דארף באבוב 45 פאלגען דער פסק?

מהנעשה והנשמע אין די היימישע גאסן און הויפן
געדענקט!
ביטע זיך פרובירן האלטן אביעקטיוו און נישט אטאקירן אנדערע מעמבערס. לופטיגע הודעות וועלן נישט טאלערירט ווערן! קליקט דא צו זען די פרינציפן פון דעם פארום.

הודעהדורך חסיד » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 4:47 pm

סמיילי האט געשריבן:
חסיד האט געשריבן:
סמיילי האט געשריבן:באבוב 45 זאל נישט פאלגען די פסק!!!!!!!!!!!!!!

אז יא וועט עס ווייסען אז קארופציע געווינט

יא יא ער זאל נישט פאלגן און צייגן דעם אמת'ן פרצוף צום פיפטן מאל, ובא סופו וגילא על רישי'..


יא יא ער זאל ווייסען זיין אמת'ן פרצוף און נישט פאלגען די פסק!! אין זיך נישט דערשרעקען פון די טעראר פון באבוב 48

הונדערט פראצענט, פונקט ווי ער האט זיך נישט געשראקן צו גיין פיר מאל אין ערכאות!
באניצער אוואטאר
חסיד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 24, 2014 5:13 pm
האט שוין געלייקט: 101 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

הודעהדורך חסיד » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 5:09 pm

מארקוס האט געשריבן:ענדליך געענטפערט.
מען גייט נישט פאלגן!
ייש״כ.

חלילה, ער וויל פאלגן די גדולי ישראל לאזן נישט!
באניצער אוואטאר
חסיד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 24, 2014 5:13 pm
האט שוין געלייקט: 101 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

הודעהדורך מארקוס » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 8:27 am

באבוב45ער רבי זאגט אין זיין דרשה.
״מען איז ארום געגעאנגען צו רבני מורי הוראה אויסעגרופענע גדולים אין דעם ענין… כ׳וויל דא אביסל איבערגעבן וואס די רבנים, גדולי ישראל האבן געזאגט, זיי האבן געגעבן גרויס חיזוק, דער פסק איז ביי זיי געווען נישט אזוי פארשטענדליך, יעדער מיט אן אנדערע אויסדרוק, איינער האט געזאגט ס׳איז איינזייטיג, איינער האט געזאגט ס׳איז עיוות הדין, איינער האט געזאגט שארפערע אויסדרוקן, טייל האבן אפי׳ געזאגט מען מעג גיין אין ערכאות. אין ארץ ישראל, פון די אויסגערופענע פוסקים, הייסט הרה״ג ר׳ מענדל שאפראן שליט״א, גראדע מיט עם האב איך אליין גערעדט אויפן טעלעפאן , אויך זיך אויסגעדרוקט אויפן פסק אז ער פארשטייט נישט, און געזאגט מען מעג אין ערכאות ארויף לייגן אן עיכול אויף דעם פסק, האב איך עם געפרעגט צו איך מעג עס איבערזאגן אין זיין נאמען, האט ער מיר געזאגט קלאר, זאלסט עס אויפנעמען אויף א טעיפרעקארדער, מען זאל הערן ווי ער זאגט עס. טייל האבן געזאגט אז מען זאל שיקן א הזמנה אז ס׳איז ארויס געקומען געוויסע ספיקות אויף טייל פון די דיינים, א בי״ד זאל שיקן א הזמנה, און מיר האבן באקומען פון א בי״ד הזמנה מיט א עיקול אויף דעם פסק. קומט אויס אזוי, לויט די משמעות פון דעם גאנצן שמועס, וואלט געווען א שטארקע מקום צו זאגן למעשה אז מען זאל נישט אויספאלגן, מיר האבן א שטארקע דעקונג אויף דעם אבער, פון דער צווייטע זייט איז געווען כמה חששות וואס קען ארויס קומען, מכשולות פון דעם, ס׳קען ארויס קומען א חילול ה׳, אז מען גייט אין ערכאות קומט ארויס געוויסע זאכן פון איין יוד אויפן צווייטן, קען ח״ו גורם זיין א חילול ה׳. מען זאל נישט אויספאלגן א פסק, הגם ס׳איז דא אויף דעם דעקונג, אבער אין דער וועלט, איז דאך דא א גרויסע וועלט, און ליידער איז דער מעמד פון בתי דינים אין אונזער דור נישט אויף דעם אויך דעם שטערקסטן אופן, קען דאך דאס חלילה אריינברענגען א שוואכקייט, יודען וועלן זאגן באבוב האט מען נישט אויסגעפאלגט, מען איז געגאנגען אין ערכאות,.. מען דארף נישט פאלגן א די״ת, וועט ברעגנען א געוואלדיגע מכשול. ערליכע יודן, ווייסן דאך, יש דין בישראל, מען טאר נישט גיין אין ערכאות, לפניהם ולא לפני עובדי כוכבים, מען וועט נישט וויסן אז ס׳איז דא א היתר, און ס׳איז אנדערש וויבאלד ס׳איז אזא ברבים׳דיגע זאך, אוושא מילתא, דארף מען חושש זיין אויף דעם. א דריטע חשש, אז אויב זאל מען גיין קעגן דעם פסק, קען עס גורם זיין, ס׳זאל זיך צופלאקערן אש המחלוקת״


פון הגאון ר׳ חיים קאניעוסקי האסטו פארגעסן, מה שכחה עושה..
זעהר שיין! קוק ווי וויט דו ביזט חושש פון צו גיין ערכאות. פארוואס ביסטו אין ערכאות אין א״י!

״מען פארשטייט נישט דער פסק - פארוואס זאל מען אננעמען דער פסק?״

און אז מען פארשטייט נישט, דארף מען נישט פאלגן?

״די השפלה, וואס דער עולם פיהלט פון דעם, א מורא׳יגע סיבה, פארוואס זאל מען זיך לאזן?״

ווייל מען דארף פאלגן די תורה!
ֿ
״און די מטרה פון דעם איז מיטן אייבערשטענ׳ס הילף זאל ווערן א גאנצע שלום, און דאס זאג מיר לאת אשר ישנו פה ואת אשר איננו פה, אונז נעמען דעם שריט אויף די מטרה, אנצוקומען צו א גאנצע שלום, און דעמאלטס וועט זיך דער פסק האלטן, אז ס׳וועט זיין א גאנצע שלום וועט עס זיך האלטן, והמבין יבין״

ווי אזוי פארלאנגסטו שלום, ווע דו גייסט אן מיט׳ן גאנתן אימפעט, און די פירסט א מערכה קעגן באבוב אין די איזראעלי קוירט?!?!?

״מיר וועלן גיין מיט דעם היכר פון 45… דאס איז נישט קיין שם לווי, דאס איז א היכר״

ניין! סאיז א שם לווי, אויב איז עס א היכר, איז עס קלאר קעגן די פסק עי׳ בפסק סעיף ד׳ ה׳!

רבי לעבן
פאלג דער פסק ווי א מענטש!
מאך א סימבאל ווי א מענטש!
דער פסק לויטעט אז דו ביסט נישט באבוב, שריי נישט אז 45 איז בלויז א היכר!

כ׳וועל צו ענדיגן מיט רמ״ד ווערטער:
״עמיצער זאגט אווארט, דארף מען נישט צוריק ענטפערען.״


גוד ביי
באניצער אוואטאר
מארקוס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 137
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 10:51 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

הודעהדורך כנור » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 1:49 pm

צו הערען דער דרשה (אן קיין נארישע בחור הזעצערס בויך שמערצען) קען מען רופען

קול באבוב-45
718-305-6300
3-0-2-25#
בין א פריוואטע איד מיט א מיינונג.
כנור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

הודעהדורך חסיד » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 2:55 pm

כנור האט געשריבן:צו הערען דער דרשה (אן קיין נארישע בחור הזעצערס בויך שמערצען) קען מען רופען

קול באבוב-45
718-305-6300
3-0-2-25#

והמבין יבין!
באניצער אוואטאר
חסיד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 24, 2014 5:13 pm
האט שוין געלייקט: 101 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

הודעהדורך כנור » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 3:34 pm

נישט דיר געמיינט, ווייל די וועסט קיינמאל נישט פארשטיין.

הקנאה והתאוה והכבוד מוציאין את האדם מן העולם.

עטעם ווייטער מחלוקת און עטעם עס צוריק ארויס.
בין א פריוואטע איד מיט א מיינונג.
כנור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

הודעהדורך חסיד » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 3:57 pm

כנור האט געשריבן:נישט דיר געמיינט, ווייל די וועסט קיינמאל נישט פארשטיין.

הקנאה והתאוה והכבוד מוציאין את האדם מן העולם.

עטעם ווייטער מחלוקת און עטעם עס צוריק ארויס.

יא יא איי פיל יאר פעין! און ווי דערמאנט אויבן לאמיר צו ענדגן מיטן פאנטש ליין
והמבין יבין!
באניצער אוואטאר
חסיד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 24, 2014 5:13 pm
האט שוין געלייקט: 101 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 7:17 pm

למעשה, זייט הרה"ג ר' פנחס עפשטיין זצ"ל האט געזאגט זיין מימרא אויפ'ן קארלינער רעבע שליט"א ווען ער האט געפיהרט טיש אלס קינד, דארף מען נישט קיין אנדערע יסוד.

א אינגל ווי אלע יינגלעך, א רעבע ווי אלע רעבע'ס
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9606
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3279 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9076 מאל

הודעהדורך איחוד פעלד » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 8:19 pm

באמת פארשטיי איך נישט פארוואס צד 48 האט כאילו טענות אויף דער באבוב 45 רבי פארוואס ער פאלגט נישט מיט חשק און אויף הונדרעט פראצענט.

דער סיבה איז אזוי.

אין אלגעמיין פארלירט איינער א דין תורה אז ער מאנט און באקומט נישט (זעלטען וואס מען קען מוציא זיין ממון אין דין תורה, אפילו ווען מאיז גערעכט). פאדערט עס נישט ער זאל עפעס טוהן.

טאמער יא, וועט מען נישט טרעפען איינער וואס וועט פאלגען די פסק מיט חשק, און זאגען, יא דער בית דין איז גערעכט, איך פאלג, וכו'.

יעדער וואס פארלירט וועט וועט אייביג האבען טענות ומענות אויף די קאראפציע וכו'.

און כמעט יעדער וועט הערשט פאלגען ווען זיין רב סטראשעט אים וכו'.

ער פירט זיך נישט אויף אנדרעש ווי א געוועהנליכע איד, וואס וואלט זיך געזוכט היתירים און סיבות נישט צו פאלגען א פסק וואס שמעקט באמת נישט.

און פאר אים צו פאלגען איז זייער שווער.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1646 מאל

הודעהדורך חסיד » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 8:35 pm

איך פארשטיי אז ס'איז נישט בא'טעם'ט אבער פרט נישט קיין תירוץ
באניצער אוואטאר
חסיד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 24, 2014 5:13 pm
האט שוין געלייקט: 101 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

הודעהדורך אביסעל שכל » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 11:48 pm

דארף באבוב 45 פאלגען דער פסק? ער האט אן עיקול אויפן פסק
בייגעלייגטע פיילס
page 1.pdf web.pdf
עיקול
(118.51 KiB) אראפגעלאדנט 128 מאל
מיט אביסעל שכל וואלטען מענטשן שנעלער אנגעקומען
אביסעל שכל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 106
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

הודעהדורך אביסעל שכל » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 11:49 pm

עיקול
בייגעלייגטע פיילס
page 2.pdf web.pdf
עיקול
(117.62 KiB) אראפגעלאדנט 101 מאל
מיט אביסעל שכל וואלטען מענטשן שנעלער אנגעקומען
אביסעל שכל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 106
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

הודעהדורך חסיד » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 10:43 am

אביסעל שכל האט געשריבן:דארף באבוב 45 פאלגען דער פסק? ער האט אן עיקול אויפן פסק

לייען איבער די שטרי ברורין, ווי ס'איז גע'חתמ'עט געווארן בקנין אג''ס "והותנה במפורש שלא יהא בידינו לשאול ''מאיזה טעם דנתוני'',ושלא יהא כח לשום בית דין שבעולם לבטל או לשנות הפסק דין אף אם לפי דעתם טעו הבית דין"
באניצער אוואטאר
חסיד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 24, 2014 5:13 pm
האט שוין געלייקט: 101 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 10:48 am

איז דאס וועט דער ב"ד אין ירושלים נעמען אין חשבון. זיי וועלען דן זיין צו דער סעיף איז גילטיג אפי' במקום טענת שוחד וכדו'. ט'איז דען דער תורה פארגעסען געווארען. מ'קען אלס נעמען אין חשבון.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9606
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3279 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9076 מאל

הודעהדורך ברוך שאמר » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 11:09 am

חסיד האט געשריבן:
כנור האט געשריבן:צו הערען דער דרשה (אן קיין נארישע בחור הזעצערס בויך שמערצען) קען מען רופען

קול באבוב-45
718-305-6300
3-0-2-25#

והמבין יבין!
sorry איך פארשטיי נישט די גרויסע חכמה דא ער וועט הייסן ביי די המון עם פארעווער רעב מרדכי דוד. והמבין יבין
ברוך שאמר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 362
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 11:55 pm
האט שוין געלייקט: 31 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל

48 לעבן, איך וויל דיר 4 קשיא'ס פרעגן!

הודעהדורך moshe613 » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 11:40 am

כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א, וואס רב"ץ מיט זיינע חסידים באשמוצן עם אז ער איז דער בעל המחלוקת וואס לויפט אין קאורט ווען ער וויל, אין פייפט אויף די וועלט.

1. לשיטתם וואלט דאך 45 געדארפט גיין אין קאורט למחרת יום הפסק!! וואס איז געשעהן צו ענקער בעל מחלוקת וואס איז מכלומפרשט שוין געגאנגען אין קאורט 4 מאל אקייגן די תורה???

אאאאאה ער איז נישט אזיין גרויס בעל מחלוקת, דאס מאל וועט ער פרובירן יא צו באקומען פין עפעס א שמויגע א היתר הליכה לערכאות....

2. לשיטתם וואלט דאך 45 געדארפט גיין אין קאורט לפחות איינמאל ער האט באקומן א היתר, נישט פין א שמויגע נאר פין די גרסטע פוסק חושן משפט בדורנו? ער וואלט דאך געדארפט לפי ענקער PR כאפן א פעררארי אין פליען אין קאורט אריין!? ממש א חלום וואס יעדער פארלירער קען נאר טראכטן! וואס איז געשעהן צו ענקער בעל מחלוקת וואס איז מכלומפרשט שוין געגאנגען אין קאורט 4 מאל אקייגן די תורה? פארוואס דווקא יעצט ווען ער האט די שענסטע היתר הליכה לערכאות בלייבט ער שטיין???


3. שוין פארגעס פין קאורט, פאלגן א פּסק בית דין וואס איז שטארק איינזייטיג, שטארקע קארופטשן שאלות, רבנים זאגן צו איז קלאהר עיוות הדין, ראב"ד עדה החרדית שרייט אז עס איז פסק תמוה, איז פארוואס זאל א בעל מחלוקת בכלל פאלגן דעם פסק בי"ד? לשיטתכם איז ער דאך אזא גראבער בעל מחלוקת אז ער גייט אהנפייפן די גאנצע וועלט, איז דאך על אחת כמה וכמה ווען ער האט בעקינג פין אזיין שיינע אויבן אהן? אה? וואס איז געשעהן צו ענקער בעל מחלוקת וואס האט געזאגט אויף ענקער רעקארדינג אז זאלן אלע בתי דינים אין אמעריקא זיך פארמאכן, אבער איך טוה וואס איז גיט פאר מיר???

אאאאאאה ער האט נישט געהאט קיין ברירה, ווייל ער האט אינטערגעשריבן שטרי בוררות וואס איז אזוי גיט אז NO WAY OUT!!!

4. יעצט נאכדעם וואס בי"ד חושן משפט לייגט אן עיקול אין שרייבט אז אפילו אז אין די שטרי בירורין שטייט אז מען פארלאזט זיך אויף די דיינים "בכל אופן" קען נישט זיין אז דאס מיינט אויכעט שוחד, זיכער קיין שום בר דעת וועט נישט זאגן בכל אופן אפילו שוחד, ממילא לייגן זיי אן עיקול אז מען דארף נישט פאלגן דעם פסק לפחות ביז די דיינים וועלן זיך שטעלן צו די"ת, נו? א בעל מחלוקת, וואס זוכט נאר מלחמה, לויפט 4 מאהל אין קאורט, פייפט אהן אלע בתי דינים אין אמעריקע וואלט דאך זיכער בלי שום ספק אויסגענוצט יעדן לעצטן אטעם אויף ווייטער צו אהנפירן די מעכטיגע מלחמה מיט 48, וואס איז געשעהן צו ענקער בעל מחלוקת??? צו איז דאך YES WAY OUT?????

טאטע לעבן איך האב דיר געפרעגט 4 קשיות זיי מיר מוחל אין ענטפער מיר א תירוץ.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך moshe613 אום דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 7:00 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
moshe613
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 139
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 3:15 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

הודעהדורך לית דין בר נש » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 11:50 am

קודם כל איך הייס באבוב נישט 48!

אויף שאלה א' איז די תשובה ווייל ער האט נישט קיין שום טשאנס אין קאר"ט פארדעם איז ער נישט געגאנגען (ער איז טאקע א בעל מחלוקת אבער נישט א בהמה ווי רוב פון זיינע חסידים)

אויף שאלה ב' ווייל ער האט נישט קיין בריוו און נישט קיין ריקארדינג פון דער גרעסטע חושן משפט רב און ממילא צו זאגן ביי א דרשה קאסט נישט קיין געלט אבער אויף למעשה צו גיין אין ערכאות דארף עס זיין מער לעגיטים פאר די גאס

אויף שאלה ג' ד' האט ער זיך געמאכט א פשוטע חשבון אז מיט נישט פאלגן קען ער נאר מער דערלייגן פון וואס ער האט שוין דערלייגט איז מיט תמוה און עיקול און אלעס צוזאמען איז דאס נאך גיוועהן זיין בעסטע אפשען

אבער שלום מאן דכר שמיה
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1511
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:18 pm
האט שוין געלייקט: 6764 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1292 מאל

הודעהדורך כנור » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 4:15 pm

צוליב "שלום מאן דכר שמיה", דערפאר הייסטו 48 און נישט באבוב. א בעל מחלוקת איז נישט א באבובער, עס איז א סתירה.

שוין מערערע מאל געזאגט אז אין קאורט האט דער בוררות נישט קיין האפט, ווייל עס איז נישט אויסגעהאלטען לויט די אמעריקאנער arbitration rules

אויב גיין אין קארט, איז עס ארויף צו לייגען א שלאס אויף דער 48 סטריט בית מדרש; וואס ווען דער שיך איז אויפען אנדערע פיס וואלט עטץ אזוי געטוהן.

דא קומט א אמתע באבובער און זאגט אז ער וויל שלום. וואס ווילסטו? ווילסט שלום אדער מחלוקת? מען רעדט פון דיר, נישט פון אים.
בין א פריוואטע איד מיט א מיינונג.
כנור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

הודעהדורך חסיד » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 4:44 pm

כנור האט געשריבן:צוליב "שלום מאן דכר שמיה", דערפאר הייסטו 48 און נישט באבוב. א בעל מחלוקת איז נישט א באבובער, עס איז א סתירה.

שוין מערערע מאל געזאגט אז אין קאורט האט דער בוררות נישט קיין האפט, ווייל עס איז נישט אויסגעהאלטען לויט די אמעריקאנער arbitration rules

אויב גיין אין קארט, איז עס ארויף צו לייגען א שלאס אויף דער 48 סטריט בית מדרש; וואס ווען דער שיך איז אויפען אנדערע פיס וואלט עטץ אזוי געטוהן.

דא קומט א אמתע באבובער און זאגט אז ער וויל שלום. וואס ווילסטו? ווילסט שלום אדער מחלוקת? מען רעדט פון דיר, נישט פון אים.

כנור ווען ס'וואלט געוועהן אמת וואס די זאגסט אז אין קאורט האט עס נישט קיין קראפט איז פארוואס טאקע באבוב-45 נישט געגאנגן צום שופט מיטן שווארצן כאלאט? אויב גייט מען לייגן שיך אויפן טיר און שלעסער אויף די פיס (לא שגיתי) פארוואס איז מען נישט געגאנגן נעקסט דאר פונעם מאריאט האטעל צום ריכטער?
באניצער אוואטאר
חסיד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 24, 2014 5:13 pm
האט שוין געלייקט: 101 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

הודעהדורך כנור » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 4:47 pm

וואס מאכסטו זיך נאריש; נעם דיך דער arbitration rules ביך, און איבערצייג זיך אליין.
בין א פריוואטע איד מיט א מיינונג.
כנור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

הודעהדורך חסיד » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 5:00 pm

כנור האט געשריבן:וואס מאכסטו זיך נאריש; נעם דיך דער arbitration rules ביך, און איבערצייג זיך אליין.

ע''כ ענטפער פארוואס איז מען נישט געגאנגן?
באניצער אוואטאר
חסיד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 24, 2014 5:13 pm
האט שוין געלייקט: 101 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק צימעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט

cron