דרשת מהר"ש מבאבוב אודות נשמת נכדו הרמ"ד מבאבוב

מהנעשה והנשמע אין די היימישע גאסן און הויפן
געדענקט!
ביטע זיך פרובירן האלטן אביעקטיוו און נישט אטאקירן אנדערע מעמבערס. לופטיגע הודעות וועלן נישט טאלערירט ווערן! קליקט דא צו זען די פרינציפן פון דעם פארום.

דרשת מהר"ש מבאבוב אודות נשמת נכדו הרמ"ד מבאבוב

הודעהדורך דולה ומשקה » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 12:14 pm

א אינטרעסאנטע דרשה וואס מהר"ש מבאבוב האט געזאגט ביים שבע ברכות פון זיין איינקעל האדמו"ר רבי מרדכי דוד אונגער שליט"א י"ב אדר תשל"ד

דער דרשה איז זייער אייגענארטיג, ווי ער רעדט איבער גדלות נשמתו פון דער חתן, עטליכע מאל ווארפט ער אריין איבער דאס "הייליגעקייט" פון דער חתן, און איבער "זיין הייליגע נשמה", און אז "עס ציהט צוריק צום שורש". אזא דרשה איז נישט דא זיינס גלייכען אויף קיין שום אנדערע קינד אדער אייניקעל. מהר"ש מבאבוב איז מעיד אז מ'דארף נישט מאריך זיין ווייל מיר קענען איהם פון אלץ יונגעל.

נאך א אינטרעסאנטע זאך זאגט ער אין קלארע ווערטער, אז דער גאנצע סיבה פארוואס בנו בכורו רבי נפתלי צבי מבאבוב שליט"א איז געבליבען לעבען, טראץ די "אזוי פיל מאל געכאפט, אזוי פיל מאל ארעסטירט", "מען האט נישט געשאסען" איז צוליב דעם איינעם טעם "דא ווארט א נשמה'לע פון א הייליג קינד, מרדכי דוד'ל דארף האבן א שווער, דארף האבן א כלה, מען האט נישט געקענט שיסען, מען קען נישט שיסן, דא ווארט א הייליגע שורש, ער לאזט נישט".
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך דולה ומשקה אום מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 7:30 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע בולשיט"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2682
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 521 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1806 מאל

הודעהדורך דולה ומשקה » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 12:18 pm

(וזה תוכן הדרשה אחר שהאריך בדרוש)

...מיר זענען דאך אצינד אויף א שמחה, דער אויבערשטער האט געהאלפען מיין זוהן [רבי נפתלי צבי שליט"א] האט ב"ה באקומען א חתן א תלמיד חכם בבחינת שבת. איך דארף איהם [החתן רבי מרדכי דוד שליט"א] דא גארנישט צו לויבן ווייל עטץ קענטס איהם אלע גאנץ גוט. מיר קענען דעם חתן קע"ה פון קליינערהייט אויף, ער האט געלערנט ביי אונז אין די ישיבה, און דער עולם דא אין דעם בית המדרש קען איהם. מילא, ב"ה נו ער האט א הייליגע שורש אין יעדע זאך ציהט דאם צום שורש.

מען דארף דאנקען דעם באשעפער, נאך די אלע מלחמות וואס מען האט מיטגעמאכט מיט די צרות, מען האט געמיינט חלילה אז ס'איז אלעס אונטער געגאנגען. ווען ס'וואלט עמיצערגעוויסט ווי אזוי דער מחותן מיין ר' נפתל'טשע, איז געוועהן ביי די דייטשען אלס קליין יונגעל, מען האט איהם געכאפט אזוי ווי אלע אידישע קינדער, אידישער קינדער האט מען דאך אויסגע'הרג'ט. מען האט געזעהן אז ס'נישט דא קיים שום ברירה ווי אזוי ער זאל קענען בלייבען לעבן, ס'געוועהן דאמאלטס עטליכע צוואנציג נפשות, מיין משפחה, מיינע שוועסטערן, אלמנות נעבעך, זייערע מענער האט מען גענומען מיט'ן טאט'ן ז"ל צוזאם, האב איך געהאט דעם גאנצן עולם. האב איך געזאגט, וועלכס קינד איך וועל קענען ראטעווען, קודם ארויס פון פוילין אריבער קיין אונגארען, איך האב נישט געקענט אוועק דעמאלטס.

* דא איז האדמו"ר מהר"ש מבאבוב דערציילט איבער קורות ימי המלחמה פון זיין זוהן האדמו"ר רבי נפתלי צבי מבאבוב זצוק"ל *

...דאס אינגעלע האט געוויזען נפלאות, און דער אויבערשטער האט געהאלפען. אזויכע נסים פארציילט איין אינגעלע, וואס דאס קינד האט נעבעך מיטגעמאכט ס'איז געוועהן אזוי פיל מאל נעבעך, אזוי ווי איך זאג, ס'איז צו פארציילען גאנצע מגילות.

* דא האט מהר"ש מבאבוב דערציילט איבער זיין זיצען אין אינאיינעם מיט בנו רבי נפתלי צבי מבאבוב זצוק"ל אין דער תפיסה אין דער גרעניץ שטאט ניימארק.*

...און דער אויבערשטער האט געהאלפען מען האט נישט געשאסען, אין די אלע יסורים האט אונז דער אויבערשטער געהאלפען, מען לויבט השי"ת אין אזא עת רצון, היינט ביי א שמחה ביי זיין יונגסטע טאכטער. דוד המלך זאגט, וירוממוהו בקהל עם ובמושב זקנים יהללוהו, איז מען מחויב אנצוגעבן א שבח והודיה.

די באשעפער האט געראטעוועט דאס קינד, און קע"ה די דורות אצינדער האט די אויבערשטער געהאלפען, ס'ציהט צום הייליגן שורש, האט ער באקומען אזא הייליגע קינד, א הייליגע שורש. אויך דער צאנזער זיידענ'ס אן אייניקעל, רבי ר' מרדכי דוד'לס דאמבראווא'ס, כמה פעמים ווי מיר זענען קרובים. ס'ציהט צוריק צום שורש.

אז מען וועט פרעגן, ווער ווייסט אין וועלכע'ן זכות דאס קינד איז דעמאלטס לעבן געבליבען. אזוי פיל מאל נסי נסים, אזוי פיל מאל געכאפט, אזוי פיל מאל ארעסטירט. און דער אויבערשטער האט געהאלפען מען האט נישט געשאסן, מען האט נישט געשאסן.

אז מען וועט פרעגן פארוואס האט מען נישט געשאסן, די דייטשן כאפן אידן און מען שמאגלט גרעניצן און מען שיסט נישט, - ווייל – ווי קען מען שיסן, דא ווארט א נשמה'לע פון א הייליג קינד, מרדכי דוד'ל דארף האבן א שווער, דארף האבן א כלה, מען האט נישט געקענט שיסען, מען קען נישט שיסן, דא ווארט א הייליגע שורש, ער לאזט נישט, דער חתן לאזט נישט שיסן, ס'געשטאנען אזא נשמה'לע אין הימעל און האט זיך געבעטן ווי קען מען איהם שיסען, ווי וועל איך נעמען א מחותן, ווי וועל איך נעמען א כלה, מען האט נישט געלאזט שיסען.

דא איז דא א הייליגע שורש, און אז עס ציהט צום שורש, גייט עס זייער שנעל, מלאכים האבן געהיטן, זייער שנעל איז עס געגאנגען, ווייל עס ציהט צו א הייליגע שורש.

דער אויבערשטער זאל העלפן דער הייליגע שורש זאל ווייטער ממשיך זיין, אין זכות אבותינו הקדושים זאל מען זוכה זיין פון דעם זיווג צו זעהן בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות, און מען זאל זוכה זיין צי די גאולה שלימה במהרה. אמן.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע בולשיט"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2682
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 521 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1806 מאל

הודעהדורך בארא פארקער » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 2:05 pm

די הייליגע רב ז"ל האט ליידער מיט געמאכט ביים קריג זעקס פילע יאר פון ארום ךויפן, באהאלטן, פאסטען, פארשטעלן, מחזק זיין.
ממילא האט ער ביי יעדער שמחה געפיהלט זייער דערהויבן אין געדאנקט השי"ת אויפ א הויכע שטאפל, איינער פון די וועגען די רב ז"ל פלעגט דאנרן איז געווען פון זאגן זאכן וואס מ'האפט.
נישט מער געדאכט נאט די רב ז"ל געזאגט ביי יחזקאל שרגא הלבערשטאם'ס (בן אדמו"ר מבאבוב) געבוירן אז ער וועט ראטען אין די הייליגע שינאווער רב.
כ'וואלט גראדע געזאגט יחזקאל שרגא איז א הייליגע שורש ווי ר' מרדכי דוד.
בארא פארקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:41 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

הודעהדורך בארא פארקער » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 2:21 pm

@דולה ומשקה די האקסט אין טשייניק.
ביי איינער פון די רב ז"ל איידעמער איז די תנאים געווען חמשה עשר בשבט, די רב ז"ל האט גערעדט די גרויסקייט פונעם חתן, די זעלבע סארט שמועס בערך ווי ער האט געזאגט ביי מ"ד אין דערנאך האט ער געזאגט אז ביי אונז אין באבוב מאכט מען נישט קיין שהחיינו אויפן פירות חמשה עשר בשבט אבער פאר אזא חתן קען מען א שהחינו בשם ומלכות, אין ער האט טאקע אזוי געטוען. די עולם איז ארויס פון די כלים דעמאלטס,
אקעי, לאמער שרייען צוזאמען יעצט "קדוש קדוש קדוש" ער קען זיין יעצט באבובער רב, גיין מיר מכתיר זיין די רב ז"ל איידעם, כ'מיין בןציון בלום אדער יעקב ישראל מייזליש
בארא פארקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:41 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

הודעהדורך כנור » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 3:18 pm

I feel your pain

קומט אויס אז דיין רבין'ס ווערטער האט ביי דיר נישט קיין שום ווערט ווען די גלייכסט עס נישט. ווען ער פרעגט ביי דיר וואלסטו אים געזאגט צו טוהן אנדערש.

אבער די ביזט באבוב! די ביזט דער וואס האלט אז דאס איז געווען א בית דין ווי אין לשכת הגזית! אבער פון דיין רבין'ס זוהן וואס איז געווען א צדיק מאכסטו חוזק!
בין א פריוואטע איד מיט א מיינונג.
כנור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

הודעהדורך תמימותדיגע » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 4:59 pm

לידיעה בעלמא:
די תנאים וואס די רב האט גערעדט וועגן די רבי איז געווען י"ב אדר די זעלבע טאג וואס די רבי האט איבערגענומען די הנהגה!!
תמימותדיגע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 11:23 am
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 6:09 pm

רח''ל ווער עס האלט איין רגע אז דער מהר''ש השני מבאבוב ז''ל האט פארשטאנען צו נשמות, דארף באמת דרינגענד אן אונטערזיכער, און ער האט אלע סימפאנטן פון גייסטישע אומסטאביליקייט... רח''ל און וואס מענטשען קענען היינט גלייבן, באלד וועט נאך דא קימען איינער זאגן אז רי''ד רוקח מבעלזא כאפט מאלכים.... און רעב מענדל האגער מוויזניץ לערנט תורה מיטן מלאך מט''ט...... און ווען ר' ישראל האגער מוויזניץ איז גונוח גנוחות ווערט דער שטן מעורב.....
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1972
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 236 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2299 מאל

הודעהדורך moshe613 » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 6:46 pm

איך דארף נישט האלטן אז ער האט געכאפט מלאכים, איך מעג אבער ארויסנעמען א שטיקל השגה וואס די זיידע האט געהאלטן פין איהם, אין איך גלייב אז די ביסט אויכעט מודה אז די מהר"ש איז געווען גענוג אן ערליכן ייד אז מן השמים האט מען זיכער געמאכט אז מפיו לא יצא דבר שקר.
moshe613
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 139
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 3:15 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

הודעהדורך חסיד » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 9:22 pm

תמימותדיגע האט געשריבן:לידיעה בעלמא:
די תנאים וואס די רב האט גערעדט וועגן די רבי איז געווען י"ב אדר די זעלבע טאג וואס די רבי האט איבערגענומען די הנהגה!!


לידיעה בעלמא:
כ''ק מהרמ''ד האט מען מכתיר געוועהן צוזאמן מיטן שוואגער אלץ כ''ק מרנן ורבנן שליט''א ביינאכט און עס איז געוועהן י''ג אדר!
דעם גרויסן עצם הכתרה לראש צדיק איז געוועהן בליל פורים, יום זה מכובד מכל ימים להמליך אזא רבי'ן צו דעם פאסטן (עיין ערך 'פורים רב')
באניצער אוואטאר
חסיד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 24, 2014 5:13 pm
האט שוין געלייקט: 101 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

הודעהדורך shem-tov » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 9:26 pm

כהאף אז מען האט דאס אויפגעברענגט ביים דין תורה
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 827
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 384 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

הודעהדורך אתא קלילא » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 9:29 pm

חסיד האט געשריבן:
תמימותדיגע האט געשריבן:לידיעה בעלמא:
די תנאים וואס די רב האט גערעדט וועגן די רבי איז געווען י"ב אדר די זעלבע טאג וואס די רבי האט איבערגענומען די הנהגה!!


לידיעה בעלמא:
כ''ק מהרמ''ד האט מען מכתיר געוועהן צוזאמן מיטן שוואגער אלץ כ''ק מרנן ורבנן שליט''א ביינאכט און עס איז געוועהן י''ג אדר!
דעם גרויסן עצם הכתרה לראש צדיק איז געוועהן בליל פורים, יום זה מכובד מכל ימים להמליך אזא רבי'ן צו דעם פאסטן (עיין ערך 'פורים רב')

דער פורים רב איז געבליבען אויף זיין שטעלע וואס מען האט מכתיר געוועהן טאקע פאר דעם צוועק ביום הפורים אין זיין מקום קבוע אויפן 48 st
אין דער זעלבע צייט וואס דער עכטע רבי דער קלוגער מאן דער גאון וצדיק אין בעל מידות טובות איז אריבער צוזאמען מיט זיין הייליגען שווער זי״ע אין מיטגענימען מיט זיך אויך די רוחניות׳דיגע ירושה פון זיין זיידען דער קרוין פון מידות טובות אין אהבת ישראל צוזאמען מיט זיך אויף 45st
5596701167צו הערען געקליבענע דרשות מפי האתון דער מאנארא חכם וגוץ
אתא קלילא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 786
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 8:25 am
געפינט זיך: אויף הר הבית
האט שוין געלייקט: 647 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 622 מאל

הודעהדורך משולם שטיינפעלד » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 12:37 am

אתא קלילא האט געשריבן:
חסיד האט געשריבן:
תמימותדיגע האט געשריבן:לידיעה בעלמא:
די תנאים וואס די רב האט גערעדט וועגן די רבי איז געווען י"ב אדר די זעלבע טאג וואס די רבי האט איבערגענומען די הנהגה!!


לידיעה בעלמא:
כ''ק מהרמ''ד האט מען מכתיר געוועהן צוזאמן מיטן שוואגער אלץ כ''ק מרנן ורבנן שליט''א ביינאכט און עס איז געוועהן י''ג אדר!
דעם גרויסן עצם הכתרה לראש צדיק איז געוועהן בליל פורים, יום זה מכובד מכל ימים להמליך אזא רבי'ן צו דעם פאסטן (עיין ערך 'פורים רב')

דער פורים רב איז געבליבען אויף זיין שטעלע וואס מען האט מכתיר געוועהן טאקע פאר דעם צוועק ביום הפורים אין זיין מקום קבוע אויפן 48 st
אין דער זעלבע צייט וואס דער עכטע רבי דער קלוגער מאן דער גאון וצדיק אין בעל מידות טובות איז אריבער צוזאמען מיט זיין הייליגען שווער זי״ע אין מיטגענימען מיט זיך אויך די רוחניות׳דיגע ירושה פון זיין זיידען דער קרוין פון מידות טובות אין אהבת ישראל צוזאמען מיט זיך אויף 45st

פארוואס פרובירט דער עכטער נאכצומאכן דעם פאלשן פורים רב מיט יעדע שריט און טריט? אנגעהויבן ביי די יוניפארמס און גענדיגט ביים סדר הלימוד?
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 6:48 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 452 מאל

הודעהדורך חסיד » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 9:21 am

אתא קלילא האט געשריבן:
חסיד האט געשריבן:
תמימותדיגע האט געשריבן:לידיעה בעלמא:
די תנאים וואס די רב האט גערעדט וועגן די רבי איז געווען י"ב אדר די זעלבע טאג וואס די רבי האט איבערגענומען די הנהגה!!


לידיעה בעלמא:
כ''ק מהרמ''ד האט מען מכתיר געוועהן צוזאמן מיטן שוואגער אלץ כ''ק מרנן ורבנן שליט''א ביינאכט און עס איז געוועהן י''ג אדר!
דעם גרויסן עצם הכתרה לראש צדיק איז געוועהן בליל פורים, יום זה מכובד מכל ימים להמליך אזא רבי'ן צו דעם פאסטן (עיין ערך 'פורים רב')

דער פורים רב איז געבליבען אויף זיין שטעלע וואס מען האט מכתיר געוועהן טאקע פאר דעם צוועק ביום הפורים אין זיין מקום קבוע אויפן 48 st
אין דער זעלבע צייט וואס דער עכטע רבי דער קלוגער מאן דער גאון וצדיק אין בעל מידות טובות איז אריבער צוזאמען מיט זיין הייליגען שווער זי״ע אין מיטגענימען מיט זיך אויך די רוחניות׳דיגע ירושה פון זיין זיידען דער קרוין פון מידות טובות אין אהבת ישראל צוזאמען מיט זיך אויף 45st

שעפעלע ביסט אביסל יונג זעט אויס און די ווייסט נישט אז כ''ק מהרב''צ איז נכתר געווארן י''ג אדר בבית הדומ''ץ און דערנאך בביתו נאוה קודש תו''מ, נישט ביום הפורים ווי ערגעץ אנדערש, געט יאר פעקטס סטרעיט פארן שיסט קאטאנקענדי קוילן!
באניצער אוואטאר
חסיד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 24, 2014 5:13 pm
האט שוין געלייקט: 101 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

הודעהדורך סאו וואט » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 11:16 am

דער איינציגסטער מאל וואס מהר"ש ז"ל האט געמאכט א שהחיינו, איז ביי דו קינדער פון מרן מהרנ"צ ז"ל, כשנולדו לו דור שלישי, דור רביעי, דור חמישי, סתם פאר דו פאקט.
I AM SICK AND TIRED ALREADY
סאו וואט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 395
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 07, 2013 10:08 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 356 מאל

הודעהדורך איטשע » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 11:29 am

סאו וואט האט געשריבן:דער איינציגסטער מאל וואס מהר"ש ז"ל האט געמאכט א שהחיינו, איז ביי דו קינדער פון מרן מהרנ"צ ז"ל, כשנולדו לו דור שלישי, דור רביעי, דור חמישי, סתם פאר דו פאקט.

און ביי ר' בן ציון בלומ'ס שידוך - נישט אלעס ווייסטו/ווילסטו וויסן [מעק אויס דאס איבעריגע].
איטשע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 36
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 6:55 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

הודעהדורך דולה ומשקה » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 3:53 pm

קאך_לעפל האט געשריבן:רח''ל ווער עס האלט איין רגע אז דער מהר''ש השני מבאבוב ז''ל האט פארשטאנען צו נשמות, דארף באמת דרינגענד אן אונטערזיכער, און ער האט אלע סימפאנטן פון גייסטישע אומסטאביליקייט... רח''ל און וואס מענטשען קענען היינט גלייבן.


דאס אז מהר"ש מבאבוב זצ"ל האט געמאכט א שהחיינו אויף א פיטש ביים תנאים פון ר' בן ציון בלום אב"ד באבוב לונדאן איז געוועהן נאך זיין דרשה ווען ער האט בכלל נישט גערעדט איבער די נשמה פונעם חתן, און אודאי נישט אויף אזא ברייטקייט ווי ביי האדמו"ר רבי מרדכי דוד שליט"א, ער האט בסך הכל גערעדט אז ער איז א תלמיד חכם און א יראת שמים מרובים (מיט וואס ער איז מער ת"ח און יר"ש ווי זיינע ערשטע צוויי איידימער טויבער און גאלדבערגער ווייס איך נישט).

אבער רעדעדיק פון מהר"ש מבאבוב צו ער האט פארשטאנען צו נשמות צו נישט, איז כדי צו דערמאנען א בריעוו וואס ער האט געשריבען צו זיין טאכטער 'אסתר שינדל' וועלעכע האט שפעטער חתונה געהאט מיט רבי ברוך אברהם הורוויץ היינט איז ער דער ראש ישיבה און באבוב מתיבתא.

דער בת זקונים האט מען בשעתו בשנת תשל"ח גערופען אין באבוב בין אדם לחבירו מיט לשונות ווי "דער פריצה" אדער "דער גויטע" אד"ג, דער סיבה איז וויבאלד זי איז געוועהן מאדערן בהשקפה ובמלבוש למשל געגאנגען מיט זייער דינע קארלירטע שטרימפ טיילמאל אפילו דורך זוכטיג, אזוי פלעגט זי ליינען אין קעמפ ראמאנטיק נאוועל ביכער, דאס איז א מעשה פון כמעט 35 יאר צוריק, דער היינטיגע באבוב עולם געדענקט דאס נישט אזוי גוט, און וואס געדענקט יא האט נישט אינטרעסע צו רעדן דערפון.

עכ"פ יענע יאר ווינטער פ' תצוה תשל"ח האט 'בנות ציון' געשיקט מיט צוויי באסעס די עלסטע קלאסן אויף א טריפ צו א קאנוועטשען וואס איז פארגעקומען אין קליוולאנד, אוהייא. ס'געווען זייער א שלעכטער שניי'דיגע שווערע וועטער, איין באס האט געהאט א שווערע עקסידענט, און זיך איבערגעדרייט ר"ל ווי עטליכע מיידלעך זענען געווארען קריטיקעל פארוואונדעט.

מהר"ש מבאבוב האט באמת נישט געוואלט זיין טאכטער זאל אהין פארען, עס איז געוועהן נגד רצונו, אבער וויבאלד ער איז נישט געוועהן אין דער היים, ער איז אין 'האט ספרינגס' ארקענסא, איז ער געוועהן באגרעניצט, אין די מאמע הרבנית תחי' האט געגעבן רשות צו פאהרן.

ווען איהר פאהטער מהר"ש זצ"ל האט שפעטער געהערט דערפון אין א טעלפאון קאל, האט ער זיך אוועק געזעצט שפעטער שרייבען א הערליכע בריעוו צו זיין טאכטער, מ'דערקענט זיין ליבשאפט, זיין הארץ, און אויך ווי שיינערהייט אן קיין שטעך ווערטער גיבט ער איהר מוסר.

אין ציווישען זיינע ווערטער שרייבט ער דאס: "און יעצט קום מיט מיר צוזאמען פאר א וויזיט ארויף צום בית דין של מעלה צוצוקוקען וואס איז דארט דעמאלס אין די נאכט פאהרגעקומען..." און ער גייט דארט אריין וואס עס האט זיך אפגעטוהן אין הימעל.
בייגעלייגטע פיילס
bobov letter 1a.jpg
bobov letter 1a.jpg (146.16 KiB) געזען געווארן 1982 מאל
bobov letter 1.jpg
bobov letter 1.jpg (197.47 KiB) געזען געווארן 1982 מאל
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך דולה ומשקה אום פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 4:31 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע בולשיט"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2682
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 521 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1806 מאל

הודעהדורך דולה ומשקה » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 4:14 pm

העתק פון דער בריעוו (מיט עטליכע שינויים, ומגרעות)
בייגעלייגטע פיילס
bobov letter 2.jpg
bobov letter 2.jpg (184.79 KiB) געזען געווארן 1971 מאל
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע בולשיט"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2682
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 521 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1806 מאל

הודעהדורך דולה ומשקה » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 4:15 pm

המשך המכתב
בייגעלייגטע פיילס
bobov letter 3.jpg
bobov letter 3.jpg (232.63 KiB) געזען געווארן 1970 מאל
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע בולשיט"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2682
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 521 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1806 מאל

הודעהדורך I'm back » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 4:49 pm

דאס שרייבט דער דולה ומשקה, וואס האט געשריבן א מיאוסע תגובה אויף מהר'ש זי'ע.
אט דער טיפ מענטשן זענען אויף רמ'ד'ס זייט.
.
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 826
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2428 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל

הודעהדורך דולה ומשקה » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 6:21 pm

I'm back האט געשריבן:דאס שרייבט דער דולה ומשקה, וואס האט געשריבן א מיאוסע תגובה אויף מהר'ש זי'ע.
אט דער טיפ מענטשן זענען אויף רמ'ד'ס זייט.


להוי ידוע איך האב קיינמאל נישט געשריבען א ווארט בגנותו פון מהר"ש מ'באבוב, איך בין אפשר נישט קיין באבוב'ער חסיד, אבער שרייבען אנטקעגן איהם וועל איך זיכער נישט. איך שטעל מיך פאהר איך ווייס אויף וועלעכע תגובה מיינע דו באציעסט זיך, דארט האב איך געמיינט ארויס צו ברענגן לגבי דער שנאת אחים ושנאת חנם וואס גייט היינט אן ציווישען די צוויי באבוב'ער קרייזן, אין א געוויסע אופן וואס מ'זעהט נישט ביי קיין שום אנדערע חסידישע מחלוקה פון די לעצטע צוואנציג יאר. האב איך דארט געוואלט ארויס ברענגן די נקודה, אז דעמאלס וועט אויס קומען אז מהר"ש מבאבוב וואס האט אזוי געארבעט אויף אחדות און שלום איז א בלאף, והא ראי' קוק אן זיינע אייגענע חסידים דער מינוט עס האט זיך געמאכט דעם פירוד האט מען דארט ארויס געווארפען פון פענסטער אין איין רגע גאנצע 50 יאר פון דער 'שלום און אחדות' וואס מהר"ש האט געלערנט זיינע חסידים. עס איז דא א קליפ פון י"ב אדר ווי איינער שטייט אויף א טיש ווי א צורעדערטער א אנדערע שרייט "מענדל דו ביסט נעקסט", איך ווייס נישט ווער די אלע מענטשען דארט זענען, אבער איין זאך איז קלאר אז דער 'תורה' וואס מהר"ש האט געלערנט זיינע חסידים איז אינגאנצען נעלם געווארען ברגע חדא, אדרבה דער שנאה מוחלטת איז געווארען אריינגעווארצעלט אין דער מענטשהייט.

והשנית איך בין נישט אויף רמ"ד זייט און אויך נישט אויף רב"ץ זייט, אדרבה איך בין געוועהן דער וואס האט געפענט דעם אשכול,
viewtopic.php?f=5&t=383 געהאפט איך זאל קענען ממשיך זיין אבל לא איסתייע מילתא, דער צייט ערלויבט מיר נישט.

דער גאנצע זאך באלאנגט נישט אין דעם אשכול, כ'האב געפענט דער אשכול מיט א דרשת נדירה פון מהר"ש, ווייל איך האב עס געטראפען אינטרעסאנט, די לשונות וכו', נישט אז דאס מאכט רמ"ד מער רבי.

דאן איז נאך מער דעם בריעוו פון מהר"ש צו זיין טאכטער ווייל דאס איז שוין כולו בכתב יד קדשו.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע בולשיט"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2682
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 521 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1806 מאל

הודעהדורך דולה ומשקה » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 10:47 am

נאך א דורך גיין די קובצים שערי ציון און שלומה של מלכות, ועוד, זעהט מען אן א שיעור מאל וואס זאל אנדייטען כאילו דער רב מהר"ש מבאבוב זצ"ל האט יא פארשטאנען צו נשמות און אנדערע מיסטישע כוחות. ואי"ה עוד חזון למועד.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע בולשיט"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2682
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 521 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1806 מאל

הודעהדורך I'm back » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 10:53 am

#גייקייןבעלעד
.
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 826
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2428 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל

הודעהדורך דולה ומשקה » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 12:15 pm

I'm back האט געשריבן:#גייקייןבעלעד


???
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע בולשיט"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2682
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 521 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1806 מאל

הודעהדורך בר דעת » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 12:52 pm

זייער נישט שיין צו שרייבן אזוי אויף א פרוי וואס האט דיר קיינמאל שלעכט געטון, מרת הורוויץ און צו מפרסם זיין אזא אינערלכיע בריוו פון טאטן, הגם די בריוו אליין איז גאר שיין און דעקט אויף רוחב לבו פון דעם אדם יקר, אבער גיין באשמוצן זיין טאכטער איז אן עוולה. חוץ אויב די בעלעדער פאליטיק שפילט גוט, ביסטו גערעכט
בר דעת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 7:17 pm
האט שוין געלייקט: 990 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 710 מאל

הודעהדורך גאלד » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 1:36 pm

דער בריוו איז מורא'דיג, פארפאלן דער באבעווער רבי זצ"ל איז געווען א צדיק אמת ותמים בלי שום פניות ונגיעות, לא בכדי האט דער מענטש געצויגן ווי א מאגנעט, ווי טרעפט מען היינט אזא כאראקטער, כאב קיין שום ספק ווען דער רב זצ"ל וואלט געווען אין די שיך פון די היינטיגע רביס, וואלט ער בלי ספק מכריז געווען, איך בין מוותר אויף די נאמען די נכסים, איך גיימיר אין א שטיבל מיט 10 מענטשן, רב"צ קען אפשר האבן די לעדערהעד באבוב, אבער ער איז נישט וואס "באבוב" שטעלט אהער, איימסארי, סיז א ווייטאג,
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2198
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 695 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1776 מאל

נעקסט

גיי צוריק צימעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: AhrefsBot [Bot] און 3 געסט

cron