צהלי ורוני יושבת בארא פארק, כי גדול בקרביך קדוש ישראל

מהנעשה והנשמע אין די היימישע גאסן און הויפן
געדענקט!
ביטע זיך פרובירן האלטן אביעקטיוו און נישט אטאקירן אנדערע מעמבערס. לופטיגע הודעות וועלן נישט טאלערירט ווערן! קליקט דא צו זען די פרינציפן פון דעם פארום.

צהלי ורוני יושבת בארא פארק, כי גדול בקרביך קדוש ישראל

הודעהדורך קאך_לעפל » פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 1:27 pm

בארא פארק- ברוקלין אצינד קומט די גאר פרייליכע בשורה, אז כ''ק גאב''ד ירושלים שליט''א האט עדליך באוויליגט אפצושטאטען א באזוך, אין דעם עיר ואם בישראל בארא פארק יצ''ו.

א וועד איז פארמירט געווארן אין די איילעניש זיך אפצוגעבן מיטן מלכות'דיגען באזוך, און אין דער סאמער שפיטץ פינעם וועד איז געשטעלט געווארן דער לוחם מלחמות ה' במס''נ הרב יצחק שטערן שליט''א פון ווליאמסבורג, וואס שטייט שוין לאנגע יארן אין שפיטץ פון די פולע מערכת ישראל אין דער הייליגער שטאט וויליאמסבורג, ספעציעל איז ער געווען גאר אינטסטראמענטל אויסצורייסן דעם פוי פעך טמא'נעם פרעס-טראק פון וויליאמסבורג, אזוי אויך דעם טמאנעם גל-פז געשעפט פון די הייליגע לי עוועניו.

דער באזוך פארשפרעכט צו זיין א ששטארקע סוקסעס, און דער באזוך עס וועט ווארשיינליך איבערלאזען פולע באגאדזשען פון חיזוק און השפעות טובות, און אויך דירות פאר די תושבי בארא פארק יצ''ו.

די בארא פארק איינוואוינער שטייען און ווארטען מיט שפאנונג אויף דעם געהויבענעם באזוך, און קוקן שוין ארויס אויפן טאג ווי עס וועט מקיים ווערן דעם מלך ביפיו תחזנה ענינו.....

גלייכצייטיג וועלן פארקומען גאר שטרומישע דעמעסטראציעס דירך שלומי אמוני ישראל, און שפיטץ פינעם לוחם האדיר הרב יואליש צימערמאן הי''ו, פון דעם הייליגען שטאט וויליאמסבורג. די סיבות פון די דעמעסטראציעס איז נאך דערווייל נישט באקאנט, אבער פון אונטער די קוליסען הערט מען אז ר' יואליש שליט''א ארבייט גאר שווער צו טרעפן א סיבה פארוואס צו דעמנעסטרירען. וחפץ ה' בידו יצליח.....

צהלי ורוני יושבת בארא פארק, כי גדול בקרביך קדוש ישראל......
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1972
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 236 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2299 מאל

הודעהדורך פליישיגער » פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 1:39 pm

די קרית יואלע אידן גרייטען זיך אויך פאר גרויסע אויפנאמעס און מעמדי קבלת פנים
די קהילות צווישען זיך זענען נאכנישט אפגעמאכט ווער און ווי זאל אפרעכטן די צענטראלער קבלת פנים
פליישיגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 85
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 1:44 pm

וואס דארף מען זיך אריין לאזן אין מחלוקות צולוב דעם? דער קבלת פנים דארף פארקומען אין די הויפט קוואטיר פון די הייליגע "יוניידעט מאנרא" פארקערפערשאפט,
אזוי ארום וועלן אלע הייליגע קהילות אין קרית יואל זיין צופרידען...... ער איז דאך מלכי שלם מלך ירושלים, דער איש השלום מעיר השלם.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1972
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 236 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2299 מאל

הודעהדורך משולם שטיינפעלד » פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 1:46 pm

וואס איז די סיבה פונעם באזוך?
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 6:48 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 452 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 1:48 pm

וווי געזאגט: איבערצולאזן באגאזדשען חיזוק פאר די דאזיגע וואס נויטיגען זיך דעראינען....
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1972
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 236 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2299 מאל

הודעהדורך Kool man » פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 2:06 pm

א שטיקעל צימעס האט זיך אריינגעכאפט אין מילעכיגען קאווע שטיבעל
:)
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 889 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 676 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 4:27 pm

קאך_לעפל האט געשריבן:וווי געזאגט: איבערצולאזן באגאזדשען חיזוק פאר די דאזיגע וואס נויטיגען זיך דעראינען....

און, בעכאאדע מאכטע אויפטרייבן א ביסל געלט פאר די מוסדות הק' וועלכע ציען אויף די יונגע דורות על טהרת הקודש, נישט זייענדיג נהנה משולחן איזבל. (לכה"פ בגלוי.). נישט אזוי ווי א טייל מוסדות וועלכע זענען נאך נתייסד געווארן אין די צייטן פון הגה"ק מהרי"ל דיסקין זי"ע און זיי האבן ליידער נישט געקענט עומד בנסיון זיין און זיי האבן זיך געבראכן און היינט זענען זיי יא נהנה פון די טמא'נע געלטער פון די ציונים,ימ"ש...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 13995
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16060 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9102 מאל

הודעהדורך פליישיגער » פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 5:31 pm

file.jpeg
file.jpeg (42.5 KiB) געזען געווארן 4334 מאל
פליישיגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 85
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » מוצ"ש נאוועמבער 08, 2014 8:25 pm

וועלכע ירושלימע רב קומט? עמאר אדער שטערן?
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8525 מאל

הודעהדורך איך אויך » מוצ"ש נאוועמבער 08, 2014 8:38 pm

ווער געדענט נאך דעם בלאט'ס פראנט קאווער ביי זיין התמנות? כ'מיין אז לפחות די לעצטע צוויי הונדערט יאר האט מען נאכנישט באטיטעלט איין מענטש מיט אזויפיל טיטלן (און א שיינע פאר וואס קלעבט כלל נישט אויף עם) ,איי ווי עס דרייט זיך א (פאליטישע) וועלט.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8032 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2623 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מוצ"ש נאוועמבער 08, 2014 8:54 pm

קאווע טרינקער האט געשריבן:וועלכע ירושלימע רב קומט? עמאר אדער שטערן?

נו, אפיקורסות. איך בין מוחה בכל תוקף ועוז. ציונות, ר"ל מהאי דעתא. די ציונים עקזיסטירן נישט און זייער מדינה הטמאה עקזיסטירט נישט. און זייערע רע-בנים עקזיסטירן נישט. די גאנצע מדינה איז בטל כעפרא לפומיה. כ'מיין כעפרא דארעא...!
שומו שמים. כ'פארשטיי נישט וויאזוי די גבאים לאזן צו אזא אפענע כפירה, ר"ל. אינז ערליכע אידן פון אי. וועלט קענען נישט הערן אזעלכע שרעקליכע דברי כפירה און בלייבן גלייכגילטיג...!
אנטשולדיגט. כ'האב געמיינט אז דעיס איז דער איי וועלט אשכול... :roll:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 13995
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16060 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9102 מאל

הודעהדורך סאו וואט » מוצ"ש נאוועמבער 08, 2014 10:52 pm

סאו וואט? ביג דיעל.
פאר מיינעט וועגן, בלייב אונדערהיים.
I AM SICK AND TIRED ALREADY
סאו וואט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 395
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 07, 2013 10:08 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 356 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » מוצ"ש נאוועמבער 08, 2014 11:19 pm

וואס איז טאקע פשט פון די פאמפע ד'ראמפע? ער קימט דאך כסדר
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5437 מאל

הודעהדורך דריידל » זונטאג נאוועמבער 09, 2014 1:16 am

berlbalaguleh האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:וועלכע ירושלימע רב קומט? עמאר אדער שטערן?

נו, אפיקורסות. איך בין מוחה בכל תוקף ועוז. ציונות, ר"ל מהאי דעתא. די ציונים עקזיסטירן נישט און זייער מדינה הטמאה עקזיסטירט נישט. און זייערע רע-בנים עקזיסטירן נישט. די גאנצע מדינה איז בטל כעפרא לפומיה. כ'מיין כעפרא דארעא...!
שומו שמים. כ'פארשטיי נישט וויאזוי די גבאים לאזן צו אזא אפענע כפירה, ר"ל. אינז ערליכע אידן פון אי. וועלט קענען נישט הערן אזעלכע שרעקליכע דברי כפירה און בלייבן גלייכגילטיג...!
אנטשולדיגט. כ'האב געמיינט אז דעיס איז דער איי וועלט אשכול... :roll:


בערל, האסט פארגעסן צוצולייגן: אזוי זעהט מען אויס אז מ'ליינט נישט ישראל מ. סופר'ס (המכונה מנשה פילאפ) דברי מוסר והשקפה.

אז מ'רעדט שוין, וואס איז געשעהן צו דיינע סמייליס?
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1143
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 1:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1371 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 09, 2014 6:10 am

כ'על דיר ענטפערן על ראשון אחרון ועל אחרון מפטיר.
מנשה פיליפ מעיג האבן א ברעיק אמאל. זיינע שכנים ליידן די נאכווייען פונ' זיין שבת'דיגן טשולנט. ער האט שרעקליך באמבארדירט היינט ביינאכט...!
די סמייליס האביך ממעט געוועין ווייל איינער האט מיר מעורר געוועין אז ס'מאכט עים נערוועיז... :roll:
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך berlbalaguleh אום זונטאג נאוועמבער 09, 2014 12:41 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 13995
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16060 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9102 מאל

הודעהדורך ראש המדברים » זונטאג נאוועמבער 09, 2014 12:32 pm

ב"ה יעצט וועט יהדות החרדית אין ניו יארק אויך זוכה זיין צו מקבל זיין דעם מלך ישראל מיטן פעלץ
פונקט ווי פאריאר ביי די מסע המלכות אין שטאט בית שמש וואס האט געהאט די זעלבע מטרה

orig_6B367D73276843798DB84FA86980F58D11.JPG
orig_6B367D73276843798DB84FA86980F58D11.JPG (214.14 KiB) געזען געווארן 3787 מאל
באניצער אוואטאר
ראש המדברים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 02, 2012 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » זונטאג נאוועמבער 09, 2014 12:45 pm

אנעליסטען פראבירן צו אנעלעזירן די שיכט און קרייז פון די רבבות וואס גייען מקבל פנים זיין דעם מלך, דער אידישער אלגעמיינער גאס האט נישט צו אים קיין גרויס סימפאטיע, ביי זיי איז דער גאב''ד גאר רבי מרדכי אליהו, צו שלמה גורן, הרב עבודיה. אד''ג.
ביי די זאליבאנעצעס איז ר' מנשה גאב''ד, די ארוינים וואס האבן אים געמאכט פאר גאב''ד. האבן שוין געשלאגען כפרות מיט אים ווען ער איז ביי זיין ערשטע באזוך אין קרית יואל, געגאנגען קיין סאסמאנס, נא, פון וועם גייט באשטיין די רבבות? אויב די רבבות גייט באשטיין פון וויליאמסבורגע סיקריקים, דארף מען אלעמירן די באמב סקוואד, ווען רבבות סיקריקים קומען זיך צוזאם ה''י, עס וועט זיכער זיין דארט עטליכע אויפגעריסענע....
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1972
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 236 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2299 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 09, 2014 12:46 pm

ראש המדברים: ייש"כ פאר ברענגען דעם הערליכן בילד פון דעם מלך (אותיות מתחלפות) ישראל ביפיו. ב"ה אז דער וועטער האט מיט געשפילט און דער גאב"ד שליט"א האט געקענט זיך פאטאגראפירן מיט זיין שיינעם פעלץ. משא"כ ווען ס'איז 70 דעגריס...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 13995
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16060 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9102 מאל

הודעהדורך פליישיגער » זונטאג נאוועמבער 09, 2014 12:53 pm

קאך_לעפל עס גייט זיין א שיינע מעמד
מ'קען מאכען מיט די ראב''ד דאס זעלבע אז די ווילסט.
ווער דענקט דען נישט די שיינע און הערליכע לויב רייד פון די בלאט ווען ס'האט אויסגעזען לטובת ה.. אזוי צו שרייבען.
פליישיגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 85
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 09, 2014 12:54 pm

קאך_לעפל האט געשריבן:אנעליסטען פראבירן צו אנעלעזירן די שיכט און קרייז פון די רבבות וואס גייען מקבל פנים זיין דעם מלך, דער אידישער אלגעמיינער גאס האט נישט צו אים קיין גרויס סימפאטיע, ביי זיי איז דער גאב''ד גאר רבי מרדכי אליהו, צו שלמה גורן, הרב עבודיה. אד''ג.
ביי די זאליבאנעצעס איז ר' מנשה גאב''ד, די ארוינים וואס האבן אים געמאכט פאר גאב''ד. האבן שוין געשלאגען כפרות מיט אים ווען ער איז ביי זיין ערשטע באזוך אין קרית יואל, געגאנגען קיין סאסמאנס, נא, פון וועם גייט באשטיין די רבבות? אויב די רבבות גייט באשטיין פון וויליאמסבורגע סיקריקים, דארף מען אלעמירן די באמב סקוואד, ווען רבבות סיקריקים קומען זיך צוזאם ה''י, עס וועט זיכער זיין דארט עטליכע אויפגעריסענע....

קאך לעפל: ייש"כ. אבער איך בין נישט אינגאנצן מסכים מיט דיר. אינז אידן זענען נאכנישט אזעלכע טיפשים ווי די אראבערס, וועלכע רייסן זיך אליינס אויף ווייל דער אימאם האט זיי געשיקט. די אידישע סיקריקים וועלן ענדערשער שיקן א צווייטן אין אראבישן גן עדן ווי זיך אליינס. האב נישט קיין מורא. הערשל קלאר (ע"ה?) און יואלי צימערמאן גייען נאר אזוי לאנג שרייען ווילאנג זייער אייגענע באקוועמליכקייט איז נישט באדראעט. די רגע ס'איז דא א ספק פיקוח נפש (זייער אייגענע. נישט יענעמ'ס) וועסטו זיי נישט זעהן. זיי זענען גאר ווייט פון די מדרגות פון ר' עמרם בלוי...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 13995
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16060 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9102 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » זונטאג נאוועמבער 09, 2014 1:00 pm

פליישיגער האט געשריבן:קאך_לעפל עס גייט זיין א שיינע מעמד
מ'קען מאכען מיט די ראב''ד דאס זעלבע אז די ווילסט.
ווער דענקט דען נישט די שיינע און הערליכע לויב רייד פון די בלאט ווען ס'האט אויסגעזען לטובת ה.. אזוי צו שרייבען.


אי''ה
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1972
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 236 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2299 מאל

הודעהדורך חכם עתיק » זונטאג נאוועמבער 09, 2014 3:58 pm

אויב די כוונה דא איז צו בויען אתרא קדישא, וועלן אלע אומפארטייאישע נישט גיין. און ער וועט נאר פארלירן די שווייות אין יעדעמס אויגן.

אויב ביז איצט האבן אגודה און בעלזר געשריגן אז ער איז נישט ירושלימ'ער רב נאר רב פון די עדה.. ווען מען יעצט זאגט ער איז נאר רב פון האלב עדה..
חכם עתיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 205
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 25, 2014 12:21 pm
האט שוין געלייקט: 221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 53 מאל

הודעהדורך פליישיגער » זונטאג נאוועמבער 09, 2014 9:45 pm

איך הער אז די חסידי מהר''א ארבעטן אינאיינעם מיט אנדערע חצרות צו פארזיכערן די מאקסימאלסטע הצלחה פארן קבלת פנים
עפעס וויל דער קאך_לעפל אויסניצען דעם קבלת פנים פאר פריוואטע ווייטאג
פליישיגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 85
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » זונטאג נאוועמבער 09, 2014 10:15 pm

פליישיגער האט געשריבן:איך הער אז די חסידי מהר''א ארבעטן אינאיינעם מיט אנדערע חצרות צו פארזיכערן די מאקסימאלסטע הצלחה פארן קבלת פנים
עפעס וויל דער קאך_לעפל אויסניצען דעם קבלת פנים פאר פריוואטע ווייטאג


חלילה מיר ארבייטען אלע אינאיינעם פארן סוקסעס פינעם געהויבן באזוך פינעם מלך ישראל.
איך ווייס נישט פארוואס דער פליישיגער זאל לעבן ווי לאנג ער וויל האקט א טשייניק.
זאלי ורוני יושבת בארא פארק כי ג..... בקרביך, ק.... ישראל......
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1972
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 236 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2299 מאל

הודעהדורך chusid » זונטאג נאוועמבער 09, 2014 11:55 pm

געבן דעם טיטל און כבוד מנהיג ישראל פאר איינער וואס איז נישט, טוט 2 זאכן 1- עס געט אום פארדינטע כבוד פאר איינעם( וואס דאס קען מיר מוחל זיין.. ) 2- שלעפט אראפ דעם אימעזש און אוטאריטעט וואס א מנהיג ישראל איז און אויף דעם וועט מען נישט און צען טאר נישט מוחל זיין
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 444 מאל

נעקסט

גיי צוריק צימעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט