פאמפע אין די חסידישע הויפן

מהנעשה והנשמע אין די היימישע גאסן און הויפן
געדענקט!
ביטע זיך פרובירן האלטן אביעקטיוו און נישט אטאקירן אנדערע מעמבערס. לופטיגע הודעות וועלן נישט טאלערירט ווערן! קליקט דא צו זען די פרינציפן פון דעם פארום.

פאמפע אין די חסידישע הויפן

הודעהדורך בארא פארקער » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 12:25 am

יעדער איינציגסטע חסידות כמעט ניצט אמאל פאמפע, אין די היינטיגע שוואכע דורות אין עס א גוטע זאך, סיי חסידים קענען זיין פארנומען מיט דעים אנשטאט אגוישע פאמפע
ביי געוויסע חסידותן איז עס ביי א שמחה אנדער ביי א נסיעה אנדערע דייקא נאר ימים טובים.

איין געוויסע זאך וואס איך האב אבער יא באמערקט איז אז יעדער חסידות ניצט עס אויס אויף א צווייטע וועג

למשל, א רבי גייט קיין איין א צווייטע שטאט אויף א באזיך

א געוויסע חסידות קען איבער מאכן א גאנצע דירה ווייל די רבי קומט אהין פאר א וואך, אזא מין פאמפע גייט לכאורה נישט די גאס מיטהאלטן, זיי טעון עס לטובת די רבי אין די חסידום פיהלן גוט אז מען געט געגאסען געלט פאר די רבי'ס וועגען
א צווייטע חסידות וואלט נישט אנגעגאנגען ווי די רבי שלאפט יענער וואך, די עיקור איז מ'זאל בעהענגען די גאס מיט לעקטער, עסקאורט, סיינס אד די גאנצע גאס זאל וויסן דא קומט צו גיין א רבי

למשל א רבי מאכט א גרויסע יארצייט סעודה

א געוויסע חסידות קען די גאנצע מעמד לויפן ארום די בילדער, מ'שטעלט אויס די פארענטשעס אז די פאטאגרעפעס זאלן כאפן קנאקעדיגע בילדער, אין די בליק זאל זיין די קימעדיגע וואך אויפן פארנט קאווער א בילד פונעם עולם
א צווייטע חסידות מאכט זיכער פאר א מעמד אז אלץ זאל קלאפן גענוי, געבט א רייכע סעודה, מאכט זיכער ס'דא גענוג פלאץ פאר יעדער צו מיטהאלטען, אבער בילדער? שוין א שטיקעל דגוש באט דעטס איט,

למשל א חתונה אין די הויף

א געוויסע חסידות מאכט זיכער יעדער רב זאל קומען, רעכענט אויס די פרעמדע גאס זאל קענען מיטהאלטען די חתונה
א צווייטע חסידות גייט נישט אן די גאס, זיי מאכן די חתונה אינדרויסען פון שטאט, אבער מאכן דארט א פאמפע אזוי ווי ס'ברויך

א כלל, פאמפע קען מען ניצן פאר די אייגענע עולם אדער פאר די גאס,

זאל שוין דער אשכול דינען אלץ פאמפע אשכול
בארא פארקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:41 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

הודעהדורך יין שרף » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 2:19 am

יא! כ׳האב פארשטאנען וואס די ווילסט...
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2122
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4298 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2650 מאל

הודעהדורך משולם שטיינפעלד » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 1:40 pm

מען בויעט איבער א דירה פאר אדמו"ר מבאבוב אין ארץ ישראל? ער גייט נישט איינשטיין ביי איינעם אינדערהיים?
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 6:48 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

הודעהדורך בארא פארקער » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 2:45 pm

משולם שטיינפעלד האט געשריבן:מען בויעט איבער א דירה פאר אדמו"ר מבאבוב אין ארץ ישראל? ער גייט נישט איינשטיין ביי איינעם אינדערהיים?

כ'האב געזאגט בדרך משל,

אגב די אלע 45יגע וואס זאגן דא אז מ'האט געטיילט אין באבוב טיקעטס בחנם איז שקר,
זיי הייבן נישט אן וויסן די מהלך המחשבה אין באבוב, פאר איינער ווואס קען די זאך ווייסט ס'נישט קיין הווה אמינא וואס צאלן טיקיטס, אפי' ס'וואלט געווען עקסטרע געלט
בארא פארקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:41 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

הודעהדורך עזריאל » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 10:09 pm

בארא פארקער האט געשריבן:
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:מען בויעט איבער א דירה פאר אדמו"ר מבאבוב אין ארץ ישראל? ער גייט נישט איינשטיין ביי איינעם אינדערהיים?

כ'האב געזאגט בדרך משל,

אגב די אלע 45יגע וואס זאגן דא אז מ'האט געטיילט אין באבוב טיקעטס בחנם איז שקר,
זיי הייבן נישט אן וויסן די מהלך המחשבה אין באבוב, פאר איינער ווואס קען די זאך ווייסט ס'נישט קיין הווה אמינא וואס צאלן טיקיטס, אפי' ס'וואלט געווען עקסטרע געלט

בקיצור ווילסט עפענען א נייע אשכול וועגן באבוב, הייבסטו אן ווי א אנליסט אויף חסידים אין די דרייסט גראד נאך דעם די שמועס קיין באבוב. א געדאנק.
לגבי די עצם שמועס, יעדע חסידות טרייט צו טוען אלעס, נאר נישט יעדער קען במילא טייל נישט קיין קרעדיט פאר די אומגעלונגענע, ר' זלמן קען נישט אפשפארען קרית יואל ביי א חתונה אין ר' אהרן קען נישט אפשפארען ליע ראדני, סאטמאר קען מאכן א קבלת פנים אין א"י אויפן גאס ווייל סוועט זיין פיל משא"כ באבוב ווייסט ס'וועט זיין ליידיג מאכט מען עס אין בית מדרש וכדו', ר' בןצין האט מער געלט ווען זיין מער פאמפע משא"כ רמ"ד. אבער קיינער מיינט נישט לשם שמים, לכבוד עצמו הם דורשים. איינער ווייסט אז זיין עולם וועט נישט מיטפארען אסערט ער מיטצופארען בשעת דער צווייטער ווייסט אז ס'איז דא א ווינט זאגט ער מ'זאל פארען ס'וועט זיין א קידוש השם. ואידך זיל גמור.
עזריאל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 10:09 am
האט שוין געלייקט: 1587 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1731 מאל

הודעהדורך שעפטל » פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 1:34 pm

עזריאל האט געשריבן:ר' זלמן קען נישט אפשפארען קרית יואל ביי א חתונה אין ר' אהרן קען נישט אפשפארען ליע ראדני,

וואס הייסט ער קען נישט?
פאר ר' זלמן'ן האט מען נישט אפגעשפארט גארפיעלד ווען ער איז דארט געווען?

ווען מהר"א האט געמאכט די חופה ביי ליע-ווילסאן האט מען נישט אפגעשפארט? ווילסט מ'זאל אפשפארן ליע ווען די חופה איז אויף קענט?

סתם אבי געהאקט. היינט קען יעדער אלעס. אז פאפא קען בעדפארד ביי א חופה, און האנערסטייפל קען ליע ביי א הכנסת ספר תורה, קען יאריסלאוו אפשפארן ליע און בעדפארד ביי אן אפשערן. און דאראג מארסי מיט האלב העריסאן
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3443
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 3450 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3366 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » זונטאג דעצעמבער 14, 2014 5:12 pm

לגבי עצם געדאנק פון פאמפע, עס איז טאקע וויכטיג.
די דזשאוק איז נאר אז ווען עס נעמט זיך צוזאם א עולם צו זעהן ווי א גרויסע עולם פארטיי פלוני האט מאכן זיי דעם גרויסן עולם
און שפעטער פארציילן זיי וי א גרויסער עולם זיי האבן געהאט
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4876 מאל


גיי צוריק צימעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט