וויל ״באבוב״ שלום מיט באבוב45

מהנעשה והנשמע אין די היימישע גאסן און הויפן
געדענקט!
ביטע זיך פרובירן האלטן אביעקטיוו און נישט אטאקירן אנדערע מעמבערס. לופטיגע הודעות וועלן נישט טאלערירט ווערן! קליקט דא צו זען די פרינציפן פון דעם פארום.

וויל ״באבוב״ שלום מיט באבוב45

הודעהדורך ראש כבש » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 8:42 pm

איך האב דאס געשריבען און אן אנדערע אשכול,איך מיין אבער אז סאיז געווען שלא מן הענין,ממילא שרייב איך עס דא.

קען מיר איינער אפשר מסביר וואס איז די מטרה פון די הערליכע געשראבאכץ פון די באבוב׳ע ניקים?
וואס איז בכלל די אבסעסיע און בלוט טרינקעריי פון די עכט באבוב צו די באבוב45 ?
האסט געוואונען די די״ת פריי דיך,סאיז דיר געלונגען,האסט עס גוט געמאכט,האסט געהאט א געלונגענע סטעף,ב״ה די האסט א גוטע מזל,האסט גבירים,האסט געלט,דער אנדערער איז א בטלן,זיינע מענטשען זענען בטלנים,זיי האבען נישט קיין מזל,נוא פיין פריי דיך ביסט אויף די גוטע זייט,האסט געוואונען,פיל דיך גוט,גיי ארום מיט א ווייסע פאן פריי דיך און הארץ ?
אבער וואס ביסטו פארנומען טאג אהן טאג אויס מיט תקלת חבריך.
זענען דיע מענטשען נישט קיין מענטשען פונקט ווי די ?
האבען זיי נישט קיין רעכט צו נעמען א צווייטע רבי פון דיר ?
מרעדט דא פון א ערענסטע קהילה בישראל,צווישען זיי איז דא פון אלע ד׳ מינים,וואס ווילסטו פון זייער לעבן ?
איך האב נאך נישט און מיין לעבן געזעען אזא אויגעשפראצטע שנאה ווי איך זעע און באבוב צו באבוב45,סשטינקט סעקעלדיג,און אנשטאט סזאל זיין אן ערענסטע מענטש ביי ענק וואס זאל אביסעל רעדן צו די בחורים,יונגעלייט אז מזאל נישט ליגען און דעם,זענען אפי די שענסטע און נארמאלסטע מענטשען פארנומען,מזידט,מקאכט,משפריצט שנאה,
הזאת באבוב ??????????? ווי איז אביסעל מענטשליכקייט,איך רעדט שוין נישט פון קיין מידות טובות.
ווי איז אביסעל סענסיטיווקייט צו א גאנצע קהילה יודען.
און ניין און באבוב45 איז נישט דא און קיינמאל נישט געווען דיע אנגעגעסנקייט.
סאיז א בושה וחרפה !!!!!!!!!!!!!! סעקעלט !!!!!
וואו איז דאס געהערט געווארען נישט גיין אויף קרובים שמחות,און די גאנצע וועלט איז אזא זאך נישט געווען.
פארוואס רעדט עטץ נישט פון קיין שלום,יא סאיז ענקערע משפחות וואס זענען צוטיילט,יענער האט אהנגענומען,יא גיי ארויס פון דיין וועג און גיי מאך שלום.
נישט שרייב מיר דא קינצליכע אנאליזען צו ווייטער ממשיך זיין מחלוקת,סאיז גענוג געווען סטאפ.
איך גיי נישט אריין צו באבוב45 האט געטוהן עוולות צו נישט סקען זיין אז יא,אבער למעשה וואס ווילט עטץ יעצט עטץ שטייטס גוט גאו עהעיד,און לאז יענעם לעבען.
סאיז א בושה וחרפה וואס גייט פאר און ענקער קהילה.
ראש כבש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 30
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 27, 2014 1:36 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

הודעהדורך ישמעאל הכהן » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 9:20 pm

טייערער ראש כבש, איר פאלגט נישט דעם פסק דין. דער פסק זאגט אז דעי נומבער 45 דארף זיין דער זעלבער סייז ווי דאס ווארט באבוב. אבער דו האסט געמאכט '45' סך גרעסער ווי 'באבוב'. אזוי: "באבוב45" ביטע אז דו קאמפיינסט אז רמ"ד פאלגט דעם פסק, טו עס טאקע אויך.

דאס איז בעסער, מער אין איינקלאנג מיט'ן פסק: באבוב45
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 12:54 pm
האט שוין געלייקט: 1807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2167 מאל

באבאוו ווערסעס באבאוו

הודעהדורך ברוך שאמר » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 9:23 pm

עס איז דא א גאר שטארקע ווארט "ווען צוויי פארמערס קריגן זיך דארפן זיך די קיען נישט אריין מישן " והמבין יבין !
ברוך שאמר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 360
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 11:55 pm
האט שוין געלייקט: 31 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

הודעהדורך petergrifin » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 10:00 pm

און װען די קוען קריגן זיך?
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 934 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

הודעהדורך ברוך שאמר » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 10:13 pm

petergrifin האט געשריבן:און װען די קוען קריגן זיך?

זעט עס אויס אזוי
ברוך שאמר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 360
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 11:55 pm
האט שוין געלייקט: 31 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 10:38 pm

ראש כבש זאגט פיין.
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5427 מאל

הודעהדורך ראש כבש » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 11:24 pm

נוא שכח.
מיין גאנצע לעבן שטרעב איך אז די ראשקאל זאל מסכים זיין לדברי.
ראש כבש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 30
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 27, 2014 1:36 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

הודעהדורך ברוך שאמר » פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 12:28 am

איך בין נישט אחראי אבער איך האב געהערט אז א טאטע וואס איז ר' ב"צ א חסיד איז נישט געגאנגען צי זיין אייגענע זינס חתונה ווייל זיין זין די חתן איז ר'מד חסיד
ברוך שאמר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 360
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 11:55 pm
האט שוין געלייקט: 31 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

הודעהדורך יין שרף » פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 12:51 am

שקר!
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2008
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4152 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2527 מאל

הודעהדורך אביסעל שכל » פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 12:51 am

שקר!
מיט אביסעל שכל וואלטען מענטשן שנעלער אנגעקומען
אביסעל שכל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 106
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

הודעהדורך ברוך שאמר » פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 1:37 am

שקר ? איך האב אפילו געהערט א נאמען ! אבער איך נישט קיין אחראי !
ברוך שאמר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 360
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 11:55 pm
האט שוין געלייקט: 31 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

הודעהדורך ראש כבש » פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 2:32 am

דאכציך מיר אז איך ווייס פון וועם די רעדסט,אבער דארט איז די טאטע געווען בכלל א צורודערטער,און זיין מישט קומען האט נישט געהאט מיט די באבוב48 סינדרום.
ראש כבש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 30
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 27, 2014 1:36 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

הודעהדורך איטשע » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 2:04 pm

כ׳ליין דא די געשרייבעסטס, און ס׳איז צו שטוינען וואס דא גייט פאר.

די תגובה איז געווענדט צו דער גאסן מענטש, וואס האט פאר שנת תש״ס נישט געוואוסט צו ר׳ מרדכי דוד אונגער איז דער מענזשער פון אונגער געפילטע פיש און קעטשאפ, צו עפעס א דאמבראווא בנש״ק׳ל.

לאמיר דיך געבן צו פארשטיין:
רמ״ד איז ביז שנת תש״ס געווען א מגיד שיעור אין מתיבתא, וואס קיינער האט נישט אינטערסירט.
ער איז קיינמאל נישט געשיקט געווארן צו פארטרעטן באבוב, נישט אלס נואם הכבוד, אורח הכבוד, שליח צו חתונות - גארנישט.
סוף שנות תש״ס, האט ער געזעהן אז הגיע עתו, האט זיך אנגעהויבן א סעריע פון רדיפות קעגן באבובער רב. - דער גאס ווייסט נישט, אבער חסידי באבוב ווייסן דאס יא (באבובער רב איז געוען דער שעיר לעזאזל, ווייל זיין מוטער האט נישט ליב געהאט דער מוהרנ״ץ זצ״ל).
שנות תש״ס - תשס״ה, האט דער באבוב רב געליטן געמיינע רשעות׳דיגע רדיפות ״דירעקט״ פון עם, און זיינע מענטשן. - דער גאס ווייסט נישט, אבער חסידי באבוב ווייסן יא.
שנות תש״ס - תשס״ה, האבן די אלע וואס האבן צופיל גערעדט מיט דער דעמאלטסדיגער רב הצעיר געליטן רדיפות. - דער גאס ווייסט נישט, אבער חסידי באבוב ווייסן יא.
באבובער רב האט געשוויגן. סיי ״למען השלום״ און סיי לכבוד בית באבוב.

תשס״ה לפ״ק. האט זיך דער וועלט אויפגעוועקט צו א נייע בילד - ר׳ מרדכי דוד אונגער.
רמ״ד אונגער, א רבי.
רמ״ד אונגער, א ״באבובער״ רבי
רמ״ד אונגער, א שר התורה.
רמ״ד אונגער, א יורש.
ער איז דא. ויבוא.

ווער ס׳האט עם אביסל געקענט, האט זיך געריבן דער אויגן, רמ״ד אונגער א רבי?
דער גאס ווייסט אבער נישט זיין היסטערי, דער גאס קויפט וואס מען פארקויפט. פינטל.

באבובער רב, האט איבערגענומען זיין ברודער׳ס און פאטער׳ס בענקל, וואס יעדערע באבובער חסיד האט געוויסט אז עס קומט עם.
באבובער רב, האט איבערגענומען זיין ברודער׳ס און פאטער׳ס בענקל, וואס יעדערע פרעמדע מענטש האט פארשטאנען אז עס קומט עם.

רמ״ד האט זיך געעפנט א קרעמעל, אין גערופען באבוב. באבוב איז געבליבן שטיל (יא מען האט געלייגט פרעשור אויף די צייטונגען, אזויווי סאטמער און וויזניץ בשעתו, ווער ווייסט ווי לאנג ס׳וואלט אנגעהאלטן ווען נישט דער דין תורה).

דא קומט רמ״ד, און האט באשלאסן, אז באבוב באלאנגט צו עם.
שלום עליכם! ווער ביסטו?

כמעט 80 פראצענט פון באבוב, האט ״נישט״ אזוי פארשטאנען!
רוב מנין ובנין פון רעכטדענקיגע מענטשן וואס האבן ״נישט״ קיין חשבון מיט באבוב טראכט נישט אזוי!

דא איז באבוב געוואויר געווארן, אז די רדיפות האבן זיך ״גארנישט״ געענדיגט.
רמ״ד איז געלאפן אין קוירט. קוירט האט עם ארויסגעשטויסן, און בלית ברירה איז ער געגאנגען אין בי״ד, ווי ער האט נאך 10 יאר מיאוס פארלוירן.
נאך 3 חדשים זוכן היתרים. האט ער בלית ברירה באשלאסן צו פאלגן דער די״ת. נישט אינגאנצען, נאר א היכר, נאר בתנאי, נאר א חלק.
און ער זינגט און ער שרייט אז ער וויל שלום, שלום, שלום, שלום.

יעצט נאכ׳ן פארלירן, ערגער קען עם שוין נישט זיין, וויל ער שלום.
ער צוריסן באבוב, ער האט מבזה געוועזן באבוב, ער האט באראבעוועט באבוב, ער האט געטשפעט און גערודפט אונזערע רבי און אונז פאר יארן לאנג.
שלום, שלום, שלום.
און בשעת׳ן שרייען דאס, זיצט ער נאך מיט די פיס אין דער הייעך אין די איזרעלי בג״צ, ווי פראבירט ווייטער צו בא׳גנב׳נען באבוב. ועוד ועוד.

ער קען שרייען שלום.
אונז האבן אבער נישט פארגעסן זיינע מעשים.
ווען די גאס וואלט מיטגעהאלטן וואס ער האט אלס אפגעטוען, וואלט די גאס זיך געוואונדערט, ער איז גאר א רבי? ער איז דאך א פאליטישע פערשוין, וואס וואלט מער געפאסט אין דוב הייקינד׳ס אפיס…
אבער יעצט נאכ׳ן ליגן אין די אדמה, שרייט ער ארויס שלום.

וואס לייגט אראפ אויפן טיש פאר שלום?
גארנישט!
ער פאלגט נאר בתנאי, און טאמער נישט? פאלגט ער נישט!
כ׳גיי גאר נישט אריין אין די סארט התנהגות פון א רבי, פון די גאנצע קווענקליראציע, צו יא פאלגן צו נישט פאלגן. אלס א רבי וואלט ער געדארפט אויפשפרונגען נעקסטן טאג, וואס הייסט? אודאי גייט מען פאלגן! א פרעדיגט דאך א גאנצן טאג, און פארלאנגטו פון זיין עולם, חסידות, תורה, יראת שמים. דאס לויפן 3 חדשים איז גענוי דאס פארקערטע, דאס פאסט פאר א גאס׳ן יונג נישט א רבי.
אבער נאך 3 חדשים געבט ער האלס אויף, אויך נאר נאך געזונטע פרעשור פון אלע זייטן.
און ער איז גאר די תובע דא פאר שלום!

אונז ווילן מיר עם נישט קענען. אונז ווילן מיר נישט האבן צו טוען מיט עם. ווען מיר הערן זיין נאמען גייט אונז דורך א סקרוך אין אונזערע ביינער. זאל ער זיך גיין צו אל-די רוחות און אונז לאזן במנוחה.

אונז גייען מיר נישט צו קיין חתונות?
מיין געוועזענע חבר, וואס האט באשלאסן מתחבר צו זיין מיט א פארטיי, וואס האט לעצטע 10 יאר געזוכט צו צוברעכן באבוב, צו צוברעכן מיין רבי, מיר ארויסצו-ווארפן פון מיין בית המדרש, איז נישט מיין חבר מער. און דער זעלבע זאך וואלט יעדער נארמאלע מענטש געטוען, ווען זיין חבר איז בוגד אין עם. ס׳איז נישט אז איך גיי נישט צו קיין חתונה פון מיין ״חבר״, ער איז מער נישט מיין חבר, כ׳האב נישט וואס צו זוכן ביי עם. קיינע רוואלט נישט פארלאנגט אז איינער זאל גיין צו א שמחה פון א געוועזנע חבר, וואס זיין חבר האט אים פראבירט ארויסצושטעלן פון זיין היים.
מען גייט נישט צו קיין משפחה שמחה׳ס? אנטשולדיגט אבער מען גייט יא.

וועסטו מיר זאגן, איך וויל נישט הערן די אלע לשון הרע׳ס. ער איז א רבי, און דעטס איד. פיין, אבער כאטש אויף אזויפיל פארשטיי, אז באבוב האט נישט קיין שום חיוב, זיך צו גיין לעקן, צו איינעם וואס האט זיי גערודפ׳ט פאר די לעצטע 15 20 יאר.

איי רמ״ד וויל שלום. אוודאי וויל ער, ער מוז די ווייזן דער שיינע פרצוף זיינע פאר דער וועלט, ער איז די נייס גיי וואס זוכט שלום. פיין, שריי שלום. אבער באבוב דארף דיר נישט צוקענען. און דער גאס האט נישט קיין שום רעכט, ארצוזאגן א ווארט דא, און פארלאנגען פון באבוב זיך צו טוען צו מאכ׳ן פון עם. ער איז זיך געגאנגען פון אונז פורים תשס״ה לפ״ק, זאל ער נישט מאכן קיין יו-טוירן.


שוין אפגערעדט, ווי אזוי ער האט פארלאנגט דער שלום. את אשר ישנו פה ואת אשר איננו פה עמנו היום, והמבין יבין. וועמען מיינט ער ער סטראשעט, איינער דערשרעקט זיך פון עם? אזוי בעהט עפעס פאר שלום?
״והמבין יבין״.


—-
יעצט עטליכע ווערטער צו די באבוב-45׳ער חסידים.

ענקערע רבי , האט גלייך פון אנפאנג געוואוסט, אז ער נישט קיין טשענס אין בית דין, באבוב באלאנגט נישט צו עם, עס איז כל כולו פון זיין פעטער. טאקע דעריבער איז ער גלייך געלאפן אין קוירט אן קיין היצר פון קיין שום בי״ד (אזוי פירט זיך אויף א ערליכע יוד? א רבי גאר?). אבער ב״ה, בזכות די הייליגע און ווייטע אויגן פון כ״ק אדמו״ר זצ״ל, האט עם דער דזשאדש מיאוס׳ער הייט ארויסגעווארפן פון דארט און געשיקט צו די״ת. ווי דערמאנט, האט ער דאך געוואוסט, אז אין בי״ד, איז נישטא קיין שום טשענס, מען האט פראבירט צו טענה׳ן אזוי צו אזוי, און דער פסק האט קלאר געוויזן, וואס די דעת תורה איז. רמ״ד האט געהאפט אז נאכ׳ן פסק וועט ער קענען צוריק אריינשלעפען די קעיס אין קוירט. אבער נאכ׳ן ארום לויפן צו רבנים, האט ער געוואוסט אז זיינע הענט זענען פארשלאסן. ער האט זיך געבראכן.

ווען ענק וואלטן געוואוסט פורים תשס״ה קלאר און דייטליך (איך ווייס אז ענק גייען דאס פארלייקענען, אבער ענק ווייסן גאנץ גוט וואס איך מיין) אז המשכת בית באבוב, איז נישט ביי עם. וואלטן ענק אדער געבליבן, אדער זיך געזוכט אן אנדערע רבי. ווען ער רופםט זיך ווען נישט ״באבוב״, וואלט געווען די זעלבע זאך.
דער ״איינציגסטע וועג״ ווי אזוי רמ״ד, איז געלונגן דיך ״[געוועזענע] באבובער חסיד״ צו האבן אלס זיינס א חסיד, איז צוליב צוויי זאכן:
1. ער איז דער עמטליכע באבובער ממלא מקום.
2. גאנץ באבוב באלאנגט פאר עם.
ווען נישט די צוויי זאכן, וואלסטו היינט נישט געווען א באבוב45׳ער חסיד (קענסט עס לייקענען, אבער לב יודע…).

רמ״ד האט דאס גוט געוואוסט (1. אז ער איז נישט באבוב און גארנישט קומט עם, 2 אז כדי דיך צו האבן מוז ער טענה׳ן אז ער איז באבוב און אלעס קומט עם). דעריבער, האט ער זיך גערועפן באבוב, און גע׳טענה׳ט אז אלס ממלא מקום באלאנגט גאנץ באבוב צו עם.
וואוסנדיג אז ער גייט פארלירן, האט ער געהאפט אז נאך 10 יאר וועט עם שוין קיינער נישט אפלאזן.
דעריבער האט ער פאר׳תכלעוועט מיליאנען דארלארן, אנשטאט צו בויען און קויפן מוסדות, האט מען אלעס געדינגען, פשוט ענק איינצורעדן, אז ס׳איז א שאד צו קויפן, ווייל אט אט באקומט מען אלעס צוריק.
דעריבער, מוז דער פסק זין פאלש, שוחד, וכו׳ וכו׳. ווייל אויב נישט, וועסטו פרעגן, אויב עס קומט אונז טאקע גארנישט, וואס זוך איך דא.
יא! ענקערע רבי האט געמאכט דאס גע׳נאר פון ענק. און ענק האבן זיך געלאזט נאר׳ן ווי א לעמעלע צו די שחיטה.

יא עפעס א בי״ד האט גערופן די דיינים צו בי״ד, ווי מיינען ענק, ווען בי״ד וואלט אראפ געלייגט זייערע צדדים ביי זיי, וואלטן זיי נישט צוריק געצויגן ברגע כמימרא? ר׳ מענדל שאפראנ׳ס היתר, שטעלט זיך אויס צו זיין א בלאף! אוודאי האט ער געזאגט אז א פסק פון א דיין וואס נעמט שוחד, קען מען גיין צו ערכאות. ער האט אבער נישט גערעדט לגבי די די״ת. געבליבן זענט עטס מיט ר׳ חיים קניבסקי׳ס שארפע בריוו זיך נישט צו דערוואגן צו גיין צו ערכאות.


נו! באבוב באלאנגט נישט מער רמ״ד, און באבוב איז ער אויף נישט.
האלטן מען דא צוריק ביי שטאפעל איינס.

ניין…
45 אין בלויז א היכר.
באבוב באלאנגט נאך אלס צו אונז, די דיינים טויגן נישט…
און פאר קאמפאט, שטרעקט ער מיר נאך אויס איין האנט צו שלום - מיט א תנאי [עטליכע תנאים]:
איך קען ענק ווייטער צאפן אין בג״צ, קוירט כפי העולה על רוחי.

אבער ער שפילט ווייטער מיט ענק:
45 איז נאר א היכר. אויך מיר א היכר, פון וועמען האט ער געטריבן ליצנות, פון ענק!
45 אלס א נאמען, וואס איז די מטרה, ״כבוד שמים״? ניין, ער געזעצן און געטראכן מיט זיינע פאליטיקאנטן, וועלכע נאמען, וועט אך עפעס קענען צייגן אז מען איז טעכניש באבוב.

דער שפיל גייט אן, רמ״ד, לאכט פון ענק, ווי ענק קויפן אלעס אפ.
און זאלסט עס טאקע קויפן, אבער מיט אזא פערשוין ״קען״ מען נישט גיין צו טיש.


טאקע דערפאר, וויל עם באבוב נישט קענען, נישט היינט און נישט מארגן.
ווארט צו עטליכע טעג, אלעס וועט זיך בארואיגן. און ס׳וועט זיין רואיג.
רמ״ד זאל זיך גיין זיין וועג. און זאל לאזן באבוב גיין אירע וועג.

אזוי וועט זיין שלום על ישראל
איטשע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 36
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 6:55 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

הודעהדורך moshe613 » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 2:16 pm

פארוואס אזוי לאנג? נעבעך דיינע פינגערס.
מאך עס זייער קורץ "שלי שלי שלך שלי".
moshe613
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 139
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 3:15 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

הודעהדורך מאיר הערש » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 2:24 pm

ראש כבש, האסט זייער גוט געשריבן חוץ פון "פון די עכט באבוב צו די באבוב45". זיי זענען ביידער "עכט באבוב", נאר ווייל איינער האט נישט פארגינען אז דער צווייטער זאל האבן דער זעלבן נאמען, מאכט עס זיי נישט ווייניגער "עכט"? אייגנטליך, לויט'ן באבאווער שיטה, איז באבוב45 מער "עכט" ווי באבוב48. דער שלום, און פארגינען און אריינלאזן אלע 'אפילו' פון 48 זעט מען נישט אין באבוב48. זייער קריגעריי און שנאה וועט ווייטער אנגיין ביז דער "אמת" וועט אפירקומען...
מאיר הערש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 183
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2013 4:38 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 52 מאל

הודעהדורך כנור » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 2:32 pm

איך וואלט עס נישט געגלייבט ווען איך זעה עס נישט אליין; גאובעלס וואלט זיך געקענט קומען לערנען ביי דיר איטשע.

דיינע יסורי איוב שרייט ארויס פון יעדען שורה, השנאה מקלקלת את השורה.

די פארשפארסט מיר פון דארפען עפעס מסביר זיין (פאר נארמאלע מענטשען וואס ווייסען נישט אבער ווילען פארשטיין); קאמאנטארען זענען אין גאנצען איבעריג!

דא איז דא מצד אחד א רבי וואס איז see through מען קען אים גיין זעהן און הערען; רעדט מיט יעדען, איז פריינטליך מיט יעדען; און מען קען זיך אליין איבערצייגען צו ער וויל שלום צו נישט.

לאידך גיסא גיסט זיך ווי א קוואל האס פון איטשע, חסיד, און נאך א פאר ניקס וואס פארטרעטען דאס חוות "דעת" פון באבוב 48 (קיין איין בעל דעת האבען זיי דערווייל נאך נישט ארויף געשטעלט דא); און ווייסט נישט ווי זיך אהין צו טוהן מיט אזוי פיל שנאה וקנאה.

ירא הקהל וישפוט!
בין א פריוואטע איד מיט א מיינונג.
כנור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

הודעהדורך איטשע » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 4:15 pm

איך גיי נישט דא פירן קיין ויכוחים, אבער לאמיר צוענדיגן.
יא! שלי שלי שלך שלי.... מען האט געאפערט רמ״ד א פארציע, וואס איז געווען זיין אנטווארט? האסט צוגעטראפן, ווער זענען ענק צו טיילן? שלי שלי שלך שלי!!! אבער ער מעג און באבוב טאר נישט.
יא! אונז האבן פיינט רמ״ד שנאת מות, און זיינע חסידים אויך, און ס׳איז דא פלענטי פארוואס...
אז רמ״ד וועט ארויס צוען ״אלע״ זיינע קלעימס פון קוירט און בג״צ, בעטן מחילה און איבערבעטן וועמען ער האט לעצטע 15 יאר גע׳רודפ׳ט, על לא עול בכפם, דעמאלטס, אבער הערשט דעמאלטס, קען ער עפענען זיינע מויל, און זאגן אז ער וויל שלום.
בשעת׳ן אויספירן זיינע שגץ שטיק (קוירט, בג״ץ) זאל ער זיך פארשטאפן דאס מאל.

און אלס איינער וואס פארופט זיך אלס א מנהיג ישראל, מעג ער זיך באגראבן פאר בושה, ווי אזוי ער פירט זיך אויף, אוי לה לאותה בושה ואוי לה לאותה כלימה.
איטשע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 36
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 6:55 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

הודעהדורך moshe613 » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 4:21 pm

רמ"ד איז טאקע אן ערליכן ייד וואס איז נישט געגאנגען אין קאורט וועגן חילול ד', אבער ער דארף בעטן רב"ץ מחילה? אויף וואס? זאל רב"ץ קען איהם קושן [רעדארגירט: ביטע נישט נוצן ניבול פה!].
moshe613
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 139
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 3:15 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

הודעהדורך כנור » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 4:32 pm

איטשע האט געשריבן:איך גיי נישט דא פירן קיין ויכוחים, אבער לאמיר צוענדיגן...

יא! אונז האבן פיינט רמ״ד שנאת מות, און זיינע חסידים אויך

...

אזוי רעדסטו צו דיין ווייב? אויב האסטו נאך א ווייב.

יעצט זאגטס אלע, "וויל ״באבוב״ שלום מיט באבוב45?"

קעיס קלאוזד!

בלייבטס באבוב אן א שלום; און זיי וועלען בלייבען באבוב מיט א שלום (שלום איז דאס בעסטע היכר); ושלום על ישראל.
בין א פריוואטע איד מיט א מיינונג.
כנור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

הודעהדורך ראש כבש » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 4:44 pm

בקיצור פון דיין לאנג און קורצע אנאליז און איין ווארט.
עטץ זוכסט נישט קיין שלום.
ראש כבש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 30
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 27, 2014 1:36 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

הודעהדורך איטשע » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 4:51 pm

יא יא יא
ווי שעמען ענק זיך נישט צו שרייען שלום, ווען ענק זענען נאך אין קוירט און בג״ץ?
ווי שעמט זיך נישט רמ״ד צו שרייען אז ער גייט נישט אין קוירט וועגן חילול ה׳, בשעת ווען ער זיצט אין קוירט, און זיין אשת חבר זאמלט עירמיילס פארנדיג קיין ארץ ישראל, עדות זאגן אין בג״ץ קעגן באבוב?
און טאמער ווילן אונז נישט שלום, זעמיר אונז די בעלי מחלוקת?!
און ענק פארשטייען דאס נישט!?!?!

ע״כ אב״ה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך איטשע אום מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 6:30 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
איטשע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 36
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 6:55 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

הודעהדורך כנור » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 4:56 pm

איטשע האט געשריבן:און טאמער ווילן אונז נישט שלום, זעמיר אונז די בעלי מחלוקת?

יא

דער וואס וויל נישט שלום איז דער בעל מחלוקת.
בין א פריוואטע איד מיט א מיינונג.
כנור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

הודעהדורך בארא פארקער » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 5:04 pm

כנור האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:און טאמער ווילן אונז נישט שלום, זעמיר אונז די בעלי מחלוקת?

יא

דער וואס וויל נישט שלום איז דער בעל מחלוקת.


האהא, ברענג אראפ א האלבע ווארט פון א גאנצע תגובה אין פרעגט קשיות,
איי ס'שטייט עפעס פארדעים אין נאכדעים?

דערמאנט מיך ווי צבי ארי ריינהאלד האט געוואלט אפפרעגן די דרשה פון די ראש הישיבה, האט ער ברבים אנגעצינדען די קאסעטע פון דע דרשה, געלאסט שפילען א האלבע רגע אין זיך געשטעלט אויף א ווארט וואס די ראש הישיבה האט געזאגט,
#געכאפט ביי די ווארט,
גרויסע אינגעלע
בארא פארקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 162
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:41 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

הודעהדורך כנור » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 5:06 pm

שטייט גארנישט פארדעם און גארנישט נאכדעם.

ביזט אבער מודה אז מען האט אים (און דיר) געכאפט ביים ווארט.
בין א פריוואטע איד מיט א מיינונג.
כנור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

הודעהדורך ראש כבש » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 5:27 pm

מיין שאלה איז איינס.
וויל באבוב שלום מיט באבוב45 ?
איך האב נישט געפרעגט צו באבוב45 וויל שלום,אויף דעם איז דא א באזינדערע אשכול ?
און מיין שאלה איז צו ענק זענט עטץ גרייט מוותר צוזיין עפעס למען השלום,צו ניין ?
איך פרעג נישט וואס באבוב45 זאל טוהן,איך פרעג צו עטץ ווילטץ עפעס מוותר זיין ?
פון ענקער תגובות זעעט זיך אויס ווי עטץ ווילטץ מחזיק זיין במחלוקת,פארדעם פרעג איך איבער צו אפשר איז עס נישט אזוי ?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ראש כבש אום דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 5:29 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
ראש כבש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 30
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 27, 2014 1:36 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

נעקסט

גיי צוריק צימעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט