שמחת בית באבוב / דיסטיג כי תבוא / עטרת גאלדא

מהנעשה והנשמע אין די היימישע גאסן און הויפן
געדענקט!
ביטע זיך פרובירן האלטן אביעקטיוו און נישט אטאקירן אנדערע מעמבערס. לופטיגע הודעות וועלן נישט טאלערירט ווערן! קליקט דא צו זען די פרינציפן פון דעם פארום.

הודעהדורך בארא פארקער » דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 2:10 pm

ברוך שאמר האט געשריבן:so what's the bottom line זיי וועלן זיך טרעפן היינט נאכט?

זיכער נישט, רב"צ גייט זיכער נישט גיין,
כ'ווייס הערשט נישט טאמער הרב טויבער אין הרב הורוויץ אדער אלע קאזענס וועלען גיין, נזכה ונחיה.
בארא פארקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:41 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

הודעהדורך כנור » דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 2:40 pm

זעהסט, איך האב זיך געוועט מיט א באבעווער (א באבעווער פארטי פיפט) אז זיי גייען יא קומען, אבער די האלסט זיי ווייניגער ווי איך.

אין אדער ווארדס (ווייל די פאשטייסט דאך נישט ככתבו), פארוואס זאלען זיי נישט קומען ווען זייער ווייבס שוועסטער מאכט חתונה א אייניקעל?
בין א פריוואטע איד מיט א מיינונג.
כנור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

הודעהדורך בארא פארקער » דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 2:47 pm

קענסט ענטפערן ערשט וואב כהאב דיך געפרעגט?
viewtopic.php?p=222511#p222511
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך בארא פארקער אום דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 2:55 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
בארא פארקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:41 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

הודעהדורך כנור » דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 2:53 pm

וואון עט עי טיים, בין נישט אזוי קליג ווי דיר.

וואס פרעגסטו, פרעגזשע מיין קינד.
בין א פריוואטע איד מיט א מיינונג.
כנור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

הודעהדורך בארא פארקער » דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 2:58 pm

גיי ארויף אפאר תגובות אין קוק, האסט מיך געזאגט כהאב מיך סותה געווען, כ'פארשטיי נישט די סתירה, והשנית פארוואס די רב ז"ל וועט שנעלער קומען צו שמעי גאלדבערגער חתונה ווי הרב טויבער'ס?
טאמער פארשטייסטו נאך אלץ נישט פארגעט איט, ארבייט דיך נישט איבער,
בארא פארקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:41 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

הודעהדורך כנור » דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 3:17 pm

דער סתירה זאל דיר א צוויטער מסביר זיין. די האסט דאך געמאכט דער סתירה, און די האסט זיכער נישט געמיינט זיך סותר צו זיין, נאר געניצט די געווער וואס איז דיר געקומען אין האנט נישט פארשטייענדיג אז עס איז א סתירה צו דאס וואס די האסט פריער געזאגט, איז פארוואשע זאלסטו עס בעסער יעצט פארשטיין.

עטרת גאלדא איז דאך א געגנבעטע האל, איז קלערסטו אז די רב ז"ל וועט דארט קומען ווען מען האט עס צוגעגנבעט פון זיינע קינדער?
בין א פריוואטע איד מיט א מיינונג.
כנור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

הודעהדורך כנור » דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 3:28 pm

פאר די ענטפערסט דער פריערדיגע תגובה, דארף מען קודם וויסען ווער איז דער רב ז"ל? דער רב ז"ל פון 48 אדער דער רב ז"ל פון 45?

פאר די וואס ווייסען נישט, לאמער מסביר זיין. עס איז נישט נאר היינט דא צוויי באבובער רבי'ס, באבוב-45 און באבוב-48, נאר עס איז אויך דא צוויי באבובער רב זכרונו לברכה'ס, דער רב ז"ל פון 48 (רבי שלמה) און דער רב ז"ל פון 45 (רבי נפתלי צבי). אין באבוב-45 ווערט דער מהר"ש גערופען "דער פריערדיגע רב ז"ל", ווייל ביי זיי האט זיך נישט גע'ענדיגט באבוב מיטען מהר"ש און צוריק אנגעהויבען מיט רב"ץ.
בין א פריוואטע איד מיט א מיינונג.
כנור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

הודעהדורך מארקוס » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 9:25 am

לאמיר פארשטיין וואס דער חכם שמעי גאלדבערגער פראבירט דא צו טוען, און ענק פראבירן צו דערגרייכן, און וואס דער פסק דין פון בי"ד געבט צו פארשטיין.

ראובן וואוינט אין זיין אייגן א הויז און שמעון קומט פארלאנגן אז צוליב עפעס א טעקניקאליטי איז דער הויז גאר זיינע.
ראובן ווייסט נישט וואס שמעון וויל פון זיין לעבן, אבער שמעון לאזט נישט נאך, ער נעמט עם צו קוירט, צו בי"ד, ער הייבט זיך אן צורופען ראובן, וכו' וכו'. יו געט די פיקטשער.
ענדליך, נאך ניין יאר פייטן, ראובן האט אויסעגעבן א מאיאנטעק מיט געלט, און בי"ד פסק'נט, העלאו שמעון? טראג דיך אפ פון דאנעט האסט נישט קיין שום תביעה.

וואס זאגט דאס אונז? איז שמעון, איז א נישט מער ווי אן אנגעריסענער פגע רע, וואס האט זיך צוגעטשעפעט צו ראובן.
--
ווי איז אבער אז בי"ד פסק'נט, ר' ראובן, פון די דאקומענט שמעון ווייזט, שטעלט יזך אויס אז שמעון האט א טענה, און מען 'פסקנ'ט איז האלב פון דער הויז באלאנגט צו שמעון.
דער בילד טוישט זיך.
ראובן איז שוין גארנישט אזא אומשולדיגע דא, ראובן איז גאר די חיה רעה, פארן צונעמען א חלק פון דער הויז פון שמעון.
---

לענינינו.
בי"ד האט מיט זייערע פסק, אויסגעשריגן גאנץ קלאר "(שמעון) [חסידי באבוב45], (איז א) [ענק זענען] נישט מער ווי אן אנגעריסענער פגע רע, וואס האט זיך צוגעטשעפעט צו (ראובן) [באבוב]!

איינמאל מען פארשטייט דאס, לאמיר צוריקדרייען דער זייגער - י"ג אדר שנת תשס"ה לפ"ק.

יעדער איינער וואס איז ארויס פון באבוב, מיט'ן פלאן און פארלאנג אז אלעס קומט זיי - איז ווי דער דערמאנטע שמעון.
ענק האבן פארלאנגט א זאך וואס קומט ענק נישט.
ענק האבן געמאנט "זכותים" וואס איז נישט געווען און וועט נישט זיין ענקער.
ענק האבן פראבירט צוצונעמען "אונזערע" בנינים, וואס ענק האבן נישט "קיין שום" זכות תביעה דערויף.

און דעריבער:
ווילן מיר ענק נישט קענען.
ווילן מיר ענק נישט זעהן פאר די אויגן.


יעדער וואס איז ארויס, האט א פנים ווי שמעון.
און יעדער וואס איז געבליבן איז ווי ראובן.

--
יעצט לאמיר זיך ווענדן צו שמעי גאלדבערגער.
צוליב כבוד אינטערעסן, האט ער זיך אנגעשלאסן אין א פארטיי, וואס האט געזוכט צו בא'גנב'ענען - באבוב.
דא איז דער עולה פיל גרעסער, ער האט געוואלט בא'גנב'נען, זיין "פעטער", זיינע אייגענע "מאמע".

ווי שעמט ער זיך נישט צו קומען מיט די גאנצע 'געוועזענע' באבובער איידלקייט, "איינלאדענען" זיין פעטער?
הרצחת וגם ירשת?
די די"ת האט אסאך שטערקער געמאכט די געמיינע עולה, וואס איש השלום, אדמו"ר מבאבוב45 האט גאר פראבירט אנצומאכן.

גאנץ ענק ענקערע וועג, און לאזטס אונז לעבן.
איך קען נישט די פאפאער רבי, נישטדער טאהשער רבי, און וויל נישט קענען דער באבוב45'ער רבי מיט זיינע חסידים.
כ'מעג עס פארלאנגען, עס גאנץ נארמאל, ס'האט גארנישט מיט מחלוקת.

אבער ענק? געוואלט און געשריגן. לאזט אונז אפ! קום נישט לאדענען, פגע נישט, תשס"ה האסטו באשלאסן אז דו דארפסט מיך נישט, קיעפ טו איט.
שמעי גאלדבערג האט א פנים ווי דער אויבנדערמאנטע שמעון. וואס קומסטו צו דיין פעטער בכלל? וואס קומסטו עם איינלאדענען, ווי די ווייסט, אז דער רבי וואס זוכט עם אונטערצוברענגען לצטע ניין יאר, גייט זיצן דארטן און פירן טיש. גיי לעב דיין לעבן, און לאז אנדערע לעבן. קום נישט צוריק צו קריכן, יעדע שטיק צייט. און אויב עעס געשעט, נישט ווי דיר געפעלט, וועסט זינגען, מחלוקת.
באניצער אוואטאר
מארקוס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 137
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 10:51 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

הודעהדורך תמימותדיגע » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 9:50 am

1. שמעון ג"ב האט נישט געוואלט זיך טיילן פון 48, אן אודאי נישט פון זיין משפחה. ער האט טאקע מער ליב געהאט די צד פון45 אבער ער פלעגט זיין בעיקר און 48, נאר 'אויך' געגאנגען צו 45. היות מען האט אים געהאלטן און איין שטויסן נאר פאר די פאקט אז ער גייט 'אויך' צו 45 האט ער געמוזט נעמען א צד מיט 45. ער פלעגט דאווענען אין די שטיבל אין חגי לאנג נאך אונז האבן געעפנט די שטיבל אין פנינה. ער איז כמה פעמים געקומען קיין אמעריקא נאך י"ב אדר און נישט אריין צו אונז דורך גאנץ תשרי נאר איין מאל. אדער איז ער געווען ביים טאטען אדער ביי 48. אז מען האט אים געצווינגען צו גיין מיט 45 קענסטו נישט זאגן אז ער האט געוואלט גנב'נן 'ענקער באבוב'. אודאי איז ער נאך בארעכטיגט צו וועלן האבן זיינע נאנטע קרובי המשפחה ביי זיין שמחה.

2. שמעי האט פארציילט (נאך ר"ח אב תש"ס) א סיפור וואס ער האט געהאט מיט די פריערדיגע רב ז"ל. דאס איז געווען צוויי וואכן נאך פסח תשנ"ט ווען די רב איז געווען צווישן איין רעספארעטאר אין די צווייטע. דעמאלס האט מען געלאזט אייניקלעך זיין ביינאכט אין שפיטאל צוזאמען מיט די רב. אינמיטן די נאכט האט די רב אים געזאגט אז ער זאל אנגרייטן א בענקל פאר רבי נפתלי אויב ער וועט קומען ווייל רבי נפתלי איז א צדיק. האט שמעי געפרעגט די זיידע און וואס איז די פעטער רבי חיים יענקל? זאגט די רב אז רבי חיים יענקל איז גרויסע תלמיד חכם. פרעגט ער און וואס איז די טאטע (רבי יונתן בנימין)? זאגט די רב דיין טאטע איז א גרויסע למדן.
און די רב האט מסיים געווען 'ווייטער פרעג מיר נישט'!
תמימותדיגע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 11:23 am
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל

הודעהדורך מארקוס » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 10:23 am

תמימותדיגע האט געשריבן:1. שמעון ג"ב האט נישט געוואלט זיך טיילן פון 48, אן אודאי נישט פון זיין משפחה. ער האט טאקע מער ליב געהאט די צד פון45 אבער ער פלעגט זיין בעיקר און 48, נאר 'אויך' געגאנגען צו 45. היות מען האט אים געהאלטן און איין שטויסן נאר פאר די פאקט אז ער גייט 'אויך' צו 45 האט ער געמוזט נעמען א צד מיט 45. ער פלעגט דאווענען אין די שטיבל אין חגי לאנג נאך אונז האבן געעפנט די שטיבל אין פנינה. ער איז כמה פעמים געקומען קיין אמעריקא נאך י"ב אדר און נישט אריין צו אונז דורך גאנץ תשרי נאר איין מאל. אדער איז ער געווען ביים טאטען אדער ביי 48. אז מען האט אים געצווינגען צו גיין מיט 45 קענסטו נישט זאגן אז ער האט געוואלט גנב'נן 'ענקער באבוב'. אודאי איז ער נאך בארעכטיגט צו וועלן האבן זיינע נאנטע קרובי המשפחה ביי זיין שמחה.


מען קען נישט אנכאפן דער שטריק ביי ביידע זייטן.
מען קען זיך נישט דרייען ביי צוויי זייט'ן ווען איין זייט האט אריינגעשטאכן אין דער צווייטע זייט.
ביי יעדער נאמראלע פריוואטע קעיס, איז עס פארשטענדליך, נאר ענק ווילן דאס נישט פארשטיין.
ענק ווילן טאנצ'ן אויף אונזער בלוט, און שרייען שלום.

שמעי גאלדבערעגער, האט געוואלט, סיי טאנצן (אפילו איינמאל איז צופיל) אויף אונזער בלוט, און סיי זיך דרייען ביי אונז.
ס'גייט נישט אזוי.
ווען דיין שכן וועט דיר נעמען צו קוירט, דיך צובאראבעווען פון אלעס, וועט עס דיר גוט וויי טוען אז דיין זוהן חבר'ט זיך מיט עם...
שוין אפגערעדט, אז אויב וועט יענעם איינלדאדנען צו א שמחה זיינע....
באניצער אוואטאר
מארקוס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 137
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 10:51 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

הודעהדורך דולה ומשקה » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 10:29 am

moshe613 האט געשריבן:החתן הרב יצחק יעקב בן הרה"ג ר' שמעון גאלדבערגער שליט"א בן הגה"צ אבד"ק בוקאווסק שליט"א חדב"ן כ"ק אדמו"ר מהר"ש מבאבוב זצ"ל, חתן הגה"צ אבד"ק ערלויא ב"ב שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מערלויא שליט"א, חתן הרה"ח הנגיד ר' ישכר בעריש ווייס שליט"א בן בעל מנחת יצחק זצ"ל גאב"ד ירושלים.

הכלה בת הרה"ג ר' זושא ווייסבלום שליט"א בן כ"ק אדמו"ר משעניצא שליט"א, חתן הרה"צ רבי חיים צבי הלברשטאם שליט"א נכד כ"ק אדמו"ר הקדושת ציון מבאבוב זצ"ל.


חופה

מסדר קידושין - שעניצא רבי, זיידע
כתובה ליינען - רבי בעריש ווייס ראה"ק סאטמאר מאנטשעסטער, זיידע
ערשטע צוויי ברכות - הגה"צ רבי יונתן בנימין גאלדבערגער אבד"ק בוקאווסק, זיידע
צוויי ברכות - רבי חיים הערש האלבערשטאם, זיידע
ברכה - ערלוי רב, פעטער
ברכה - הגה"צ רבי יהושע רובין שליט"א אבד"ק באבוב [45]
ברכה אחריתא - האדמו"ר מבאבוב [45] שליט"א

האדמו"ר מבאבוב (48) שליט"א האט זיך נישט באטייליגט.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע בולשיט"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2682
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 521 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1806 מאל

הודעהדורך אויסגערוט » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 10:53 am

פארוואס קומט באבוב 45 ברכה אחרית פאר זיין טאטע
באניצער אוואטאר
אויסגערוט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 11:38 pm
האט שוין געלייקט: 360 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל

הודעהדורך דולה ומשקה » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 11:03 am

מצב בריאותו ערלויבט עס נישט.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע בולשיט"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2682
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 521 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1806 מאל

הודעהדורך תמימותדיגע » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 12:21 pm

מארקוס האט געשריבן:
תמימותדיגע האט געשריבן:1. שמעון ג"ב האט נישט געוואלט זיך טיילן פון 48, אן אודאי נישט פון זיין משפחה. ער האט טאקע מער ליב געהאט די צד פון45 אבער ער פלעגט זיין בעיקר און 48, נאר 'אויך' געגאנגען צו 45. היות מען האט אים געהאלטן און איין שטויסן נאר פאר די פאקט אז ער גייט 'אויך' צו 45 האט ער געמוזט נעמען א צד מיט 45. ער פלעגט דאווענען אין די שטיבל אין חגי לאנג נאך אונז האבן געעפנט די שטיבל אין פנינה. ער איז כמה פעמים געקומען קיין אמעריקא נאך י"ב אדר און נישט אריין צו אונז דורך גאנץ תשרי נאר איין מאל. אדער איז ער געווען ביים טאטען אדער ביי 48. אז מען האט אים געצווינגען צו גיין מיט 45 קענסטו נישט זאגן אז ער האט געוואלט גנב'נן 'ענקער באבוב'. אודאי איז ער נאך בארעכטיגט צו וועלן האבן זיינע נאנטע קרובי המשפחה ביי זיין שמחה.


מען קען נישט אנכאפן דער שטריק ביי ביידע זייטן.
מען קען זיך נישט דרייען ביי צוויי זייט'ן ווען איין זייט האט אריינגעשטאכן אין דער צווייטע זייט.
ביי יעדער נאמראלע פריוואטע קעיס, איז עס פארשטענדליך, נאר ענק ווילן דאס נישט פארשטיין.
ענק ווילן טאנצ'ן אויף אונזער בלוט, און שרייען שלום.

שמעי גאלדבערעגער, האט געוואלט, סיי טאנצן (אפילו איינמאל איז צופיל) אויף אונזער בלוט, און סיי זיך דרייען ביי אונז.
ס'גייט נישט אזוי.
ווען דיין שכן וועט דיר נעמען צו קוירט, דיך צובאראבעווען פון אלעס, וועט עס דיר גוט וויי טוען אז דיין זוהן חבר'ט זיך מיט עם...
שוין אפגערעדט, אז אויב וועט יענעם איינלדאדנען צו א שמחה זיינע....

יש ויש.
עס איז דא משפחות וואס מאניפעלעטן אלע קרובים צו האלטן ווי זיי. אויב נישט ביסטו א שונא. אבער עס איז נאכאלץ דא משפחות וואס כאטש זיי זענען זייער בייז אויף א צד, וועלן זיי נישט באצווינגען א צווייטע משפחה מעמבער אז ער טאר נישט רעדו צו דער צווייטע צד.
שמעון איז זיכער נישט יורש באבוב. ער האט ליב זיין קאזין רמ"ד. ער איז נישט אריבער צו זייער צד אהנהייב. בסך הכל האט ער זיך אויך געוואלט האלטן מ יט צד 45.
איך זעה נישט פארוואס האבן זיי געדארפט אים אוועק שטיפן.
ווען זיי שטיפן אים נישט, וואלט ער היינט געווען אין 48. העכסטנס וואלט ער געווען א ידיד 45.
תמימותדיגע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 11:23 am
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל

הודעהדורך כנור » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 12:44 pm

מען בארעדט דא א מענטש מיט אזא רשעות וואס פאסט פאר אזעליכע שרייבערס וואס האבען געלערענט א נייע מדריגה אין חסידות אז "באבוב איז שלום, נאר ווען עס איז מיר נישט נוגע - ווען יא, זאל יענער צושמעטערט ווערען". פרושים זענען איבעריג, ליין איבער ווארט ביי ווארט פון די אומפארשעמטע ניקס וואס שרייבען אין נאמען פון באבוב (48).

איך וויל זיך אן נעמען פאר רבי שמעון גאלדבערגער שליט"א. איין נארמאל (פולקאם נארמאלע) אייניקעל און זיי האבען אים פיינט מיט תכלית השנאה, און וואס איז זיין עוולה? אז ער האט געוואלט "אויך" לעבען בשלום מיט באבוב 45! ווי איז נאך געהערט געווארען אזא חוצפה? ער וויל זיין בשלום! ער וויל זיך פירען ווי זיין זיידע! it is unforgivable

דער אמת איז אז זיי האבען קיינמאל נישט ליב געהאט זיין "אונגערישער" טאטע, און טאקע אלע ראסיסטען אין באבוב זענען געבליבען אין 48. אוודאי איז נאך דא דארט א פאר וואוילע איידעלע אידען און איך וועל זיין דער ערשטע דאס צו זאגען, אבער אזא שנאה וואס קומט פון דארט איז unheard of אין דער היסטאריע פון חסידות, און דייקא אין באבוב! דער "ריעל" זאגען זיי אונז. really absurd

דער אמת דארף מען שוין קיינעם נישט זאגען, ווייל דער וואס ווייסט עס נאך נישט וועט עס קיינמאל נישט וויסען (השנאה מקלקלת את השורה), אבער איין זאך דארף מען יא וויסען, אז רבי שמעון גאלבערגער איז א חשובער אינגערמאן, ברענגט כבוד פאר זיין משפחה, און ער האט די פילע שטיצע פון זיינע חשובע עלטערען, זיי אליין זענען אנוסים, יא אנוסים! נישט אנוסי שפאניא, נאר אנוסי באבוב!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך כנור אום מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 12:50 pm, רעדאגירט געווארן 5 מאל בסך הכל.
בין א פריוואטע איד מיט א מיינונג.
כנור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

הודעהדורך moshe613 » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 12:46 pm

איך האלט אז רמ"ד האט אסאך מער סיבות צו זיין בייז אויף רב"צ ווי רב"ץ אויף רמ"ד, פין איין זייט האט רב"ץ ארויסגעווארפן זיינע קינדער פין די מוסדות מרעדט דאך פין הונדערטער קינדער מיט וואס רב"ץ האט געלאזט הענגען אין די לופט, ער האט זיי נישט געגעבן קיין דאך איבערן קאפ, נישט נאר דאס ער האט נאכגעשיקט שווארצע, אינספעקטארס, באשמוצט אין נאכגערודפט רמ"ד פרובירנדיג אינטערצוברענגען די וואס האבן עם נישט מקבל מרות געווען, ער האט געשיקט 30 אינספעקטארס צו פארשפארן די זייל פין רמ"ד טאכטער חתונה אין סאיז איהם געלונגען, זיינע נאהנסטע מענטשן האבן געסטראשערט יעדער וואס האט זיי פארדינגען א פלאץ, אפילו אין דין תורה האבן זיי נאר מסכים געווען זייענדיג פארזיכערט אז 2 פין 3 דיינים זענען אויף זייערע זייט, 9 יאהר האבן זיי געשלעפט די דין תורה אין געגעבן שוחד פארן דיין וואס האט לכתחילה שטארק פאליטיש געשטימט מיט רבּ"ץ אין געלייגט משוגענע אומגעהערטע פרעשוער אויף די אנדערע וואס איז זייערס א מחותן אין ידוע פאר א שוואכער קאראקטער, טאקע רמ"ד האט געהאלטן אז דיין ראזענבערג וואס האט א נאמען פין א שטארקע דיין אין זיין היסטאריע האט געוויזן אז ער וואלט ווען געדארפט צו קענען ארויפצווינגן זיין דעת תורה אויף די אנדערע דיינים וואס זענען פיל מיט נגיעות, האט אבער ביי די באבובע דין תורה די שוחד אין לחץ אויף באב"ד אין זעלטענרייך פין רב"ץ איבערגעשטארקט דעת תורה פין ראזענבערג אין כדי צו צוענדיגן די די"ת האט ער זיך צוגעשטעלט צום רוב. איז פיין, די גניבה איז געלונגען, די שוחד האט געארבעט, די פרעשוער האט געטוהן זיינס אין האסט א פסק דין, א ריזן חלק קהילה באבוב וואס האבן יארן לאנג אינוועסטירט אין קהילת באבוב וואס יעדער בר דעת פארשטייט אז אפילו אהן ירושה/חזקה וכו' סתם אלס נארמאלקייט קומט זיי זייער ווערד פין די מוסדות זיי האבן דאך אויכעט קינדער וואס דארפן א דאך, האט רב"ץ אפגעפייט 9 יאהר אין סאיז געלונגען, אבער ניין ער איז נישט צופרידן, "ער" שפילט ברוגז אויף רמ"ד!! און נאך אלס נישט צופרידן! רמ"ד זאגט אני שלום, באווארפט עם רב"ץ מיט שמוציגע פאשקעווילן, זיין שוועסטערס מאכט חתונה בויקאט ער עס ווייל די אייניקל איז דאך ביי רמ"ד, בקיצור רב"ץ איז נאך אלס ברוגז, איי רמ"ד האט דאך טויזענט מאל מעהר סיבות צו זיין 'ברוגז'?????
moshe613
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 139
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 3:15 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

הודעהדורך תמימותדיגע » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 12:55 pm

דער אמת איז אז זיי האבען קיינמאל נישט ליב געהאט זיין "אונגערישער" טאטע

זאג נישט זיי, נאר רוב באבוב האט נישט ליב געהאט הרב יונתן בנימין. אונז באבובער זענען געווען פארקאכט אין די פריערדיגע רב ז"ל. ווידער די ביקאווסקער האט זיך געטוהן זיין אייגענע ביזנעס, וואס ער וויל. פאר די חסידים (קליינקעפיגער- ואני בתוכם) איז געווען שווער צו זעהן ווי אן איידעם פון די רב טוט זיך וואס ער וויל. ער האט חתונה געמאכט אין רויעל ווען אלע אנדער געשוויסטער האבן חתונה געמאכט אין ביה"מ
ער איז אויך געווען געקנאטען פון אנדערע טייג ווי די אלגעמיינער גאליציאנער חסיד.
ער איז געווען בקיצור אינדיפענדענט, א זאך וואס חסידים האבן נישט ליב.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך תמימותדיגע אום מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 1:52 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
תמימותדיגע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 11:23 am
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל

הודעהדורך כנור » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 1:03 pm

נישט שיין צו בארעדען א איד וואס איז חרוב קראנק. וואס האט ער דיר שלעכטס געטוהן?

יא, אמת אז עס זענען מיט געקומען אויך ראסיסטען קיין באבוב 45, אבער קוק וואס זייער רבי האט געטוהן? עס אויסגעריסען פון זיי, ממש פליאה'דיג. אין דער גאנצע באלד 10 יאר, האב איך קיינמאל נישט געהערט א ראסיסטישע ווארט דארט. א מוסטער פון שלום, וועליכע וועג מען זאל עס נישט שניידען.

לאידך גיסא, זענען 10 יאר צוריק געווען גאר איידעלע פיינע מענטשען אין 48, און וואס איז געשעהן מיט זיי? ארויסגעריסען יעדען מאס איידעלקייט!

דער קאנטראסט איז דאך שרייענעדיג. דארף מען נאך א היכר ווער איז באבוב און ווער רופט זיך נאר באבוב?
בין א פריוואטע איד מיט א מיינונג.
כנור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

הודעהדורך תמימותדיגע » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 1:52 pm

גערעכט
ער איז א וואולע זיסע מענטש
נעבעך נישט געזונט
א ריזן ת"ח
איך האלט נישט אז איך בארעד אים אבער איך גיי מעקן געוויסע זאכן.
תמימותדיגע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 11:23 am
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל

הודעהדורך כנור » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 2:32 pm

איך בעט דיר איבער, נישט געוויסט אז די האסט נישט געמיינט קיין שלעכץ (איך קוק נישט ווער שרייבט וואס און ווייס נישט אלע ניקס ווי זיי שטייען). איך האב דיר שלעכט פארשטאנען, און אזוי ווי דער אטמוספערע איז פאלוטעד, איז האב איך נישט מבחין געווען בין טוב לרע, צווישען א נארמאלע מענטש און א צוחושטע.

ביזט א גוטע מענטש, א יושרדיגע מענטש, און געוויזען גבורה מיטען געבען גערעכט.
בין א פריוואטע איד מיט א מיינונג.
כנור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

הודעהדורך תמימותדיגע » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 2:48 pm

די ווארט ראסיסט קומט נישט אריין אין דער אשכול אזוי אויך און אלע אנדערע באבובער אדער אידישער מחלוקת'דיגער אשכול.
תמימותדיגע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 11:23 am
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל

הודעהדורך כנור » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 2:57 pm

גערעכט, אבער איך האב פארט געהערט אזעליכע אפחוזק'ן פון ר' יונתן בנימין אלץ "דער אונגארישער", און כאטש אז עס אמאל געווען "נארמאל" אז גאליציאנער האבען געחוזקט פון אינגערישע, און אונגערישער פון מארמאראשער וכו' וכו', זענען מיר היינטיגע טאג שוין שיין אויסגעמישט, און עס פאסט נישט מער צו רעדען אזוי, ספעציעל אין באבוב, וואס די באבובער רבי'ס האבען מקפיד געווען אויף דעם.

ראסיסט איז אפשר צו שטארק א ווארט, אבער דער עולם געטס דער פוינט.
בין א פריוואטע איד מיט א מיינונג.
כנור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

הודעהדורך תמימותדיגע » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 3:13 pm

מיין טאטע שיחי' איז א ערליכער תמימותדיגע (על שמו האב איך די ניק) איד.
געדענק איך ווי ביי איינער פון די חתונות פון ר' י"ב וואס איז געווען אין רויאל ווי די עולם האט אים בארעדט אין גרויסן
האב איך איבערגעזאגט אלע לשון הרע'ס וואס מען האט געשמועסט ביי די בחורים.
מיין טאטע האט מיר געזאגט זייער שארף: א חסיד בארעדט נישט דעם רבי'ןס א קינד, נישט קיין חילוק וואס ער טוהט.
איך ב"ה גיי אין זיינע דרכים, און ביי מיר רין שטוב רעדט מען פון רב"צ מיט א חשיבות. איך זאג אלע מאל פאר מיינע קינדער ער איז דעם רב'ס א קינד, און א חסיד בארעדט נישט דעם רב'ס א קינד
תמימותדיגע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 11:23 am
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל

הודעהדורך כנור » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 3:24 pm

די טוהסט ריכטיג, איך טוה אויך אזוי.

כאטש איך האלט אזוי שטארק אז מען האט בא'עוולט רבי נפתלטשע און אים באראבעוועט, וועל איך אייביג אכטינג געבען צו זאגען "רבי" בן ציון, און נאר ווייל ער איז זיין טאטע'ס א קינד. איך ווינטש אים הצלחה, אבער קען נישט נעמען די שנאה פון 48 אויף 45, עס איז ארויס פון אלע גרעניצין.
בין א פריוואטע איד מיט א מיינונג.
כנור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

הודעהדורך אויסגערוט » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 4:27 pm

דולה ומשקה האט געשריבן:מצב בריאותו ערלויבט עס נישט.

עס ערלויבט צוויי ברכות אבער נישט ברכה אחריתא????
באניצער אוואטאר
אויסגערוט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 11:38 pm
האט שוין געלייקט: 360 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק צימעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט

cron