צהלי ורוני יושבת בארא פארק, כי גדול בקרביך קדוש ישראל

מהנעשה והנשמע אין די היימישע גאסן און הויפן
געדענקט!
ביטע זיך פרובירן האלטן אביעקטיוו און נישט אטאקירן אנדערע מעמבערס. לופטיגע הודעות וועלן נישט טאלערירט ווערן! קליקט דא צו זען די פרינציפן פון דעם פארום.

הודעהדורך חסיד » פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 1:17 am

ירא שמים האט געשריבן:ואס פארא רעכט האט ער בכלל זעך צרופן ירשלימער רב ,אויף וויפל משפחות איז ער דען רב,
נאך גוט אז ער קומט קיין אמעריקע מ'קען עם רופן צו דין תורה צו די בבואווע בוררות ,
מדארף שנעל כאפן גרויז אויף אונזער זייט

ער האט די רעכט זיך צו ריפן ירושלים'ער רב ווייל ער זיצט על כסאו פון די גאונים קדושים וצדיקים מהרי''ל דיסקין, ר' יוסף חיים זונענפעלד, מהרי''ץ דישינסקי, סאטמאר רב, מנחת יצחק, רמ''א פריינד, מהר''מ דישינסקי און ער האט מיטבאקומען דעם טיטל הראוי לו מיטן פאסטן, וואס קרענקט דיר?
ס'זעט אויס ווי ס'שטערט דיר אז נאר איינער רופט זיך ירושלים'ער רב!
יא יא היינו טעמא דשופר היינו טעמא דמגילה!
באניצער אוואטאר
חסיד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 24, 2014 5:13 pm
האט שוין געלייקט: 101 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

הודעהדורך ירא שמים » פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 1:21 am

חסיד האט געשריבן:
ירא שמים האט געשריבן:ואס פארא רעכט האט ער בכלל זעך צרופן ירשלימער רב ,אויף וויפל משפחות איז ער דען רב,
נאך גוט אז ער קומט קיין אמעריקע מ'קען עם רופן צו דין תורה צו די בבואווע בוררות ,
מדארף שנעל כאפן גרויז אויף אונזער זייט

ער האט די רעכט זיך צו ריפן ירושלים'ער רב ווייל ער זיצט על כסאו פון די גאונים קדושים וצדיקים מהרי''ל דיסקין, ר' יוסף חיים זונענפעלד, מהרי''ץ דישינסקי, סאטמאר רב, מנחת יצחק, רמ''א פריינד, מהר''מ דישינסקי און ער האט מיטבאקומען דעם טיטל הראוי לו מיטן פאסטן, וואס קרענקט דיר?
ס'זעט אויס ווי ס'שטערט דיר אז נאר איינער רופט זיך ירושלים'ער רב!
יא יא היינו טעמא דשופר היינו טעמא דמגילה!

איז ער רב פון ''ירושלים'' צו נישט?
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2669 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1007 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 11:13 am

ווייל א מענטש איז א גאון און א צדיק און א קדוש, ווערט ער נישט רב אין ירושלים. דער ח"ח איז געווען רב אין ירושלים?
מהרי"ל דיסקין איז נישט געווען רב פון ירושלים, אין זיין צייטען איז געווען דער רב הגאון ר' שמואל סאלאנט. און ווען דער עדה חרדית האט זיך אפגעטיילט פונ'ם אפיציעלען קהלה פון ירושלים, האבען זיי נישט געקענט מאכען רבנים פון גאנץ ירושלים. הרב ווייס זיצט אויפ'ן בענקעל פון רבנים פון איין קהלה אין ירושלים, גאנץ פיין. אבער ירושלימ'ער רב איז ער נישט.
איך ווייס ס'איז שווער פאר געוויסע סארט מענטשען איינצושלינגען, אבער א לעדערהע"ד פון 'כל מקהלות אשכנזים' מאכט עס נישט פאר אן אמת'ער זאך.

(וכאן המקום להביא, אויף דער יום המר והנמהר כוא"ב תשל"ט, ווען חשכו עינינו וכבה נר המערבי, האט דער רעבעב פון בעלזא-בילגארייא שליט"א זיך אויסגעדרוקט 'אוי, יעצט איז גאנץ ירושלים אויף מיין פלייצע'ס!' ודפח"ח)
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9606
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3279 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9091 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 11:58 am

אויפן שפיטץ גאפל איז די מעשה אזוי, הגרי''ט ווייס שליט''א איז א איד א ת''ח און א יר''ש דאס וועט דיר יעדע נארמאלע מענטש מודה זיין, ער איז קלוג? ניין! דאס נעמט עפעס אוועק פון זיין גדלות? ניין!

דער עדה החרדית איז היינט צוטיילט אין צוויי פראקציעס, פון איין זייט שטייט דער ראב''ד שליט''א, אונאיינעם מיט תו''א, תוא'''י, און דשינקסקיא, און נאך א פאר נארמאלע סאלידע קהילות, און פון די צווייטע זייט שטייט סאטמאר הגז''ל, מיט אתרא קדישא, מיט נאך א באנדע שלעכטע אעגאיסטישע פארביסענע משחתי המידות, וואס איז נאך נישט געווען זיין סדום, ווי לדוגמא: נ.ע. י.ק. און ע.ט. און נאך.

סאטמאר אבער נעמט נשט קיין שום צד, בפקודת הקודש פון כ''ק רבינו שליט''א, האלט זיך סאטמאר ווייט פון די איצטיגע הנהגה אין די עדה, און אי''ה ווען די עדה וועט צוריק גיין אויף די ריכטיגע רעלסן, וועט סאטמאר ווייטער שטיצן און צוזאם ארבייטען מיט די עדה.

נישט צולאנג צוריק האט זיך תו''א ביטער אנגעליטן פון איינע פון די דאזיגע משחתים, האבן זיי אין מיטן די נאכט אינסטאלירט א ווידיא קעמערע אין דער אפיס פון איינע פון די משחתים, צו זעהן וואס ער טוט, צו זייער גרויס שוידער האבן זיי געזעהן ווי ער זיצט אויפן כלי, וואס ער מיז האבן צו קענען אנפירן די הייליגע מלחמות, און נישט מער און נישט ווייניגער ער איז עוסק אין תועבה אויף א גרויליגען פארנעם, זיי האבן דאן ארויסגעגבן די ווידיא און ירושלים איז אויף געווען דערמיט. אזא פנים האבן די עקלאפטיגע סיקריקים.

איז אזוי: דער גאב''ד שליט''א איז ליידער אריין געפאלן אין די הענד פון די סיקריקים פון די ווילדע משחתי המידות, און זיי ניצן אים פאר זייער שלעגער, און מישען אים אריין אין די ארגסטע טינופת.

איין קליינע דוגמה. דער פרשה אין בית שמש, דער וועלט איז געשטאנען אין געשטוינט ווי אזוי דער גאב''ד איז פארוואנדעלט געווארן פאר די פריוואטע שטעקן פון די משחתים, געוויסע מעסיגע אנשי הגז''ל האבן ביטער שווער געארבייט אז די פרשה זאל קומען צו א פרידערליכע ענדע, אבער די סיקריקים שר''י האבן געשטערט יעדע זאך, יעדע מהלך זיך צו פארגלייכען איז דירך די אנשי רשע סבאטאזשירט געווארן, ווייל זיי האבן געהאט א פריוואטע חשבון מיט די אנפירער פינעם פאריעקט צולוב דער בנין פון בנות ירושלים אין בית שמש, און דער גאב''ד האט דאס געבעקט בלינדערהייט, און שלומי אמוני ישראל האבן געטריפט בלוט אויפן כבוד התורה וואס ווערט נזבזה בראש כל חיצות.

עס איז נישט קיין סוד אז דער גאב''ד קומט כסדר קיין ניו יארק, און מען מאכט נישט קיין פאמפע דראמפע, וואס איז פליצלינג דא געשען? פארוואס דרייט איציק שטערן מיט הערשל קלאר איבער די שטאט? וואס גייט דא פאר? זייער פשוט מען מיינט נישטא דער כבוד פונעם גאב''ד שליט''א, מען מיינט נישטא דער כבוד פון די עדה, מען מיינט איין זאך: מען וויל דא אויפבויען די כוח פון די טמאנע סיקריקים, מען וויל פארשטארקען דעם כח הרשעות והטעראר אין די ירשלימער גאסען. מען וויל אז חזקי קאלמאנאוויטש מיט נחום עתיק, און עמרם טייטעלבוים זאלן פירן כלל ישראל היל''ת ח''ו. איר ווילט האבן א חלק אין אויפבויען דעם כח? קיין שום פראבלעם. גייט ארויס מיט בגדי שבת צום קבלת פנים, איר זאלט נאר וויסן איין זאך אז די הייליגע צדיקים די שרפי מעלה די מיסדי העדה, זענען בייז אויף אייך.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1972
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 236 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2299 מאל

הודעהדורך ישמעאל הכהן » פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 12:02 pm

איך האב געמיינט אז סאטמאר הרא"ט האלט זיך יא אונטר'ן ראב"ד.
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 12:54 pm
האט שוין געלייקט: 1807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2169 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 12:03 pm

מען וויל אז חזקי קאלמאנאוויטש מיט נחום עתיק, און עמרם טייטעלבוים זאלן פירן כלל ישראל היל''ת ח''ו

כלל ישראל?! א פאר מענטשען וואס לאזען זיך פאר דעם. נישט מער.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9606
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3279 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9091 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 12:09 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
מען וויל אז חזקי קאלמאנאוויטש מיט נחום עתיק, און עמרם טייטעלבוים זאלן פירן כלל ישראל היל''ת ח''ו

כלל ישראל?! א פאר מענטשען וואס לאזען זיך פאר דעם. נישט מער.


עס איז ווייטאגליך ניין? פרעג עס יעדע ירושלימער איד, וועסטי זיך איבערצייגען אז דאס איז ליידער דער מצב.
און נאכאמאל די עדה איז הייליג, און דער ירושלימער רב איז הייליג, דאס איז קלאר, די גאנצע פראבלעם איז נאר, אז ער איז אריין געפאלן מיט די סיקריקישע מאפיע.
הרה''ג רבי גרשון שטעמער ז''ל זאל זיך מיען לעבט שוין נישט. הרה''ח ר' יוסף שיינבערגער ז''ל לעבט שוין אויך נישט. און די פירערשאפט פון די עדה איז אריין געפאלן אין טמאנע הענט. און מען דארף מתפלל זיין צום הייליגען באשעפער אז מען זאל פון די טמאים פטור ווערן, און די פירערשאפט פון עדה זאל צוריק קומען צו ערליכע אידישע הענט.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1972
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 236 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2299 מאל

הודעהדורך פליישיגער » פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 1:20 pm

נעבעך..
פליישיגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 85
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

הודעהדורך פליישיגער » פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 1:23 pm

chusid האט געשריבן:פארוואס גייען נישט די ארונים צום קבלת פנים?

פארוואס האט מען ביים באזוך פון רבי אהרן אין אר''י געטרייט ליצנות צו מאכן פון די גאב''ד, ?
עס איז תלוי וועם די פרעגסט די שאלה קאך_לעפל לייגט עס אריין אין קדושה, אנדערע זאגען עס איז וועגן די בני ברקער סכסוך.
וי''א מען וויל שוין נישט זיין משועבד צו קיינעם מיר האבן א רבי'ן און לאז אלעס ליפטערן.
פליישיגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 85
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 1:30 pm

פליישיגער האט געשריבן:
chusid האט געשריבן:פארוואס גייען נישט די ארונים צום קבלת פנים?

פארוואס האט מען ביים באזוך פון רבי אהרן אין אר''י געטרייט ליצנות צו מאכן פון די גאב''ד, ?
עס איז תלוי וועם די פרעגסט די שאלה קאך_לעפל לייגט עס אריין אין קדושה, אנדערע זאגען עס איז וועגן די בני ברקער סכסוך.
וי''א מען וויל שוין נישט זיין משועבד צו קיינעם מיר האבן א רבי'ן און לאז אלעס ליפטערן.


מיסטער פליישיגער, איך וויל מיך מיט דיר נישט פארמעסטן, אבער אויב די וועסט צופיל קוועטשען וועל איך ארויף לייגן א שיינעם בריוו פון 13 זייטען, וואס איז געשריבען געווארן דירך איינער פון די פירער פון די סיקריקים, וירא הקהל וישפט. עס וועט נישט ברענגן קיין נחת פאר קיינעם, דעריבער טוה א טובה און צימבל נישט אזוי פול ארום

בכבוד רב
קאך לעפל
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1972
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 236 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2299 מאל

הודעהדורך פליישיגער » פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 1:47 pm

מיסטער קאך_לעפל עס ווייסט יעדער אז די בריוו האבען געשריבען אזעלכע ווי דיר וואס קענען נישט דערהייבען אז די עדה החרדית שטייט נאך
און אז נישט אלע נושאים ווערט קאנצעטרירט ארום זייער שמאלער קאפ, מען דארף זיין בלינד נישט צו זעהן ווער די כותב המכתב איז.


ליין דא אויף די סייט בעולמם של חרדים וואס העלפט שטארק ארויס אזעלכע פארווייטאגטע אידן וואס באדערט זיי די עדה החרדית, און קוק גוט ווער די כותב המכתב איז
http://bshch.blogspot.com/2014/11/13_19.html#more
פליישיגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 85
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 1:55 pm

פליישיגער האט געשריבן:מיסטער קאך_לעפל עס ווייסט יעדער אז די בריוו האבען געשריבען אזעלכע ווי דיר וואס קענען נישט דערהייבען אז די עדה החרדית שטייט נאך
און אז נישט אלע נושאים ווערט קאנצעטרירט ארום זייער שמאלער קאפ, מען דארף זיין בלינד נישט צו זעהן ווער די כותב המכתב איז.


ליין דא אויף די סייט בעולמם של חרדים וואס העלפט שטארק ארויס אזעלכע פארווייטאגטע אידן וואס באדערט זיי די עדה החרדית, און קוק גוט ווער די כותב המכתב איז
http://bshch.blogspot.com/2014/11/13_19.html#more


סליחה איך האב נישט געוויסט אז דער בריוו איז שוין אין פאבליק.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1972
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 236 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2299 מאל

הודעהדורך פליישיגער » פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 2:00 pm

קאך_לעפל עס גייען האלטען אין איין ארויסקומען חוזק בריווען פון די ליצים וואס זיכען צו אפ'חוזקען דא האסטו נאך א גאר קראנטע בריוו איבערגעגעבן פינעם קראנטען סייט בעולמם של חרדים
בייגעלייגטע פיילס
נאך א צעטיל.jpeg
נאך א צעטיל.jpeg (248.48 KiB) געזען געווארן 1647 מאל
פליישיגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 85
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

הודעהדורך פליישיגער » פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 2:02 pm

אז די ווילסט זיך אנהאלטען מיט די חברה וואס זיכען אפצולאכען פון יעדן ערליכען איד גיי מיט די חברה
די תורה שטעלט צו פאר יעדן איד א בחירה בוחר צו זיין ווי ער וויל זיך אויסקלויבען.
פליישיגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 85
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 2:05 pm

פליישיגער האט געשריבן:אז די ווילסט זיך אנהאלטען מיט די חברה וואס זיכען אפצולאכען פון יעדן ערליכען איד גיי מיט די חברה
די תורה שטעלט צו פאר יעדן איד א בחירה בוחר צו זיין ווי ער וויל זיך אויסקלויבען.


די עדה איז הייליג? יא!
הגרי''ט ווייס שליט''א איז א ערליכע איד? יא!
הגרי''ט ווייס שליט''א איז א חכם? ניין!
איז די עדה צוטיילט אין 2 ? יא!
הגרי''ט ווייס שליט''א דעקט און ארבייט מיט די סיקריקים? יא!
האט מען אמאל געמאכט א פאפמע דראמטע פאר הגרי''ט (חוץ די ערשטע מאהל וועט ער איז געקומען קיין גאב''ד)? ניין!
די סיקריקים שטייען אונטער דעם פאמפע דראמפע פארן מלך ישראל? יא!
האבן די סיקרים געארבייט אז ער זאל נישט ווערן גאב''ד? יא!
וואס איז דא פליצלינג געשעהן? וואס איז פשט פון דעם קבלת פנים? מה היום מיומיים?
איז רבי ישמאל כהן גדול פארן קבלת פנים? יא!

מיט וואס זעמער נישט אויף 1 פעדש? וואס ווילסטו?
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1972
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 236 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2299 מאל

הודעהדורך פליישיגער » פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 2:10 pm

ביסט גוט קאך_לעפל יהי לך אשר לך.
נאר זיי אונז כסדר מזכה מיט די שמוץ ליטעראטור פון די פריערדערמאנטע סייט וואס פארשטייט אויך צו די געוואלדיגע כח הטומאה וואס הערשט היינט בארה''ק בפרט ביי די עדה''ח קרייזען ווי מען איז רח''ל אריינגעפאלען מיט א הנהגה וואס לאזט נישט צו הפקירות
ברענג אונז נאך סחורה ביטע.
פליישיגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 85
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

הודעהדורך שעפטל » פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 2:11 pm

און די שונאי ישראל, די רשעות'דיגע משטרה פון עיר ניו יארק בארצות הברית (אן קנדא) נעמען אראפ די גרויסע לייליכער געהאנגן אויף בעדפארד און לי עוועניוס

(א שולד פון "מסירה" ווערט ערווארטעט..)
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3443
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 3450 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3367 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 2:16 pm

פליישיגער האט געשריבן:ביסט גוט קאך_לעפל יהי לך אשר לך.
נאר זיי אונז כסדר מזכה מיט די שמוץ ליטעראטור פון די פריערדערמאנטע סייט וואס פארשטייט אויך צו די געוואלדיגע כח הטומאה וואס הערשט היינט בארה''ק בפרט ביי די עדה''ח קרייזען ווי מען איז רח''ל אריינגעפאלען מיט א הנהגה וואס לאזט נישט צו הפקירות
ברענג אונז נאך סחורה ביטע.


איך האב נישט געוואלט ארויף לייגען די בריוו, און איך קיימאל נישט געלינקט צו דעם סייט, די האסט עס געטאן, פארוואס קומסטו מיט טענות? און אטי בדיבור בגדולי ישראל דברינן? גיי קוק וואס פאר א עמערס שמוץ ער וווערט דא געגאסן אויף כ''ק אדמו''ר מסאטמאר שליט''א דירך ישמאל הכהן וחבריו? איך האב נאך קיינמאהל נישט געזען קיין מחאה פון דיר? אלזא דריי א צווייטען דעם קאפ...
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1972
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 236 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2299 מאל

הודעהדורך ישמעאל הכהן » פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 2:32 pm

@
קאך_לעפל האט געשריבן:איז רבי ישמאל כהן גדול פארן קבלת פנים? יא!

נישט אמת, ס'אינטערעסירט מיר אין די לינקע פאה, איך גיי נישט זיין דארט.

קאך_לעפל האט געשריבן: גיי קוק וואס פאר א עמערס שמוץ ער וווערט דא געגאסן אויף כ''ק אדמו''ר מסאטמאר שליט''א דירך ישמאל הכהן וחבריו? איך האב נאך קיינמאהל נישט געזען קיין מחאה פון דיר? אלזא דריי א צווייטען דעם קאפ...
[/quote]
עלילת דם, איך גיס קיינמאל שמוץ אויף מהר''א, און זיכער נישט עמערס. אויב יא ווייז וואו.
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 12:54 pm
האט שוין געלייקט: 1807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2169 מאל

הודעהדורך פיינע קאווע » פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 2:45 pm

פליישיגער מען האט ביי מהר"א אין שטוב קיינמאל נישט געמאכט ליצנות פון גאב"ד. באק נישט קיין מעשיות ממילא וועסטו נישט ברויכען קיין טעמים. קריך אראפ פון סאטמאר קהלה (מהר"א) עס באדערט נישט קיינעם. יא קבלת פנים נישט קבלת פנים סי אלעס איינס. נישט מיר ברויכען עס. נישט ירושלימער רב דארף עס.
פיינע קאווע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:44 am
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 350 מאל

הודעהדורך signout » פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 4:14 pm

דאס איז מען דארף פליצלונג ספענדן אין מאכען א קינדערישע קבלת פנים פארן רב'ס יערליכע באזוך זאגט אלעס, מען דארף גארניש מוסף זיין
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1114
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 3:50 pm
האט שוין געלייקט: 1713 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 263 מאל

הודעהדורך ישמעאל הכהן » פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 4:20 pm

ער מאכט נישט יערליכע באזוכן, ער קומט געווענליך צו משפחה שמחות.
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 12:54 pm
האט שוין געלייקט: 1807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2169 מאל

הודעהדורך קאסטנער » מוצ"ש נאוועמבער 22, 2014 7:35 pm

signout האט געשריבן:דאס איז מען דארף פליצלונג ספענדן אין מאכען א קינדערישע קבלת פנים פארן רב'ס יערליכע באזוך זאגט אלעס, מען דארף גארניש מוסף זיין

1)מיט וואס איז די קבלת פנים אזוי קינדעריש?
2)די גאב״ד איז די לעצטע מאל געווען דאהי פאר 4 יאר צריק
באניצער אוואטאר
קאסטנער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 377
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 19, 2014 7:55 pm
האט שוין געלייקט: 418 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 223 מאל

הודעהדורך chusid » מוצ"ש נאוועמבער 22, 2014 7:47 pm

דער גאב'ד ירושלים קומט באזוכן יהדות אמעריקע לכבוד די חתונה פון זיין שטופ אייניקעל.

יהא בואו לברכה ולהרמת קרן התורה והחסידות!
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 444 מאל

הודעהדורך ברוך שאמר » מוצ"ש נאוועמבער 22, 2014 7:58 pm

איך האב געהערט אז ער איז געקימען צי הנגיד יונתן שטראסער מאכט חתונה!
ברוך שאמר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 362
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 11:55 pm
האט שוין געלייקט: 31 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק צימעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט