דורך מארקוס » זונטאג נאוועמבער 30, 2014 10:30 am
באבוב איז געווען גרייט מקריב צו זיין 10 מיליאן דאללער פאר שלום!
איז דאס נישט גענוג?
וואס גענוי איז רמ״ד מקריב פאר שלום?
וואס בי״ד האט געזאגט אז עס קומט עם נישט, מיינט נישט אז רמ״ד האט ״מקריב״ געווען!
איך האב פארגעסן:
1. ער האט מקריב געווען אלע פשרות פון באבוב פאר שלום!
2. ער האט מקריב געווען דיין באב״ד׳ס רעפוטאציע פאר שלום!
3. ער האט מקריב געווען דיין באב״ד׳ס הכשר פאר שלום!
4. ער זיצט מיט עטליכע תביעות אין קוירט קעגן באבוב פאר שלום!
5. ער האט בלויז געטוישט 2 באסעס, צו די נייע באבוב45 דיזיין, און די רעשט ״נישט״ למען השלום!
6. קיין שום בנין האט נאך נישט צוגעלייגט ״45״ צו דארט ווארט באבוב לכבוד השלום!
7. חוץ געציילטע לעדערהעד׳ס, איז אלעס געבליבן ביים אלטן למען השלום!
8. געטריבן ליצנות פון אלע רבני חושן משפט ביי זיין ״והמבין יבין״ רעדע - לטובת השלום!
9. זיך רופן ״באבוב״ און זאגן אז ״45״ איז בלויז א העקער/היכר, איז אוודאי אויך געווען א טריט צו שלום!
10. פאלגן דער פסק דין בלויז למחצה לשליש ולרביע, איז דאך ממש איין שטיק שלום!
ר׳ יוד, וואס גענוי האט רמ״ד ״מקריב״ געווען פאר שלום, אז די דרייסט אויס דער פינגער צו באבוב, און די פרעגסט וואס האט באבוב מקריב פאר שלום???
לאמיר זעהן ווי רמ״ד, פאלגט אויס שיין דער פסק ״אנע חכמות״.
לאמיר זעהן ווי רמ״ד, טשעפעט זיך אפ פון באבוב ״אנע חכמות״.
הערשט דערנאך, קען מען רעדן פון שלום.
איינער וואס פאלגט א די״ת, איז נישט קיין צדיק, איז נישט מקריב למען השלום, טוט נישט קיין גדלות, און עס קומט עם נישט קיין טראפ קרעדיט דערפאר.
ס״ה טוט ער וואס די תורה פארלאנגט פון יעדער ״פשוטער״ יוד ״באשר הוא שם!״ והמב״י.
כ״ש וכ״ש, א רבי פון אן עדה חסידים, וואס איז די ״רויל מאדעל״ פון זיי, דארף זיי ווייזן את הדרך אשר ילכון בה.