מכתב מאת רבי בן ציון מ'באבוב שליט"א בנוגע הפילוג

מהנעשה והנשמע אין די היימישע גאסן און הויפן
געדענקט!
ביטע זיך פרובירן האלטן אביעקטיוו און נישט אטאקירן אנדערע מעמבערס. לופטיגע הודעות וועלן נישט טאלערירט ווערן! קליקט דא צו זען די פרינציפן פון דעם פארום.

הודעהדורך כנור » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 4:31 pm

גערעכט, אויב רבי נפתלי וואלט נפטר געווארען בחיי אביו, וואלט רבי בנציון געווארען רבי. אבער געווענליך שטארבט א זוהן נאך זיין טאטע, און בדרך הטבע וואלט רבי נפתלי געווארען רבי ווי עס איז טאקע געשעהן. רבי נפתלי צבי'ס יורש זענען זיינע קינדער, נישט זיין ברודער.
בין א פריוואטע איד מיט א מיינונג.
כנור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

הודעהדורך חסיד » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 4:40 pm

כנור האט געשריבן:גערעכט, אויב רבי נפתלי וואלט נפטר געווארען בחיי אביו, וואלט רבי בנציון געווארען רבי. אבער געווענליך שטארבט א זוהן נאך זיין טאטע, און בדרך הטבע וואלט רבי נפתלי געווארען רבי ווי עס איז טאקע געשעהן. רבי נפתלי צבי'ס יורש זענען זיינע קינדער, נישט זיין ברודער.

כנור זיסער אויף דיין תגובה אז נאר איך וויל שלום וועל איך לאזן לויפן ווי כ'האב דיר געשריבן אישי, יעצט בנוגע דעם האסטו דאך אביסל מער מאריך געוועהן בדברי הנשמעים לאוזן וועל איך יא נעמען די מוה!
דו האלטסט אז די איידימער ירש'נען, אבער דער בית דין האט נאך ניין און א האלב יאר איבערקייען דעם נושא אנדערש געזאגט,
פארוואס איז א נושא פאר זיך,
צו אלץ טעם קהלה,
צו אלץ טעם רצון אביו,
צו אלץ טעם אין בת יורש שררה,
צו אלץ ברודער איז א יורש דאורייתא משא''כ אן איידעם,
צו אלץ רוב קהלה,
צו אלץ קהלה שפרשו,
צו אלץ רב הצעיר
דער טעם איז נישט אזוי נוגע לפרש ווי דער עצם פסק וועלכער שרייט ארויס ר' איד דו ביסט דער יורש אויף זיין דיינינג רום סעט ווי אויך זיינע חפצים וכדומה אבער נישט באבוב, איז קענסט שרייבן און טענה'נען ביז די קול וועט הייזעריג ווערן און דער פעדער אויסגעטרוקענט קענסטו נישט דעם פסק רירן פון ארט בפרט ווען ביסט ניטאמאל געזעצן איין טאג פון די הונדערטע טעג וועלכער ביידע צדדים האבן ביתר כוחותם ארויסגעברענגט זייערע טענות עד קצה האחרון, און בית דין האט געזאגט דאס זייעריגע, כ'פארשטיי אז ס'איז שווער אראפצושלינגן אבער אדעתא דהכי קבליתינו, ביסט געלאפן אין ערכאות וועלכער האט דיר געשיקט אין בית דין, צד באבוב האט דיר נישט געבעטן דעם נאמען, האסט גע'טענה'ט כולה שלי, האט באבוב געמאכט א קאונטער קלעים און די האסט פארלוירן, וואס שרייסטו יעצט? מי גרם לך את כל הבזיון הזה?!
באניצער אוואטאר
חסיד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 24, 2014 5:13 pm
האט שוין געלייקט: 101 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק צימעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט