מיין לעצטער בריוו צו אלע מענטשן החוסים תחת כת הזאלונים

מהנעשה והנשמע אין די היימישע גאסן און הויפן
געדענקט!
ביטע זיך פרובירן האלטן אביעקטיוו און נישט אטאקירן אנדערע מעמבערס. לופטיגע הודעות וועלן נישט טאלערירט ווערן! קליקט דא צו זען די פרינציפן פון דעם פארום.

מיין לעצטער בריוו צו אלע מענטשן החוסים תחת כת הזאלונים

הודעהדורך שיח ושיג » מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 2:38 pm

א אפענע בריוו צו אלע מענטשן החוסים תחת דגל כת הנקראים זאלונים, מלכות סאטמאר,
זייט די לעצטיגע מעמדים וואס קומט פאר אינערהאלב אייער פארטיי ובפרט די לעצטע 'פעסטיבעל' הנקרא 'כאף אלעף קיסלעוו' וויל איך אייך מודיע זיין אז איך בין פערטיג מיט ענק. עטס האטס געהאט די אלע יארן וואס מ'האט פראבירט צו כשר'ן אז מ'מיינט עס אביסל ערנסט לשם שמים, עטס פלעגסט זאגן, יא עס איז טאקע דא אזעלכע וואס מיינען נאר להגדיל הפארטיי, אבער למעשה איז דא אסאך ערליכע יודן וואס מיינען עס ערנסט. וואס זאל מען טון אז אסאך מענטשן קומען נאר געבן געלט ווען ס'איז דא די אלע זאכן?, אין מ'מיינט נישט דוקא ר' זלמן לייב, ער איז פשוט די מענעדזשער פון די קאמפאני, די קאמפאני מיז דאך אנגיין צו אויפהאלטן דאס אידישקייט. אין די אלע ערליכע פארזויערטע פנימ'ער האלטן אויך מיט ווייל זיי פארשטייען אז דא איז דער ערליכע יודישקייט.
אבער אלעס איז געקומען למעשה צו אן ענדע, קען זיין עס האט זיך אנגעהויבן אזוי ווי עטס זאגטס, אבער למעשה דער וועג האט געפירט אז 'ככל הגוים בית ישראל' עטס זענטס גארנישט אנדערש ווי אלע אנדערע בתי חסידות, אפילו עטס זאגטס אז עטס לאכטס פון ר' זלמן לייב. אז ס'קענען זיצן אויפן אזוי פיל מענטשן ביי דע אלע מעמדים אין ס'זאל זיי בכלל נישט אנגיין די אופן ווי אזוי עס גייט צו מיט דעם ר' זלמן לייב'ן, וואס דאס איז גויאיש און א בזיון התורה. איך בין טאקע נישט מסביר דא אין דעם בריוו פוקטליך וואס איך מיין, אבער איך פארלאז מיר אז יעדער פארשטייט וואס איך מיין.
איך בין שוין נישט נייגעריג אויף קיין תירוצים, איך האב מיט אייך ג'ענדיגט, קומטס מיר נישט זאגן אויף געוויסע זאכן 'אז דאס מיינט ער גראדע יא אמת'דיג', עס שטינקט פון קאפ ביז פוס, די שלעכטע זאכן מיט די גוטע זאכן, אונז זענען מיר נישט נייגעריג אפילו אויף ענקער גוטע זאכן. עטס קענטס ענק שוין נישט כשר'ן מיט ענקער "בעסטער פילטער", די כשרע חזר פיסל, צו מיט ענקער "זכרו" אא"וו.
מיט דעם וויל אייך זאגן "גוד ביי" איך וועל מיר מיט אייך שוין נישט טענ'ן, עטס זענטס נישט ווערט דאס אויך, בשעת איך זע אז עטס גייט ענק נישט אן גארנישט ווען עס האנדעלטס זיך לטובת הפארטיי, דעמאלס פארענטפערט מעם אלעס, ביי מיר זענט עטס אפס ואין, שקול טיבותך, אין זייטס מיר געזונט אין שטארק. דער אייבערשטער זאל העלפן אז עס זאל בטל ווערן אייער פארטיי אין עס זאל נישט שאטן פאר קיין אידן, דער רבוש"ע זאל העלפן אז ר' זלמן לייב זאל זיך כאפן וואס ער האט זיך דא געלאזט פארירן, אין די ראשים זאלן תשובה טון אויף זייערע מעשים, ביז מיר וועלן זוכה זיין צו ביאת משיח צדקנו בב"א, אין ביז אהין זייטס מיר געזונט מיר וועלן זיך טרעפן דעמאלס.
שיח ושיג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 60
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2013 11:07 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 82 מאל

הודעהדורך אויסגערוט » מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 2:41 pm

וואס וויל ער??
באניצער אוואטאר
אויסגערוט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 11:38 pm
האט שוין געלייקט: 358 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל

הודעהדורך בשבילי! » מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 2:44 pm

Lol
אפשר דאך ?? ביטע, פאר געלט?
^*^*^*^
איך האס לייק'ס. אויב ווילסטו מיר אפטוהן. אויב ווילסטו מיר וויי טאן. געמיר א לייק.
באניצער אוואטאר
בשבילי!
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 5:57 pm
האט שוין געלייקט: 556 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 567 מאל

הודעהדורך גאנצל » מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 2:48 pm

ווי איז דיין ערשטע בריוו ?
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2906
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 493 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1143 מאל

הודעהדורך חסיד » מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 3:35 pm

איינער פארשטייט וואס ער וויל?
באניצער אוואטאר
חסיד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 24, 2014 5:13 pm
האט שוין געלייקט: 101 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

הודעהדורך היסטאריקער » מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 4:21 pm

חסיד האט געשריבן:איינער פארשטייט וואס ער וויל?
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1029
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 2362 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 457 מאל

הודעהדורך פלעין יודיש » מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 4:29 pm

יא איך פארשטיי

IMG956021.jpg
IMG956021.jpg (240.56 KiB) געזען געווארן 1652 מאל
באניצער אוואטאר
פלעין יודיש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 937 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 912 מאל

הודעהדורך גאנצל » מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 8:06 pm

אי נמי ער איז א חלה דעקל
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2906
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 493 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1143 מאל

הודעהדורך טראכט גוט » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 3:01 am

פלעין יודיש האט געשריבן:יא איך פארשטיי

IMG956021.jpg

גוט פארשטאנען! אים באדערט די בילד מיט די צאל מענטשן
באניצער אוואטאר
טראכט גוט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 16
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 15, 2014 3:35 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

הודעהדורך גאנצל » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 2:23 pm

טראכט ווי א חלה דעקל
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2906
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 493 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1143 מאל

הודעהדורך אויסגערוט » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 2:26 pm

satmaristhenewbobov#
באניצער אוואטאר
אויסגערוט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 11:38 pm
האט שוין געלייקט: 358 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל


גיי צוריק צימעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Google [Bot] און 2 געסט