בית בעלעד - נתחלק

מהנעשה והנשמע אין די היימישע גאסן און הויפן
געדענקט!
ביטע זיך פרובירן האלטן אביעקטיוו און נישט אטאקירן אנדערע מעמבערס. לופטיגע הודעות וועלן נישט טאלערירט ווערן! קליקט דא צו זען די פרינציפן פון דעם פארום.

הודעהדורך פרעזידענט-עלעקט » דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 9:23 am

אפילו טראמפ איז נישט אזא לץ
נאכאמאל אויף וואס טאנעט מען זיך "בעלעד" א עסן א סטאר?? וואס איז דאס
טראמפ האט עס געמאכט געפעלט דיר נישט פאר אוועק
פרעזידענט-עלעקט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 13, 2016 11:47 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

הודעהדורך אייז קריעם » דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 2:33 pm

בעלעד איז א קליין שטעטל, איין באן סטאנציע נאך חעלעם.

ביידע נעמען האבן און זיך די מיטעלע אותיות עלע ודוק כי קצרתי.
One who does not see G-d everywhere does not see him anywhere
  –The Rebbe of Kotzk
אייז קריעם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:47 pm
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 255 מאל

הודעהדורך דולה ומשקה » מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 12:10 pm

* חסידי ומעריצי בית בעלעד אויפן פארלאנג פון כ"ק מרן הגאב"ד רבי ישראל טוסיג שליט"א צו שטיצן 'קלמן יעגער', האט ער טאקע געווינען מיט א גרויסע מערהייט א דאנק וואס בעלעד'ער חסידים זענען ארויס געקומען מיט א בלאק-וואוט לטובת דעם קאנדידאט. השי"ת זאל געבען די כוחות צו קענען אויפטוהן פאר זיינע ברודער'ס, אחינו בני ישראל וועלעכע וואוינען אין זיין דיסטריקט, בכלל ובפרט, ובכל אשר יפנה ישכיל ויצליח.

* בית המדרש הגדול והמרכזי איז אין פולע שוואוינג פונעם בויען, וואס וועט אי"ה זיין לנוי ולתפארת נישט נאר פאר חסידי בית בעלעד, נאר דער גאנצע סביבה וועט נהנה זיין פון דעם בית מקדש מעט.

* נעכטן אויף דער נאכט איז כ"ק מרן הגאב"ד שליט"א זיך באטייליגט ביים שמחת החתונה בבית הגה"צ אבד"ק סאטמאר 15 שליט"א, נאכדעם וואס דער רב שליט"א האט באקומען א פרעזענטליכע איינלאדנונג. דער רב שליט"א האט מען ענטפאנגען בכבוד גדול כראוי וכיאות.

היות דער פארלאנג איז גרויס, האף איך ברצון השם וועל ווייטער קענען ממשיך זיין מיט איבערגעבען מהנעשה והנשמע בחצרות בית בעלעד.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע בולשיט"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2679
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 520 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1801 מאל

הודעהדורך דולה ומשקה » דינסטאג יוני 19, 2018 12:50 pm

דער הערליכע נייע פראכטפולע בית המדרש הגדול והמרכזי האלט ביי אירע לעצטע שטאפלן און האפענטליך וועט דאס זיין פארענדיקט לכבוד ראש השנה הבאה ומתקרב.

דער גרויסע לעכטיגע בנין און איר אלע זייטיגע צימערן וועלן פארמאגן אלעס וואס אזא ריזיגע תורה אימפעריע און פעסטונג דארף מיטברענגן מיט זיך, ווי לדוגמא הערליכע מקואות, א טבילת כלים מקוה, גאר א שיינעם באקוועמע קאווע צימער, חדרים למנינים ולשיעורים, אולם שמחה פאר די ברית'ן און בר מצוה לייגן וואס קומט פאהר בחצרות קדשינו.

אויפן פארלאנג פון כ"ק דער רבי שליט"א איז דער בית המדרש געבויעט אויף א אופן אז מ'זאל פונעם גאס קענען גלייך אריינגיין אינעם פאליש און פון דארט צום גרויסן היכל אן דארפן ארויף אדער אראפ אפילו קיין איין טרעפל, דאס האט דער רבי שליט"א געבעטן מתוך רחמנותו הגדול עס זאל זיין גרינגער פאר עלטערע אידן אדער אידן נעבעך וואס גייען אין א ראד-בענקל.

מיר אלע ווארטן מיט שפאנונג אויף דעם גרויסן טאג, ווען גדול יהיה הבית הזה, אקאמענדירן די פיל צאליגע עולם חסידים ומערצים המתחמם באורו הגדול של כ"ק הגאון הגדול ישראל אשר בך אתפאר מבעלעד שליט"א.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע בולשיט"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2679
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 520 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1801 מאל

הודעהדורך סקרן » דינסטאג יוני 19, 2018 5:51 pm

וואס איז מיט א חדר פאר'ן רבי'ן און אן אויפנאם צימער ווי די גבאים וועלן זיצן שרייבן קוויטלעך ווען די רבי נעמט אויף נאכ'ן דאווענען?
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1079
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 270 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 654 מאל

הודעהדורך יין שרף » דינסטאג יוני 19, 2018 7:10 pm

נאכן דאווענען? דאווענען מאן דכר שמיא?
ניטאמאל א ביהמ"ד אין די ריזן בנין...


דער גרויסע לעכטיגע בנין און איר אלע זייטיגע צימערן וועלן פארמאגן אלעס וואס אזא ריזיגע תורה אימפעריע און פעסטונג דארף מיטברענגן מיט זיך, ווי לדוגמא הערליכע מקואות, א טבילת כלים מקוה, גאר א שיינעם באקוועמע קאווע צימער, חדרים למנינים ולשיעורים, אולם שמחה פאר די ברית'ן און בר מצוה לייגן וואס קומט פאהר בחצרות קדשינו
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2158
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4374 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2701 מאל

הודעהדורך א-שופר-איז-א-שופר » מיטוואך יוני 20, 2018 3:21 pm

סקרן האט געשריבן:וואס איז מיט א חדר פאר'ן רבי'ן און אן אויפנאם צימער ווי די גבאים וועלן זיצן שרייבן קוויטלעך ווען די רבי נעמט אויף נאכ'ן דאווענען?


אסאך וויכטיגער איז אן אפיס מיט קרעדיט קארד מאשינדלאך ווי מען וועט לקחנן געלט פון עולם
עס איז אסאך בעסער צו האבען א שטארקער ארץ ישראל וואס די גאנצע וועלט האט פיינט...
ווי אן אוישוויץ וואס דער גאנצע וועלט האט ליעב...
באניצער אוואטאר
א-שופר-איז-א-שופר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 154
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2017 4:26 pm
האט שוין געלייקט: 187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 108 מאל

הודעהדורך א-שופר-איז-א-שופר » מיטוואך יוני 20, 2018 3:29 pm

דולה ומשקה האט געשריבן:* חסידי ומעריצי בית בעלעד אויפן פארלאנג פון כ"ק מרן הגאב"ד רבי ישראל טוסיג שליט"א צו שטיצן 'קלמן יעגער',


א גנב שטיצט א שווינדלער
עס איז אסאך בעסער צו האבען א שטארקער ארץ ישראל וואס די גאנצע וועלט האט פיינט...
ווי אן אוישוויץ וואס דער גאנצע וועלט האט ליעב...
באניצער אוואטאר
א-שופר-איז-א-שופר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 154
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2017 4:26 pm
האט שוין געלייקט: 187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 108 מאל

Re: בית בעלעד - נתחלק

הודעהדורך קל וחומר » מיטוואך יוני 20, 2018 9:35 pm

דער אשכול קען לכאורה באצייכנט ווערן אינעם גינעס וואורלד רעקארדס אלס די לענגסטע וויץ אין די געשיכטע.
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1942
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 3074 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2786 מאל

הודעהדורך דולה ומשקה » מיטוואך יולי 11, 2018 2:08 pm

על כל פרט ופרט...
בייגעלייגטע פיילס
unnamed.jpg
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע בולשיט"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2679
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 520 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1801 מאל

הודעהדורך שטאפענע קאפעליטש » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 12:39 am

בעלעד עדווערטעיזט איבעראל איבער די בליץ קאמפיין פארן נייע שטיבעל.

אבער דא די עיקור ספאקסמאן פאר בעלעד איז שטיל? וויפיהל מאל האט דולה געלייגט א שמייכעל אויפן לעפצען?
נאדע דולה
בייגעלייגטע פיילס
AF822DFB-A26C-46EC-AFF1-EEEB25025504.jpeg
באניצער אוואטאר
שטאפענע קאפעליטש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 252
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:45 pm
האט שוין געלייקט: 175 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 511 מאל

הודעהדורך דולה ומשקה » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 12:44 pm

הבית הגדול הולך ונבנה. ווען כ"ק דער רבי שליט"א איז עומד על גביהם, אז יעדע זאך זאל ווערן געטוהן בכוונה לשם שמים לשם קדושת בית המדרש. אלפי חסידים ומעריצים קוקן שוין ארויס בכליון עינים אויפן השלם זה הבנין. תושבי בארא פארק און אירע אורחים ווארטן און האפטן אז דער גמר מלאכת בית ה' זאל זיין פארענדיקט פאר יום טוב פסח הבאה ומתקרב.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע בולשיט"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2679
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 520 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1801 מאל

הודעהדורך דולה ומשקה » דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:29 pm

ברוך שהחיינו וקיימנו והגענו לזמן הזה!
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע בולשיט"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2679
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 520 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1801 מאל

Re: בית בעלעד - נתחלק

הודעהדורך עבד נאמן » דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 8:34 pm

דולה ומשקה האט געשריבן:הבית הגדול הולך ונבנה. ווען כ"ק דער רבי שליט"א איז עומד על גביהם, אז יעדע זאך זאל ווערן געטוהן בכוונה לשם שמים לשם קדושת בית המדרש. אלפי חסידים ומעריצים קוקן שוין ארויס בכליון עינים אויפן השלם זה הבנין. תושבי בארא פארק און אירע אורחים ווארטן און האפטן אז דער גמר מלאכת בית ה' זאל זיין פארענדיקט פאר יום טוב פסח הבאה ומתקרב.
אויך דאס בויען דעם ביהמ"ד אום שבת קודש איז געטוהן געווארן בכוונה לשם שמים און לשם קדושת ביהמ"ד ?
עבד נאמן
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 3
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2019 5:16 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל

הודעהדורך דולה ומשקה » מאנטאג פעברואר 04, 2019 1:20 pm

כ"ק מרן רבינו שליט"א האט מיט גרויס צופרידנהייט פון זיינע הונדערטער בעלעד'ער חסידים ומעריצים ושומע לקחו, זיך מתלבש געווען געווען ב'אניפולות הלבנות' בשבת קודש העבר עלינו לטובה, יאריך ימים על ממלכתו.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע בולשיט"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2679
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 520 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1801 מאל

Re: בית בעלעד - נתחלק

הודעהדורך יהודי פשוט » מאנטאג פעברואר 04, 2019 1:33 pm

דולה ומשקה האט געשריבן:כ"ק מרן רבינו שליט"א האט מיט גרויס צופרידנהייט פון זיינע הונדערטער בעלעד'ער חסידים ומעריצים ושומע לקחו, זיך מתלבש געווען געווען ב'אניפולות הלבנות' בשבת קודש העבר עלינו לטובה, יאריך ימים על ממלכתו.
אויך מיט סטראקעס נעבעך
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 637
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:00 pm
האט שוין געלייקט: 399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 390 מאל

הודעהדורך דולה ומשקה » דינסטאג אפריל 02, 2019 10:46 am

כ"ק מרן אדמו"ר מבעלעד שליט"א וועט זיך בעזהשי"ת באטייליגן ביים גרויסע לוי' פון כ"ק האדמו"ר מסקולען זצ"ל. נעכטן אווענט האט דער רבי ארום גערעדט איבער דער פארלוסט פונעם גרויסן צדיק און פון זיינע גרויסע אויפטוהנגען למען הכלל איבערהויפט וויפיל דער סקולען'ער רבי האט לוחם געווען איבער די פגעי הזמן אינעם פרט פון דעם טמא'נען אינטערנעט און סמארט פאונס.

צווישן די חסידים ווייסט מען די גרויסע הערצה און ידידית נפשית וואס האט געהערשט צויישן די צוויי צדיקים דער סקולענער רבי מיט להבחל"ח דער רבי שליט"א. אי"ה עוד חזון.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע בולשיט"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2679
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 520 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1801 מאל

הודעהדורך דולה ומשקה » מאנטאג יאנואר 06, 2020 10:54 pm

קהל בעלעד בעט זיך ביים עולם אז ווער עס קען זאל זיך ביטע אנשטרעגן און צו העלפן מיט דער מנינים בין בשבת ובין בחול, דער רבי האט אוועק געגעבן אסאך מח און כח, דמים תרתי משמע, און א גרויס חלק פון זיין געזונט אהער צושטעלן דעם פראכטפולע בית המדרש אז אלע אידן זאלן קענען הנאה האבן פון איר, על כן טיילט אייך איין מיט אייערע חברים צו מאכן משמורות, אז צו יעדע תפלה זאלן קומען נאך א גרופע אידן ארויס העלפן מיט דער מנין.

מיר בעטן פון ידידינו בית ישראל אז דאס זאל זיך אנהאלטן פאר א קורצע תקופה פון נאך צוויי יאר, לויט די פלאן וועט כ"ק שליט"א זיך אריבער צוען קיין סטעטן איילאנד. היל"ת, פארא פארקער אידן טארן דאס בשום אין אופן צולאזן אז דער רבי שליט"א זאל אוועק גיין פונעם געגענט, זיין אנוועזנהייט איז א לייכט טורעם נאר פאר זיין געגענט נאר פאר אלע בארא פארקער איינוואוינער, בעקיפין ושלא בעקיפין.

חס ושלום אויב מויפט דער רבי קיין סטעטן איילאנד, מיינט דאס, אז דער קהלה פארקויפט די אלע בנינים וואס באלאנגט אונטערהאלב דער בעלעד'ער פאן, און קיינער וויל זיך נישט פארשטעלן וואס דאס מיינט פאר תושבי בארא פארק. דער רבי'ס רצון קדוש איז אהער צושטעלן קרית בעלעד אין סטעטן איילאנד, וואס אין איר ערשטע שטאפל וועט געבויעט ווערן קרוב צו הונדרעט הייזער און דער הויכפונקט וועט זיין דער צענטראלע גרויסע בית המדרש המפואר.

על כן, אויב בארא פארק וויל נישט אריינפאלן אין א טינקלקייט פון פנה הוה פנה זיוה פנה הדרה, ווערט דעריגנד געבעטן אלע בעלעד'ער חסידים צו קומען און זיך משתתף צו זיין און אלע תפילות שבת וחול, און זעהן אז אנדערע זאלן אויך קומען און ארויסהעלפן. פאר תושבי בארא פארק בכלל ווענד מען זיך מיט א ספעציעלע עקסטערע בקשה זעהן צו קומען און ארויסהעלפן די מנינים. וברכת הקודש פון דער רבי שליט"א: "תפלות וואס ווערן דא געדאווענט גייט נישט לאיבוד", יחולו עליכם.

אידן בעלי דעת וואס וועלן ברענגן גרעסערע סכומים ארויסצוהעלפן דער רבי און אלע זיינע גרויסע פעולות למען הכלל והפרט, וועלן האבן דער זכי' צו קענען איבערגעבן דאס געלט אין סיי וועלכע צייט בתוך ידיו הקדושים פון כ"ק מרן שליט"א און מקבל זיין ברכת קדשו מפיו הק'.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע בולשיט"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2679
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 520 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1801 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » דינסטאג יאנואר 07, 2020 9:32 pm

דולה ומשקה האט געשריבן:קהל בעלעד בעט זיך ביים עולם אז ווער עס קען זאל זיך ביטע אנשטרעגן און צו העלפן מיט דער מנינים בין בשבת ובין בחול, דער רבי האט אוועק געגעבן אסאך מח און כח, דמים תרתי משמע, און א גרויס חלק פון זיין געזונט אהער צושטעלן דעם פראכטפולע בית המדרש אז אלע אידן זאלן קענען הנאה האבן פון איר, על כן טיילט אייך איין מיט אייערע חברים צו מאכן משמורות, אז צו יעדע תפלה זאלן קומען נאך א גרופע אידן ארויס העלפן מיט דער מנין.

מיר בעטן פון ידידינו בית ישראל אז דאס זאל זיך אנהאלטן פאר א קורצע תקופה פון נאך צוויי יאר, לויט די פלאן וועט כ"ק שליט"א זיך אריבער צוען קיין סטעטן איילאנד. היל"ת, פארא פארקער אידן טארן דאס בשום אין אופן צולאזן אז דער רבי שליט"א זאל אוועק גיין פונעם געגענט, זיין אנוועזנהייט איז א לייכט טורעם נאר פאר זיין געגענט נאר פאר אלע בארא פארקער איינוואוינער, בעקיפין ושלא בעקיפין.

חס ושלום אויב מויפט דער רבי קיין סטעטן איילאנד, מיינט דאס, אז דער קהלה פארקויפט די אלע בנינים וואס באלאנגט אונטערהאלב דער בעלעד'ער פאן, און קיינער וויל זיך נישט פארשטעלן וואס דאס מיינט פאר תושבי בארא פארק. דער רבי'ס רצון קדוש איז אהער צושטעלן קרית בעלעד אין סטעטן איילאנד, וואס אין איר ערשטע שטאפל וועט געבויעט ווערן קרוב צו הונדרעט הייזער און דער הויכפונקט וועט זיין דער צענטראלע גרויסע בית המדרש המפואר.

על כן, אויב בארא פארק וויל נישט אריינפאלן אין א טינקלקייט פון פנה הוה פנה זיוה פנה הדרה, ווערט דעריגנד געבעטן אלע בעלעד'ער חסידים צו קומען און זיך משתתף צו זיין און אלע תפילות שבת וחול, און זעהן אז אנדערע זאלן אויך קומען און ארויסהעלפן. פאר תושבי בארא פארק בכלל ווענד מען זיך מיט א ספעציעלע עקסטערע בקשה זעהן צו קומען און ארויסהעלפן די מנינים. וברכת הקודש פון דער רבי שליט"א: "תפלות וואס ווערן דא געדאווענט גייט נישט לאיבוד", יחולו עליכם.

אידן בעלי דעת וואס וועלן ברענגן גרעסערע סכומים ארויסצוהעלפן דער רבי און אלע זיינע גרויסע פעולות למען הכלל והפרט, וועלן האבן דער זכי' צו קענען איבערגעבן דאס געלט אין סיי וועלכע צייט בתוך ידיו הקדושים פון כ"ק מרן שליט"א און מקבל זיין ברכת קדשו מפיו הק'.


ס'זעהט אויס ווי דולה קען זיך מער נישט איינהאלטן...
ליב צו וויסן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 342
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 712 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

הודעהדורך יין שרף » דינסטאג יאנואר 07, 2020 9:59 pm

א חוצפה און העזה! רבינו הק' וויל זיך אוועקציען מעלה זיין ניצוצות און סטעטן איילענד, קומען אפאר אפגעריסענע מחוצפים, אזויגערופענע "חסידי רבינו" וואס "פארשטייען בעסער", און פרובירן צו פארוואסערן די רבי'ס פלענער. היה לא תהיה! רבם דקרו!
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2158
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4374 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2701 מאל

Re: בית בעלעד - נתחלק

הודעהדורך moneyminded » זונטאג יאנואר 12, 2020 4:40 am

דולה ומשקה האט געשריבן:קהל בעלעד בעט זיך ביים עולם אז ווער עס קען זאל זיך ביטע אנשטרעגן און צו העלפן מיט דער מנינים בין בשבת ובין בחול, דער רבי האט אוועק געגעבן אסאך מח און כח, דמים תרתי משמע, און א גרויס חלק פון זיין געזונט אהער צושטעלן דעם פראכטפולע בית המדרש אז אלע אידן זאלן קענען הנאה האבן פון איר, על כן טיילט אייך איין מיט אייערע חברים צו מאכן משמורות, אז צו יעדע תפלה זאלן קומען נאך א גרופע אידן ארויס העלפן מיט דער מנין.

מיר בעטן פון ידידינו בית ישראל אז דאס זאל זיך אנהאלטן פאר א קורצע תקופה פון נאך צוויי יאר, לויט די פלאן וועט כ"ק שליט"א זיך אריבער צוען קיין סטעטן איילאנד. היל"ת, פארא פארקער אידן טארן דאס בשום אין אופן צולאזן אז דער רבי שליט"א זאל אוועק גיין פונעם געגענט, זיין אנוועזנהייט איז א לייכט טורעם נאר פאר זיין געגענט נאר פאר אלע בארא פארקער איינוואוינער, בעקיפין ושלא בעקיפין.

חס ושלום אויב מויפט דער רבי קיין סטעטן איילאנד, מיינט דאס, אז דער קהלה פארקויפט די אלע בנינים וואס באלאנגט אונטערהאלב דער בעלעד'ער פאן, און קיינער וויל זיך נישט פארשטעלן וואס דאס מיינט פאר תושבי בארא פארק. דער רבי'ס רצון קדוש איז אהער צושטעלן קרית בעלעד אין סטעטן איילאנד, וואס אין איר ערשטע שטאפל וועט געבויעט ווערן קרוב צו הונדרעט הייזער און דער הויכפונקט וועט זיין דער צענטראלע גרויסע בית המדרש המפואר.

על כן, אויב בארא פארק וויל נישט אריינפאלן אין א טינקלקייט פון פנה הוה פנה זיוה פנה הדרה, ווערט דעריגנד געבעטן אלע בעלעד'ער חסידים צו קומען און זיך משתתף צו זיין און אלע תפילות שבת וחול, און זעהן אז אנדערע זאלן אויך קומען און ארויסהעלפן. פאר תושבי בארא פארק בכלל ווענד מען זיך מיט א ספעציעלע עקסטערע בקשה זעהן צו קומען און ארויסהעלפן די מנינים. וברכת הקודש פון דער רבי שליט"א: "תפלות וואס ווערן דא געדאווענט גייט נישט לאיבוד", יחולו עליכם.

אידן בעלי דעת וואס וועלן ברענגן גרעסערע סכומים ארויסצוהעלפן דער רבי און אלע זיינע גרויסע פעולות למען הכלל והפרט, וועלן האבן דער זכי' צו קענען איבערגעבן דאס געלט אין סיי וועלכע צייט בתוך ידיו הקדושים פון כ"ק מרן שליט"א און מקבל זיין ברכת קדשו מפיו הק'.
היינטיגן מוצאי שבת איז געווען א שיינע מלוה מלכה

Sent from my SM-G960U using Tapatalk
moneyminded
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 156
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 113 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

הודעהדורך מהיכי תיתי » פרייטאג יוני 05, 2020 10:46 am

ביתו נאווה קודש פונעם רבי'ן שליט"א איז ארויף אויפן מארקעט, ערנסט פאראינטערעסירטע קענען אריבער קומען און זעהן דאס הייליג געצעלט.

רבינו שליט"א איז אוועקגעפארן אויף אפרוה.
מהיכי תיתי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 02, 2020 6:48 pm
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » דינסטאג יולי 21, 2020 1:01 am

זיצענדיג אויפ'ן ביעטש טשעיר ביים פול האט איינער געמאלדן די נייעס אז די בעלעדע רבי גרייט זיך אריבערצוציען קיין טאמפא פלארידע.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2629
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 4114 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2726 מאל

הודעהדורך טיכטיגער » דאנערשטאג יולי 23, 2020 11:40 pm

שמעון וואלף האט געשריבן:זיצענדיג אויפ'ן ביעטש טשעיר ביים פול האט איינער געמאלדן די נייעס אז די בעלעדע רבי גרייט זיך אריבערצוציען קיין טאמפא פלארידע.


ווי ס'קוקט אויס איז דער פלאן גאר אן ערענסטער, און ווערט אנגעפירט דעם די רביצין תליט"א

https://myemail.constantcontact.com/Who ... G0ZrC1hEVI
טיכטיגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 41
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 25, 2020 6:38 pm
האט שוין געלייקט: 36 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 112 מאל

הודעהדורך מהיכי תיתי » זונטאג יולי 26, 2020 8:45 pm

שמעון וואלף האט געשריבן:זיצענדיג אויפ'ן ביעטש טשעיר ביים פול האט איינער געמאלדן די נייעס אז די בעלעדע רבי גרייט זיך אריבערצוציען קיין טאמפא פלארידע.

די וואויסנאוט וועלכע האט ארויסגעריפן א פארשטערקערונג אינעם אינטערסע פון כלל ישראל אינעם מנהיג העדה דער רב שליט"א, איז דורך נישט קיין צווייטער ווי הרבנית הצדיקת תליט"א וואס איז עומד לימינו עז מיט די הנהגה. שלי ושלכם שלה הוא.

ומדי דברי בו, די הייליגער הויף איז פארשפארט אויף די זוממער וואכן (אזוי לויטעט א צעטל אויפ'ן פתח ההיכל).
מהיכי תיתי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 02, 2020 6:48 pm
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק צימעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט