער אוודאי אויספאלגען, דער שאלה איז נאר (דער מיליאן דאלער קוועשיאן) וויאזוי פאלגט מען אויס אזע מוזרדיגע פסק וואס איז נישט אויספירליך און איז א חרפה און א בושה אויב דאס הייסט א "פסק תורה"! דער פסק לייגט אריין מענטשען אין א סטרעיטדזעקעט פאר דער נעקסטע הונדרעט יאר!


ער איז געגאנגען צום בי"ד פאר שלום, און ווען בי"ד געט ארויס דעם פסק זאגט מען (למען השלום), וועיט עי מינוט, איך דארף גיין פרעגן גדולי ישראל צו איך דארף פאלגן..
סיריעסלי?? גדולי ישראל דארפן דיר יעצט זאגן צו די דארפסט פאלגן?? ס'איז דא א תורה! און ער הייסט פאלגן א פסק בי"ד צו ס'געפעלט יא אדער נישט!
כ'פארשטיי ס'איז שווער און ס'איז א גרויסער נסיון אבער זאג נישט אז דו ווילסט שלום ווען באותו דרשה זאגסטו אז איך דארף גיין געוואר ווערן צו איך דארף פאלגן א פסק בי"ד וואס דו האסט אינטערגעשריבן אז דו גייסט פאלגן
לאכן לאכט דער וואס לאכט!
באניצער אוואטאר
יעדער לאכט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 122
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 07, 2014 11:21 am
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 118 מאל

הודעהדורך גאנצל » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:09 pm

איך זעי אויך נישט די געשריי אויף רמ"ד

בס"ה זאגט ער איך האב באקומען א פסק איך בין עס גרייט מקבל צו זיין אבער איין מינוט בעפאר דעם וויבאלד איך האלט אז די פסק איז נישט אינגאנצן מסודר איך האב געוויסע טענות דערויף וויל איך קודם הערן פון גדולי ישראל וואס זיי זאגן צו מיינע טענות נו וואס איז זייער א גוטע זאך מצדו ער פרעגט א צווייטע בי"ד וואס צו טון און טאמער זיי גייען אים זאגן כזה ראה וקדש קענסט גארנישט טוישן נעמט ער עס אן כמו שהוא

אין וואס גייסטו טון אויב למשל די גאבד ירושלים למשל אדער הר' וואזנער גייט אים זאגן אז ער מוז נישט אננעמען די פסק מאיזה סיבה שהיא פארשטייסטו אויך אז ער איז נישט מחויב אנצונעמען די פסק פון בי"ד זייער פשוט

די גאנצע זאך אקעגן זיין דרשה איז א טאקטיק פון חסידי רב"ץ ארויפצולייגן א נאסע ליילעך אויף רמ"ד אז ער נעמט נישט אן די תורה און אזוי ארום וועט זייער רבי צוריק באקומען א שיינע פנים אויפן גאס
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2880
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 489 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1122 מאל

הודעהדורך כנור » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:21 pm

ריכטיג גאנצל, דער וואס האט געהערט די דרשה זעהט עס באשיינפורלעך. אבער זיינע קעגנער וועלען ווייטער שיסען.
בין א פריוואטע איד מיט א מיינונג.
כנור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק צימעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט