ווער איז געלונגענער: דער רבי פון באבוב אדער פון באבוב 45?

מהנעשה והנשמע אין די היימישע גאסן און הויפן
געדענקט!
ביטע זיך פרובירן האלטן אביעקטיוו און נישט אטאקירן אנדערע מעמבערס. לופטיגע הודעות וועלן נישט טאלערירט ווערן! קליקט דא צו זען די פרינציפן פון דעם פארום.

ווער איז געלונגענער: דער רבי פון באבוב אדער פון באבוב 45?

הודעהדורך חקרן » מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 3:12 am

איך וויל דא אויסשמועסן א פשוט'ע פראגע מיטן עולם:
יעדער איינער רעדט, מען האלט מיט די נייעס אויף די גאס איבער דעם באבוב'ער פסק. לאמיר דעריבער צונעמען ביידע אדמורי"ם און זיי באטראכטן, צו זען ווער איז בעצם א געלונגענערע מענטש און ווער עס פארמאגט מער טאלאנטן פונעם אנדערן, אדער בעסערע קוואלעפיקאציעס צו זיין א רבי.

איך פארשטיי אז יעדער זייט וועט אפירקומען מיט ראיות און סברות פארוואס זיין רבי איז געלונגענער, אדרבה! זאל מען קומען מסביר זיין און דעבאטירן איינער מיטן אנדערן. אבער ביטע געדענקען, לאמיר פירן דעם שמועס ווי ערוואקסענע, נישט קריטיקירן אדער אראפרייסן, נאר פשוט ארומרעדן איבער די קוואלעפיקאציעס פון ביידע רבי'ס און מיט וואס איינער איז מער פונעם צווייטן.

אויף צו עפענען דעם נושא, וועל איך אנהויבן מיט א גענצליך דרויסנדיגער בליק, וויבאלד איך האב נישט קיין שייכות מיט קיינעם פון די צוויי זייטן. אבער לויט ווי איך פארשטיי איז דער נושא אזוי:

האדמו"ר מבאבוב שליט"א: ער איז א שענערע זינגער, בעל תפילה, טאנצט שיין, ווי אויך קען ער גוט רעדן. ער פארמאגט עטוואס זיין טאטע'נס חן און ליבליכער שמייכל, און ער פארקויפט דעם באבוב'ער גלאנץ, מאכנדיג דעם אויסקוק פון אן אמת'ער באבוב'ער רבי מיט אלע מפרשים. מען דארף אויך צוגעבן צו זיינע מעלות, אז ער הייסט א גרויסער ידען אין חסידות און אין חסידי'שע ספרים - א זאך וואס האט קיין שייכות נישט מיט באבוב, אבער עס איז א באונעס.
פון דער אנדערע זייט הייסט ער אן אנגעצויגענער מענטש, כאפט אטאקעס אינמיטן טיש און קען זיך נעמען שרייען און זאגן זאכן וואס אפילו זיינע נאנטע שעמען זיך מיט אים, ווי אז מען זאל נישט רעדן ביים טיש אדער אז עס איז פאראן צי א קליינער עולם וכדו'. ער מאכט א רושם אלס זייער א דעפרעסטער מענטש, ער גייט נישט באזוכן קיין רבנים און בכלל גייט ער ווייניג ארויס פון זיינע ד' אמות. פארט, ווען ער קומט צווישן מענטשן הייסט ער א נייס גיי, ער רעדט שיין און זינגט שיין און פראבירט צו מאכן דעם אנשטעל אלס דער רואיגסטער מענטש אויפן כדור הארץ.

האדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א: ער איז טאקע א שוואכערע זינגער און בעל-תפילה, דערמיט פארלירט ער פונעם באבוב'ער פראכט, בשעת אלע רבי'ס זענען געווען זינגער און טאנצער. מאידך-גיסא שיינט ער צו זיין א שיינער תלמיד-חכם און זאגט כסדר שיעורים אין נגלה פאר זיינע חסידים. ער הייסט אויך אן איבערגעגעבענע טאטע פאר זיין ציבור, מיטלעבנדיג און אויסהערנדיג יעדן איינעם און ער איז מייעץ פאר יעדן מה שצריך. ער פארמאגט א מעלה, אז עס הייסט אויף די גאס אז זיין עולם איז א שענערער עולם ווי דער אנדערער באבוב און אז דארט זענען פאראן מער חסידי'שע יונגעלייט. ער האט מצליח געווען צו געוואונען די סימפאטיע פון די גאס, וואס האט אים ליב און ווילן זען זיין הצלחה. ער האט אויך א נאמען אלס אן אפענער מענטש וואס זאגט וואס ער האלט, אנדערש ווי דער אנדערער באבוב וואס קען אינדערהיים שעלטן און שרייען בשעת אין שוהל איז ער רואיג און געמיטלעך (אויסער ווען עס פלאצט).
מאידך גיסא, פעלט פון אים דער באבוב'ער חן, בשעת ער קען נישט אזוי גוט זינגען און טאנצן, איינע פון די פראקציעס וואס א רבי דארף קענען טון. ער האט אויך נישט מצליח געווען מיט די דין תורה אין באבוב און די שלמזלנות לויפט אים נאך איבעראל, נישט זייענדיג מסודר מיט די מוסדות, טראצדעם וואס עס איז שוין אריבער איבער צען יאר פון ווען ער האט זיך אפגעזינדערט פון באבוב. אין ידיעה בחסידות שטייגט אים אויך זיין קעגנער איבער, און לאמיר נישט פארגעסן, ער האט ביי זיך א שוואגער, הרה"ג ר' יהושע רובין שליט"א, וואס קען זיך יעדע מינוט אויפוועקן און מחליט זיין אז אויך ער וויל עפעס האבן און אז ער קען באשטיין צו זיין א רבי.

די אלע ווערטער האב איך אפגעשריבן סתם לחידודי, איך בין נישט אויף קיין זייט מער פון אן אנדערע זייט און עס קען זיין אז נישט אלעס וואס איך שרייב איז מדיוק. מיין ציל איז אז דער עולם זאל שרייבן זייערע מיינונגען, וועלכע פון די צוויי רבי'ס זענען מער געלונגען. נישט ווער עס איז גערעכט אדער ווער עס פאלגט יא אדער נישט די דין תורה, און אויך נישט ווער עס וויל שלום אדער נישט, נאר בלויז ווער עס איז געלונגענער.
חקרן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 544
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

הודעהדורך מארקוס » מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 8:21 am

ווי ערנסט די שטעלסט אוועק דיין פראגע, האסטו עס דאך געפרעגט אין צימעס און נישט אין אנשי שם, דעריבער וועל איך דער ענטפערן א תגובה, וואס איז צוגעפאסט לאותו מקום.

יאך קען ביידע רבי׳ס, מיט איינעם האב שוין ב״ה נישט קיין שייכות כמעט 10 יאהר, אפשר גאר אפילו מער.

דער חילוק צווישן די צווי רבי׳ס איז אזוי.
באבובער רב, אינטערסירט עם נישט דער גאס, וואס דער גאס קלערט פון עם, און וואס דער גאס וועט זאגן. ער איז רב פון ק״ק באבוב, ער זארגט פאר דעם, זיין צילף אז צו הייבן די קהלה מיט זיינע חסידים, העכער און העכער, אנגעהויבן האט זיך עס פונעם ערשטן וואך וואס ער האט געפירט רבי׳סטעווע, ווען ער האט זיך אויפגעשטעלט ביים ארון הקודש, און פראקלאמירט, אז רעדן ביים דאווענען אין זיין ביהמ״ד איז היסטאריע, און ער טוט למעשה, ער ווערט נישט דערשראקן פון קיינעם, ווי ס׳איז באקאנט די מעשה מיט איזי ענגלאנדער, גראדע לעצטענס געווען געפויסט דא ערגעץ, וואס האט געטשעקט זיין סעלל ביי קרבנות...
די זעלבע זאך, איז ביי שלש סעודות, טוישט ארום, און טוט פעולות, זיכער צו מאכן אז יעדער פארשטייט די גרויסקייט פונעם צייט, און די וואס זענען געקומען שמועסן, טרייבט לחיים ולשלום מיט א שארפקייט, ער דארף זיי נישט האבן. רוף עס אטאקעס, מען קען עס רופן ווי אזוי מען וויל, זיין טאטע האט דער רבש״ע געשטעלט צו דילן מיט קריגס מענטשן, און ער איז אין א דור, פון יונגעלייט וואס מען דארף האלטן ביי די לייצעס.
ס׳איז נישטא וואס צו רעדן אז אין דער לעצטע 10 יאר, האט דער רב געהויבן דעם פלאץ גאר גאר הויך. אפילו די וואס זענען מתחילה געווען סקעפטיש איבער עם, רעדן היינט גאר אן אנדערע שפראף.
און דאס איז נישט נאר אין ניו יארק, דער רב פארלאנגט פון יעדעם איינעם פערזענליך, קביעות עתים לתורה, כשר׳ע סעללפוינ׳ס, פילטערד אינטערנעט.
שאפט געלט, כ׳גיי נישט אריין צו ס׳קומט עם אן גרינג צו נישט. בויעט מוסדות איינ׳ס נאכ׳ן צווייטן.

לגבי גיין צו גרויסע כינוסים, גייט ער אין זיין פאטער׳ס פוס טריט, וואס פלעגט קיינמאל נישט גיין צו די סארט׳ן ערטער, אויסער געציילטע יוצא מן הכללים, ער באגנוגט זיך מיט׳ן שיקן זיין שוואגער דער דיין שליט״א. שוין אפגערעדט פון כינוסים, וואס האבן מער א פאליטישע ציל, ווי ריין לש״ש.

לגבי באזוכן רבי׳ס און חתונות, האט ער זיך אמאל אויסגעדריקט, אז ווען ער איז געווען אינעם יאר נאך זיין מוטער, האט דאך יעדער פארשטאנען אז ער קען נישט קומען צו קיין שמחות, איז ער געוואויר געווארן וויפיל צייט ער פארלירט דערמיט, האט ער באשלאסן אז מער גייט נישט, ס׳איז עם אשאד די צייט. גאנץ לעצטנס האט עם עליש ענגלענדער גערופן צו א שמחה, וועמען ער האט אויך שיינערהייט אפגעזאגט, האט זיך איינער פון זיינע קינדער אויסגעדרוקט, דאס התפעלות פון עליש אויף עם, ווייל אלע אנדערע רבי׳ס זענען געקומען צו לויפן, אבער דער באבובער רב, האט זיך נישט דערשראקן, און ער האט נישט געטוישט זיין פרינציפ. הגם ס׳האט עם זעהר נישט געשמעקט.

ווער עס קען דער באבובער רב ווייסט אז ווען מען כאפט אין די ריכטיגע מינוט, קען מען שמועסן מיט עם גאר לאנגע צייטן, מצד השני, האט ער נישט קיין זיץ פלייש, ער קען נישט איינרוהען, פאר ער איז געווארן רבי, פלעגט אסאך ארומצופארן. דאס ארומגיין ביים דאווענען קען אויך גאר זיין די סיבה פון נישט קענען איינזיצען, אבער למעשה האלט דאס דער עולם שטיל.

אויב אזא פראפיל שטעלט אוועק א מענטש אלס דעפרעסעד, און דאס מאכט דיך צופרידן, העוו איט דיס וועי.

יעצט לגבי דער באבוב45ער רבי.
איך האב עם געקענט איידער ער איז געווארן רבי, דעמאלטס איז ער געווען אין באבוב ״נאך אן אייניקל״ פון דער רב ז״ל, א מגיד שיעור פאר יונגער בחורמ׳ליך, ער מיט קיינעם נישט צופיל געהאט, אלעמאל געווען כיטרע, אבער איידער זיין שווער איז געווען רבי, האט ער נישט געהאט ווי עס אויסצנוצען.
יעצט זייענדיג אלס רבי, פון וואס איך ווייס, איינצלהייטן, וואס דער גאס ווייסט נישט, און זיינע חסידים ווילן נישט וויסן.

ער האלטן דרשות אין נגלה, אבער דער וואס האלט מיט ווייסט אז אלעמאל דרייט זיך עס ארום די זלעבע צוויי דריי סוגיות. ער שטייגט נישט ארויס מיט זיין לומדות מער פון עני מגיד שיעור.
ער איז טאקע איבערגעגעבן, פאר די שוואכע חסידים - גאפלעך בלשונם וכדומה - וואס פאר סאם ריזען, קען טאקע זיין פארדעם, האבן זיך אלע וואס זענען געווען אין באבוב פון די קאליבער, תיכף אנגעקלעבט צו עם.

לגבי זיין פערסאנאליטי:
ער האט צוויי שטארקע צילן פאר זיך, אויף וואס ער ארבעט זייער שווער.
1. ״דער גאס״, ער וועט זיך אנריקן צו יעדער שמחה, באי ביתו, קוועטשן שוין ארויס אן הזמנה פון דער בעל שמחה, און טאמער נישט, אויב איז די פאר בילדער וויכטיג, קען ער אנקומען אן אן הזמנה אויף. ער האט טאקע אויסגעשםפילט דער בעל שמחה, וואס מצד אחד קען ער זיי אנגעוויטאגט אויף, אדער מצד השני, נישט צופיל אנגיין. מצד השני, וועלן עם די בילדער ברענגען פאבליסיטי, וואס דאס איז עם וויכטיגער.
ער וועט לויפן צו יעדער אסיפה, כינוס, וכדומה.
אט דער גאס, האלט עם אויך אביסל אין קאנטראל, ווייל איר מוזזיך דאך קענער אהער שטעלן קלאסיש און רואי, צו קענען קאנווינסען אז ער אז ״אדמו״ר״ מאטריאל, ווי יעדער קען זעהן אז ס׳איז עם געלונגן צו אבערצייגן ״חרקן״ דא אויבן.
אבער ביי זיך אין ביהמ״ד, צו פריוואט, איז נישט אזוי גלאנציג. עס דרייט זיך א קליפ אויף יו-טוב ווי רמ״ד פארלירט זיין גלייכגעוויכט ארויס פון עני נארמאלע פארפארציע ווען א בחור האט געשפילט דריידל - ואידך זיל גמור.

2. דער צווייטער ציל, איז זיין ״פעטער״.
פאר א שיינע פאר יאר האט ער פראבירט צוצוברעכן, אבער ער האט נישט געהאט גענוג צייט דערצו, זיין שווער איז עם צופרי נסתלק געווארן. און לדאבונו, איז עם נישט געלונגען צו באקומען קאנטראל פון באבוב.
אט דאס האט עם ארויסגענומען פון יעדען גלייכגעוויכט.
פארוואס ברענג איך ארויס די נקודה, ווייל דאס האט א דירעקטע השפעה, פון זיין קאנעקשאן מיט זיינע חסידים. כ׳רעד לגבי דאס זיין איבערגעגעבן צו זיי.
ווען זיינע חסידים האבן זיך פון אנהייב געוואלט עפענען אייגענע שטיבלעך, האט ער זיי נישט געלאזט, בלייבטס אין באבוב, מען האט זיך געבעטן ביי עם, ס׳איז אומבאקוועם, מ׳רייבט זיך. אעב רלמען הפאליטיק איז עם געווען וויכטיגער, אז מען זאל בלייבן און צושטערן די ראויגקייט אין באבוב.
וואס דארף מען מער פון דער לעצטע אנטוויקלונג, קלויבנדיג זיך דער נאמען ״באבוב45״. ווי שיין דער נייער סימבאל ברענגט ארויס ווי שטארק זיי שעמען זיך מיט׳ן נאמען, פרעג נאר א חסיד זיינע וואסערע חסיד דו ביסט, ער וועט דיר נישט ענטפערן, ״איך באבוב א באבוב-פינעף-און-פערציגער חסיד״, ווי עני אנדערע חסיד וועט ענטפערן מיט שטאלץ וואס ער איז. אבער היות למען הפאליטיק איז עם בעסער אזוי, קימערט ער זיך גאנץ ווייניג מיט די געפילן פון זיינע חסידים.
10 יאר בעטן זיך ביי עם זיינע חסידים, לאז די אפ פון באבוב, הייב אן צו בויען פון פריש, בנינים מוסדות, ער האט געהאט די געלט פון אנהייב. אבער ניין למען הפאליטיק, איז עם ענדערשער געווען, צו דינגען, אין גיין אין מקוה ביי זיי ברודער. איי דיינע חסידים לעכצן פאר אן אייגן מקום - למען הפאליטיק איז מיר וויכטיגער אזוי.

לגבי זיין עדה חסידים.
זיי זענען שענער ווי באבוב? איך זעה נישט וואס מאכט דיך אזוי קלערן? יא ער האט פון א געוויסע עלטער פון יונגעלייט וואס זענען היינט 30-35 יאר אלט ארויסגעשניטן כמעט אלעס פון באבוב, אויך די וואוילע יונגעלייט - דאס איז א פאקט, אבער דאס איז נאך נישט אלעס, ווי דערמאנט, האבן זיך ״אלע״ ענדע-צדיקים פון באבוב אויך מיטקעלעבט מיט עם, אזוי אז איך זעה נישט מיט וואס ער האט ״דער״ שיינע עלום.

ער האט דער סימפאטיע פון דער גאס?
כ׳האב נאך נישט באגעגנט א פרעמדע מענטש אין דער גאס, וואס זאל מיר אזוי ארויס ברענגען זיינע געפילן, אפשר אנטלויפן זיי פון מיר, אבער זייענדיג גאנץ א מעורב בין הבריות, הער איך דא אין דארט, און יתכן ס׳איז דא א פראצענט וואס האט סימפאטיע צו עם, ווייל זיי קוקן עם אן אלס א נרדף, דאס איז דאך דער אימעזש ער פראבירט צו פארקויפן דער גאס. מצד השני, איז דא גרויסע חלק פון דער גאס, וואס נאך צען יאר האבן זיך באקענט מיט זיינע שטיק, און זיי קויפן עס מער נישט. און קוקן עם אן ווי א ביליגער מענטש.

אבער ווי אזוי עס זאל נאר זיין וואונטשט עם יעדער הצלחה, און כ׳מיין אז קיינער וואונטשט עם נישט די הצלחה אויפן חשבון פון באבוב.

לגבי דער קעפיל:
געלונגענקייט קען מען זיין אויף ריזאלטס.
קוק צו און פרעג דיך נאך, ווי אזוי באבוב האט געבליעט אין לעצטע 10 יאר, מיט וואס פארא חורבן דער באבובער רב האט אנגעהויבן, און וועס שטייט היינט, בגשמיות און ברוחניות
קוק צו ווי אזוי באבוב45 זעהט היינט אויס, נישט אסאך אנדערש, טאמער נישט טיפער אין דער ערד, ווען פון ווען ער האט אנגעהויבן.
״והמבין יבין״
באניצער אוואטאר
מארקוס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 137
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 10:51 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

הודעהדורך איחוד פעלד » מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 11:39 am

פון דער אנדערע זייט הייסט ער אן אנגעצויגענער מענטש, כאפט אטאקעס אינמיטן טיש און קען זיך נעמען שרייען און זאגן זאכן וואס אפילו זיינע נאנטע שעמען זיך מיט אים, ווי אז מען זאל נישט רעדן ביים טיש אדער אז עס איז פאראן צי א קליינער עולם וכדו


למשל ווען איז דאס געשעהן?

כאפט מיך א תאווה אהין צו גיין די וואך הערען ווי ער שרייט אז ס'איז דא א קליינער עולם........

בכלל וואלט איך אים מייעץ געוועהן, מה נפשך, איז דא א קליינער עולם און ס'איז שטיל, שרייסטו, איז דא א גרויסער עולם און ס'איז ביזי, שרייסטו....
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1646 מאל

הודעהדורך לית דין בר נש » מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 11:56 am

חקרן האט געשריבן:האדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א: ער פארמאגט א מעלה, אז עס הייסט אויף די גאס אז זיין עולם איז א שענערער עולם ווי דער אנדערער באבוב און אז דארט זענען פאראן מער חסידי'שע יונגעלייט. ער האט מצליח געווען צו געוואונען די סימפאטיע פון די גאס, וואס האט אים ליב און ווילן זען זיין הצלחה.

די ווילסט וויסן די געלונגען קייט פון די מענטש אדער די צוויי חסידותן?
ווי פאר א שווארץ יאר קומט אריין ער האט די בעסערע אינגעלייט און די גאס וויל זיין הצלחה אין זיינע געלונגעקייטן?
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1511
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:18 pm
האט שוין געלייקט: 6764 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1292 מאל

הודעהדורך חקרן » מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 4:51 pm

רבותי פליז... אלס פותח האשכול האב איך די רעכט צו בעטן, איך האב געעפנט דעם אשכול ארויסצוברענגען ווער עס איז מער געלונגענער און ווער עס האט מער טאלאנטן. דא איז נישט דער ארט זיך צו הרג'ענען ווער עס איז גערעכט און ווער עס באשמוצט דעם נאמען פון הרה"ק ר' נפתלי'טשע זצוק"ל. דערויף זענען פאראן א צאל אשכולות געווידמעט דערויף.

לאמיר זיך ביטע האלטן צום נושא, מען קען רעדן, זיך דינגען, אלעס, אבער רעדן צום נושא... וועלכע פון די רבי'ס האבן מער געלונגענקייטן אין זיך... בעסער געפרעגט, ווען ביידע פון זיי זענען בחורים, וועמען וואלסטו גענומען פאר אן איידעם?
חקרן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 544
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

הודעהדורך moshe613 » מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 7:40 pm

רמ"ד האט טאקע נישט אזא שיינעם קול וואס רב"ץ האט, אבער ער דאווענט זייער ווארעם, בדרך אגב די מהר"ש זצ"ל איז בכלל געהאט א הייזעריגע קול.

לגבי די שמייכל, איך מיין אז אלע 48 וואלטן געשמייכעלט צו הערן אז מען פארגלייכט צו רב"צ'ס שמייכל צום טאטן, בכלל בטבע איז רב"ץ ממש כמזרח רחוק ממערב ממש צוויי אנדערע וועלטן.
moshe613
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 139
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 3:15 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

הודעהדורך אויסגערוט » דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 1:36 am

בעסער געפרעגט, ווען ביידע פון זיי זענען בחורים, וועמען וואלסטו גענומען פאר אן איידעם?

איך וואלט געווארט אויף דער נעקסטער שיפמענט
באניצער אוואטאר
אויסגערוט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 11:38 pm
האט שוין געלייקט: 358 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל

הודעהדורך moshe613 » דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 11:06 am

די תירוץ איז זייער פשוט קוק ווער האט גענומען רב"ץ פאר אן איידעם און קוק ווער האט גענומען רמ"ד פאר איין איידעם.
moshe613
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 139
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 3:15 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

הודעהדורך אויסגערוט » דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 12:48 pm

איך בין נישט זיכער וועלכער די מיינסט ארויסצוהייבן. ביידע שווערס זענען געווען גאר ערליכער אידן. איינס א בנשק"ל און איינס נישט
באניצער אוואטאר
אויסגערוט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 11:38 pm
האט שוין געלייקט: 358 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל

הודעהדורך מארקוס » דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 12:50 pm

moshe613 האט געשריבן:די תירוץ איז זייער פשוט קוק ווער האט גענומען רב"ץ פאר אן איידעם און קוק ווער האט גענומען רמ"ד פאר איין איידעם.


גוט געענטפערט!
כי לך נאה כי לך יאה....

אבער די האסט פרגעסן איין זאך, אז דער מהרנ״ץ האט געוואלט האבן זיין ברודער פאר אן איידעם, נאר זיין טייערע רביצין העסי האט נישט געוואלט הערן דערפון. זעהט אויס אז אפילו דער מהרנ״ץ האט געהאלטן אז זיין ברודער איז א בעסערע אויסוואהל ווי רמ״ד, וואס איז געווען הערשט א שפעטער אפציע...

אבער וואס ווייסטו...

אין דער אמת איז, אז רמ״ד מיט׳ן שוויגער זענען ממש צוגעפאסט איינעם צו דער אנדערן...
באניצער אוואטאר
מארקוס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 137
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 10:51 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

הודעהדורך התם ומתמם עם תמימים » דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 12:54 pm

ביי מיר זענען ביידע וואוילע יודן ערליכע יודן יראי שמים כולם אהובים כולם ברורים
ביידע זענען געלוגענע מענטשן אין יעדער האט זיך זיינע מעלות אין זיינע חסרונות

דערפאר דארפן מיר נישט מישן קיין קאך לעפל אהער אין אהין עטס פירט זיך אויף ווי קליינע קינדער לאזט אפ דער זאכן יעדער איז וואויל אין יעדער איז פיין
התם ומתמם עם תמימים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 542
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 12:20 pm
האט שוין געלייקט: 127 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 188 מאל


גיי צוריק צימעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט