היסטארישער מסע המלכות של כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 קיין לונדון

מהנעשה והנשמע אין די היימישע גאסן און הויפן
געדענקט!
ביטע זיך פרובירן האלטן אביעקטיוו און נישט אטאקירן אנדערע מעמבערס. לופטיגע הודעות וועלן נישט טאלערירט ווערן! קליקט דא צו זען די פרינציפן פון דעם פארום.

היסטארישער מסע המלכות של כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 קיין לונדון

הודעהדורך כנור » מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 7:13 pm

אזוי ווי עס איז נאך נישט דא א אשכול איבער דער היסטארישער באבובער מסע המלכות קיין לונדון, עפען איך עס.

די וואס זענען דארטען געווען זאגען מיר אז עין לא ראתה, אז דער וואס האט עס נישט אליין געזעהן קען מען עס אים נישט באשרייבען. כבוד מלכים האט דער באבובער רבי געהאט דארט; גאנץ לונדון (טויזענטער אידען) האבען אנטייל גענומען און אויף גענומען די חשובע באבובער געסט מיט א אויסטערלישע האספיטעליטי; זיך באטייליגט ביים געהויבענעם טיש פרייטיג צו נאכטס; און מוצש"ק האבען אנשים נשים וטף, לענג אויס סטעמפארד היל, זיך באטייליגט ביים הכנסת ספר תורה.

די הכנסת ספר תורה
http://www.jdn.co.il/news/423989

הבדלה
http://www.jdn.co.il/news/424026

אויפען וועג קיין לונדון
http://www.jdn.co.il/news/421515
בין א פריוואטע איד מיט א מיינונג.
כנור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

הודעהדורך לית דין בר נש » דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 12:49 pm

כנור האט געשריבן:אזוי ווי עס איז נאך נישט דא א אשכול איבער דער היסטארישער באבובער????? מסע המלכות קיין לונדון, עפען איך עס.

די וואס זענען דארטען געווען זאגען מיר אז עין לא ראתה, אז דער וואס האט עס נישט אליין געזעהן קען מען עס אים נישט באשרייבען. כבוד מלכים האט דער באבובער????? רבי געהאט דארט; גאנץ לונדון (טויזענטער אידען) האבען אנטייל גענומען און אויף גענומען די חשובע באבובער????? געסט מיט א אויסטערלישע האספיטעליטי; זיך באטייליגט ביים געהויבענעם טיש פרייטיג צו נאכטס; און מוצש"ק האבען אנשים נשים וטף, לענג אויס סטעמפארד היל, זיך באטייליגט ביים הכנסת ספר תורה.
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1509
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:18 pm
האט שוין געלייקט: 6755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1287 מאל

הודעהדורך כנור » דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 1:16 pm

?????

איך ווייס נישט וואס די ווילסט. איך ווייס יא; די ווילסט זיין דער איינציגסטע באבוב, אבער בית דין האט אנדערש געפסקענט (צו די ווילסט יא צו די ווילסט נישט) אז ביידע זענען באבוב פינטעל. עס דארף א היכר און עס האט א היכר; קיין איינער פון די באלד 300 ליינערס האט נישט געמאכט א טעות פון וועליכע באבוב מען רעדט.

געט איט אובער וויט און געוואוין זיך איין אז עס איז דא צוויי באבוב'ס און מאך שלום מיט די געדאנק. באבוב-45 (יעצט ביזטו צופרידען?) האט שוין שלום געמאכט מיט די געדאנק פון צולייגען "45" צום נאמען כאטש עס האט זיי זייער נישט געשמעקט (טו פוט איט מיילדלי); יעצט ווארט מען אויף דיר אויך איין צו זעהן ריעליטי. גאנץ לאנדאן האט געוויסט קלאר פון וועליכע באבוב מען רעדט אבער דאס ווארט "45" האבען זיי כמעט נישט געדארפט ארויס זאגען, נישט ווייל זיי האבען נישט געוואלט נאר ווייל עס האט נישט אויס געפעלט.

צווייטנעס, דער גאנצער פסק איז נאר וויאיזוי מען דארף רופען דער רבי/רב און די מוסדות; נישט די באבובער חסידים פינטעל. בית דין קען נישט מאכען איינעם אויס באבובער חסיד, איך האף די פארשטייסט.

א באבובער חסיד אין דער וועלט איז נישט ווער עס איז שטאלץ צו זיין א באבובער חסיד, נאר וועם מען קען אנטייטלען מיטען פינגער אז "דער איז א באבובער חסיד"; דאס מיינט אין פשוטע ווערטער, ווער עס פירט זיך אויף ווי א באבובער חסיד דער איז ראוי ליטול את השם; און דאס איז נישט קיין חילוק צו ער איז אין 48 אדער 45.

איך האף אז איך האב נישט עובר געווען אויף די תקנות וואס מען מעג דא שרייבען; איך האף אז מיין שרייבען דא גייט נישט אריין בגדר צימעס (איך האב נאר געשריבען וואס מען האט געמוזט שרייבען). טאמער יא, וועט אדער דאס גאנצע אשכול אריין גיין אין צימעס, אדער די פריערדיגע מיט מיין תגובה וועלען געמעקט ווערען. איך לאז עס צו דער יושר פון די גבאים, ובזה יצאתי.
בין א פריוואטע איד מיט א מיינונג.
כנור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

הודעהדורך לית דין בר נש » דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 1:27 pm

כנור האט געשריבן:באבוב-45 (יעצט ביזטו צופרידען?) האט שוין שלום געמאכט מיט די געדאנק פון צולייגען "45" צום נאמען

איך זעה אבער די נישט!
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1509
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:18 pm
האט שוין געלייקט: 6755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1287 מאל

הודעהדורך כנור » דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 1:41 pm

ווי זעהסטו דאס?

פינקט פארקערט; להוי ידוע אז איך האב שוין געשריבען פון לאנג; נאך 3 חדשים צוריק, אז האדמו"ר רבי מרדכי דוד שליט"א וועט צולייגען "45" צו זיין נאמען; און נישט ווייל איך בין א נביא נאר ווייל איך ווייס וואט מעיקס הים טיק; ער טראכט פונעם באשעפער פאר ער טוהט עפעס.

מיר שטערט עס בכלל נישט; עס שטערט מיר יא, ווען איינער וויל יענעם צונעמען זיין איידענטיטי. די אראבער טוהען עס.

ביטע נישט אריין גיין אין די פרטים וועגען דעם; ווייל עס באלאנגט אין צימעס. דא איז נייעס אויב האסט עפעס צו צולייגען.
בין א פריוואטע איד מיט א מיינונג.
כנור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

הודעהדורך לית דין בר נש » דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 1:50 pm

כנור האט געשריבן:ווי זעהסטו דאס?

קוק איבער מיין ערשטע תגובה איבעראל ווי עס איז דא רויטע ???
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1509
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:18 pm
האט שוין געלייקט: 6755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1287 מאל

הודעהדורך כנור » דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 1:59 pm

דארט ווי די זעהסט רויט זעה איך גרין.

קוק וואס די האסט געטוהן! דיינע נארישע תגובות האבען געמאכט אז מען זאל רוקען דאס אשכול פון נייעס (וואס דאס איז) צו צימעס (אלעס, א דאנק דיר).

האסט ערליך גע'ארבעט פאר דיינע שיקערס צו מאכען זיכער אז דער עולם זעהט נישט מער די נייעס. מאך זיכער אז די ווערסט דערפאר גוט באצאלט. אין אדם חוטא ולא לו.
בין א פריוואטע איד מיט א מיינונג.
כנור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

הודעהדורך בארא פארקער » דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 2:14 pm

וואס איז היסטאריש דא?
יעדער ווייסט אז אין לאנדאן איז נישט פארהאן קיין שום ראביסטעווע, אין ווען יעדער רעבילע וואס קומט צו פאהרן האט פרייטיג צונאכטס א גרויסע עולם, הייסט אז א רעבילע פון ארץ ישראל וואס פארמאגט ניטאמאל קיין ביהמ"ד אין קומט קיין לאנדאן, אין לייגט אריין אין די צייטונג א קליינע קלעיסיפייד אז ער גייט פיהרען א טיש אין די ווינטער שבתים וואס די פרייטאג צו נאכטס אין לאנדאן איז לענגער ווי די גלות, גייט ער בטוח האבן א 500 מענטשן.

ריקט זיך אן א רעבי צוזאם מיט יעדער איינער וואס האט א מינעמום שייכות צו עיהם, אויך באצאהלט טיקעטס פאר כמה מענטשן, מאכט א מהפכה אין א קליין שטעטל, הענגט אויף ריזיגע סיינס, מאכט ליכטיג רוב גאסן אין סטעמפערד הילל מיט לעמפלעך, שיקט אריין אין די פאוסט פאר יעדער איינוואינער א גאנצע קארליטע ביכל מיט בילדער אין בארשייבונגען, דאס איז נאך א פאון קאלל ואס יעדער איינוואינער האט באקומען טאמער האט ער פלאץ פאר געסט, באהאנגען די גאסן מיט צעטלעך כאילו ס'קומט פאהר א לווייה פון די סאטמערער רב זצ"ל. שטעלט אויף א ריזיגע שאטער אינמיטן שטאט, וואס פונקטלעך איז די קונץ דא?
אז ער האט געהאט א גוטע שבת מיט פרעמדע צוקוקער? דאס געבט דיך חיזוק? דאס מאכט עס היסטאריש? נאו פראבלעם.
האט ער געשאפט געלט דארט??? האט ער צובאקומען אפי איין גוטע ידיד אין לאנדאן וועגען ער האט ארום געשיקט א שיינע קאלירטע ביכל צו יעדער אין די היים?
אבער די עיקור איז א חיי שעה הייסט אויך געלעבט,
מוראדיג היסטארישע שבת,

געדענק נאר אז ווען מ'קומט אהיים גייט מען ווייטער צו נייטרע מקווה אין בית יעקב שולע.
בארא פארקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 162
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:41 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

הודעהדורך בארא פארקער » דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 2:25 pm

אז מרעדט שוין ממש א בושה ווי א גאנצע קהילה פרייט זיך מיט זעלעכע ביליגא פאמפע.
האסט געזעהן די עסקאורט? יא יא מ'האט פארמאכט די גאנצע בעלט הייוועי, די גרעסטע שאטער לאנדאן האט געזהן? קנאקעדיגע מוזיק האט געבאמבערט, ס'געווען א מצב. ריזיגע עולם, הערליכע גרעפיקס, ס'פיינע נייעס, די בילדער דער וואך אין די וואך גייט זיין פעסט

דאס אלץ פאסט פאר א קאמפעני וואס נאכט א שאו, נישט פאר א אזוי גערופענע רבי וואס פאהרט אויף א מסע הקודש,
כ'פארשטיי מ'דארף אמאל פאמפע, אבער פאמפע דארף זיין א משהו צוטיהן מיטן רבי אויך, למשל די רבי'ס האט שטארק גערעדט פרייטאג צונאכטס, אדער די רבי'ס באזוך ביים רב פון שטאט איז געווען זייער דערהויבן וגו'
זייער ביליג ווי די גאנצע פאמפע דרייט זיך ארום סיינס, לייטס, עסקאאורטס, בילדער, מוזיק , מצב,
חוץ טאמער ס'נישט פארהאן קיין נארמאלע פאמפע היות זיי פארמאגען עס נישט
בארא פארקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 162
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:41 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

הודעהדורך כנור » דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 2:30 pm

מען רעדט דיין שפראך.

צו דעהויבענע אידען רעדט מען פון דעהויבענע ענינים, אבער צו פראסטע מענטשען ווי דיר דארף מען רעדען זייער שפראך; און איין שפראך קענען זיי.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך כנור אום דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 3:57 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
בין א פריוואטע איד מיט א מיינונג.
כנור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

הודעהדורך בארא פארקער » דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 2:38 pm

די פארשטייסט וואס די האסט גענטפערט?
איטס אקעי, כ'פארשטיי די ווילסט עפעס זאגן אבער טריי צו מאכן סענס, טאמער ווילסטו סתם האבו די לעצטע ווארט איז עס נישט קיין פראבלעם
בארא פארקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 162
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:41 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

הודעהדורך petergrifin » דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 3:12 pm

מען האט אויס געצאלט די טיקעטס פאר די נסיעה פאר טייל מענטשן ?
אינטערסאנט אז קיינער האט נישט באצאלט מיין טיקעט. בד'א וויפיל זרעיליס
ווערן אויס געצאלט אהער צו קומען אויף חודש תשרי?
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 934 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

הודעהדורך כנור » דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 3:24 pm

וואס איז היסטאריש האט איינער געפרעגט. געזאגט נישט געפרעגט.

וועט מען דיר ענטעפערען אפילו די ווילסט נישט.

היסטאריש איז ווען א רבי פון טויזענטער חסידים פארט דאס ערטשע מאל אין צעהן יאר פון ווערען רבי מיט באלד האלב פון זיינע חסידים (אנדערע זאגען נאר א דריטעל) ראש משפחות, נישט קיין בחורים.

היסטאריש איז ווען א גאנצע שטאט נעמט אויף די געסט מיט אזא פריינטליכקייט.

היסטאריש איז ווען א רבי קומט קיין לאנדאן און האט 3000 אידען ביי זיין טיש פרייטיג צו נאכטס.

היסטאריש איז ווען אלע רבנים אין שטאט קומען אפגעבען זייער כבוד און הערצה פאר א רבי (א פרישער רבי).

היסטאריש איז ווען א גאנצע שטאט באטייליגט זיך אין א הכנסת ספר תורה, און 5000 אידען דריקען זיך אריין אין איין טענט (דער טענט האט טאקע געקראכט פון אזוי פיל מענטשען) און אין דרויסען זענען נאך געבליבען טויזענטער מענטשען וואס האבען געמוזט עס מיט האלטען מיט א סקרין.

היסטאריש איז ווען א רבי פארט מיט א טויזענט חסידים וואס האבען מקבל מרות געווען ביי אים, וואס זיין ווארט איז הייליג ביי זיי, און רירען זיך נישט אן אים.

ביי דיר איז עס נישט היסטאריש נאר היסטעריש; נישט מיט א אל"ף נאר מיט א עי"ן; א עין רעה.

אויב האסטו א ביסעל שכל, סי דע הענדריידינג אן דע וואל, און זעה אז לא בחיל ולא בכח, כי אם ברוחי אמר ה' צבאות. העברת פי ה' והוא לא תצלח, עוזי קען ענק נישט העלפען.

דא האט מען נישט אויס געגעבען קיין מיליאן דאלער הכל בכל מכל. מעגסט אויס געבען זעקס אין א האלב ביליאן דאלער (מיט א בייז); קיין ארץ ישראל און נישט קיין לאנדאן; אבער אויב עטץ מאכטס נישט שלום וועט עטץ נישט קענען באווייזען דער קינץ. לא בחיל ולא בכח כי אם ברוחי אמר ה' צבאות. נאר אז עטץ וועט מאכען שלום וועט עטץ מצליח זיין.

יש דין ויש דיין האט דער גאנצער וועלט געזעהן; און אז אזוי פיל מענטשען זאלען דאס זעהן אויף איין מאל, דאס איז היסטאריש.
בין א פריוואטע איד מיט א מיינונג.
כנור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

הודעהדורך I'm back » דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 3:33 pm

וועלכע חלק איז היסטאריש?

אז ער איז געפארן קיין לאנדאן?
ער פארט דאך יעדער מאל ער דארף טישאס.

אז ער איז געפארן מיט חסידים?
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 825
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2411 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל

הודעהדורך כנור » דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 3:36 pm

וועלכע חלק איז היסטאריש?

וועלכע חלק איז נישט?
בין א פריוואטע איד מיט א מיינונג.
כנור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

הודעהדורך I'm back » דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 3:40 pm

היסטאריע מיינט עפעס וואס געשעט נישט אפט. אויב אזוי, איז עס היסטאריש יעדער מאל איך פלי קיין כינע, היות איך גיי כמעט נישט?

זיי מסביר ביטע.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך I'm back אום דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 3:44 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 825
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2411 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל

הודעהדורך כנור » דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 3:43 pm

דיין דעפעניציע אויף היסטאריש איז באלד אזוי גוט ווי דיין דעפיניציע פון באבוב.

שלום ביי דיר, אז דער מהר"ש איז געווען א איש השלום; מיינט גאר מחלוקת! די שטייסט אויפען קאפ.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך כנור אום דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 4:10 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
בין א פריוואטע איד מיט א מיינונג.
כנור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

הודעהדורך כנור » דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 3:53 pm

petergrifin האט געשריבן:מען האט אויס געצאלט די טיקעטס פאר די נסיעה פאר טייל מענטשן ?
אינטערסאנט אז קיינער האט נישט באצאלט מיין טיקעט. בד'א וויפיל זרעיליס
ווערן אויס געצאלט אהער צו קומען אויף חודש תשרי?

גוטהארציגע מענטשען האבען געטוהן וואס גוטהארציגע מענטשען טוהען און פרובירט ארויס העלפען ווער עס האט נישט געקענט אליין אויס צאלען א טיקעט אבער איז געגאנגען בנפשו צו פארען. מען האט שוין געהערט אזוינס.

עס דערמאנט מיר אז מען האט דערציילט אז ווען די אזוי גערופענע וואלען זענען פארגעקומען און מען האט געבעטען פאר א ID, איז האט מען אין 48 מייסטענס ארויס גענומען א דרייווערס לייסענס, און אין 45 האט מען ארויס גענומען דער פוד סטעמפס קארטעל. פארשטייט זיך אז א ארימע קהלה (אין געלט) דארפען די חסידים מער הילף.

אין 48 וועט עוזי באצאלען פאר יעדען צו פארען, אפילו דער וואס האט. נישט נאר פאר אים נאר אויך פאר זיין ווייב און קינדער; אבער נאכאמאל, אויב זיי וועלען נישט מאכען קיין שלום וועלען זיי קיין הצלחה נישט האבען. בארעכענט אייך באצייטענס.
בין א פריוואטע איד מיט א מיינונג.
כנור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

הודעהדורך איך אויך » דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 4:15 pm

איך וויל נישט אריינגיין אינעם מדובר נאר אזויפיל אז איך ווייס פאר א פאקט אז מען האט באצאלט טיקעטס (איך האב עס געהערט פון די באצאלטע אליינס).
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5626
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7675 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2540 מאל

הודעהדורך I'm back » דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 4:16 pm

כנור האט געשריבן:דיין דעפעניציע אויף היסטאריש איז באלד אזוי גוט ווי דיין דעפיניציע פון באבוב.

שלום ביי דיר, אז דער מהר"ש איז געווען א איש השלום; מיינט גאר מחלוקת! די שטייסט אויפען קאפ.


איך פארשטיי נישט וואס די זאגסט.
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 825
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2411 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל

הודעהדורך כנור » דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 5:00 pm

איך אויך האט געשריבן:איך וויל נישט אריינגיין אינעם מדובר נאר אזויפיל אז איך ווייס פאר א פאקט אז מען האט באצאלט טיקעטס (איך האב עס געהערט פון די באצאלטע אליינס).

איך וויל יא אריין גיין אינעם מדובר; די ערשטע העלפט וואס האבען זיך אנגעשלאסען צו פארען האבען אין גאנצען באצאלט זייערע טיקעטס; די אנדערע העלפט האט מען טייל יא און טייל נישט, און די וואס מען האט געהאלפען איז יעדען לויט זיין יכולת האבען גוט הארציגע אידען ארויס געהאלפען.

דאס הייסט חסד; גלייך פאר ריינע ראסעדיגע באבובער ווי פאר די וואס זענען נישט; און דאס הייסט באבוב.

נאך עפעס שווער?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך כנור אום דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 5:08 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
בין א פריוואטע איד מיט א מיינונג.
כנור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

הודעהדורך לית דין בר נש » דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 5:05 pm

כנור האט געשריבן:קוק וואס די האסט געטוהן! דיינע נארישע תגובות האבען געמאכט אז מען זאל רוקען דאס אשכול פון נייעס (וואס דאס איז) צו צימעס (אלעס, א דאנק דיר).

ווען די וועסט שרייבן די נאמען פון דיין חסידות אזוי ווי בי"ד הייסט וועט עס זיין נייעס
ווען די ווילסט פייפן אויפן תורה איז עס ניטאמאל צימעס עס איז טינופות!
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1509
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:18 pm
האט שוין געלייקט: 6755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1287 מאל

הודעהדורך כנור » דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 5:15 pm

פייפען פייפסטו מיט דיינע פרענדז אויפען באשעפער.

באבוב-45 טוהט וואס דער תורה הייסט, נישט וואס גאסען אינגען ווי דיר באשליסען.

כדי עס זאל אריין גיין אין דיין קליין קעפעלע וועל איך עס צו נעמען.

באבוב 45 האט א רבי מיט א רב; אזעליכע ענינים ווערט נישט געטוהן אן דעם אז דער רבי זאל זיך א דורך שמועסען מיט זיין שוואגער דער רב.

נאכדעם זענען דא אין באבוב-45 (איך ווייס נישט צו די ווייסט, מען באהאלט עס דאך פון דיר) א פאר גאר גרויסע תלמידי חכמים וואס זאגען אויך וואס זיי האבען צו זאגען. נאכדעם טוהט נישט זייער רבי גארנישט פאר זיך שואל עצה זיין מיט גדולי ישראל וואס וואלט געווען דער פאסיגסטע אויס געהאלטענע וועג צו טוהן.

נאכדעם (און פאר דעם, אויך) בעט ער פונעם באשעפער פאר סייעתא דשמיא; און טראכט א זאך א דורך זייער ערענסט וואס זאגט די תורה דערצו, ווי מען האט מיט געהאלטען לעצטענס.

צו זאגען אזעליכע ווערטער ווי פייפען; פאסט פאר צופייפטע חברה ווי די.
בין א פריוואטע איד מיט א מיינונג.
כנור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

הודעהדורך אוהב ספרים » דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 5:59 pm

כנור, פון אלע דיינע פערל ווערטער ווער איך געוואר א מוראדיג חידוש

עס איס מיט געפארען 1000 מענטשען (נאר חתונה געהאטע)
עס איז געפארען נאר א דריטל פון די ראשי בית אב פון 45, דאס הייסט אז 45 באשטייט פון 3000 ראשי בית אב

און ביי די וואלען האט עטס באקומען בערך א דריטעל דאס מיינט אז באבוב איז 9000 משפחות עטץ זענטץ 3000 משפחות צוזאם 12000 גרעסער פון גער, בעלזא, ויזשניץ למיניהם, כמעט סאטמאר


ויקץ ויחלום שנית ...... :oops: :oops: :oops: :oops: :oops: :oops: :oops:
אוהב ספרים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 399
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 22, 2012 7:09 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 148 מאל

הודעהדורך כנור » דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 6:06 pm

ווייסטו וואס אויב; זאג די מיר וויפיל באבוב-45 זענען.

קענסטו?

לייקענסטו אז 1000 ראשי בית אב זענען געפארען? יא אדער ניין?

לייקענסטו אז ווייניגער ווי העלפט זענען געפארען? יא אדער ניין?

לייקענסטו אז באבוב 45 פארמאגט אויף דער וועלט צווישען 2000 און 3000 משפחות? יא אדער ניין?

באמת איז עס ביי מיר געווען טאקע א חידוש, ווייל איך האב געהאלטען אז באבוב-45 ציילט 1500 משפחות כן ירבו (ווי איך האב שוין אמאל געשריבען); בין איך אבער געוואויר געווארען אז זיי ציילען שוין היינט ב"ה איבער 2000 משפחות קיין עין הרע, און ווי איינער האט מיר מסביר געווען קומט צו בערך 100 משפחות א יאר כ"י.

די ווייסט גאנץ גוט אז ביי די "וואלען" וואס די האסט געמאכט זענען די אמת'ע נומערען נישט ארויס געקומען. וואס פארדרייסטו א קאפ?

אזוי פיל קען מען נאר ארויס נעמען פון די וואלען, און דאס זענען די נומערען וואס עטץ האבען דענמאלט מודה געווען אז באבוב-45 האט דענמאלט געהאט.

פלגא לדיבורא פון אזעליכע שקרנים ווי דיר.
בין א פריוואטע איד מיט א מיינונג.
כנור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

נעקסט

גיי צוריק צימעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט