למי החותמת ולמי הפסולים

מהנעשה והנשמע אין די היימישע גאסן און הויפן
געדענקט!
ביטע זיך פרובירן האלטן אביעקטיוו און נישט אטאקירן אנדערע מעמבערס. לופטיגע הודעות וועלן נישט טאלערירט ווערן! קליקט דא צו זען די פרינציפן פון דעם פארום.

למי החותמת ולמי הפסולים

הודעהדורך דוק ותשכח » פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 1:27 pm

עס הערשט א טשטוש המוחות א מין נעפל אפילו ביי די צדדים אליין

פון איין זייט זעט מען 48 וויל ממשיך זיין די מחלוקת כאטשיק זיי האבן געווינען און עס וואלט געפאסט פאר זיי צו זיין יעצט דע נייס גיי

פון די אנדערע זייט, 45 שרייט זיי האבן געווינען ווען יעדער חדר יונגל זעהט דאך אז זיי האבן פארלוירן שרעקליך

הערטזשע זיך איין

45 איז 90% יודן וואס זענען ערנסטע ערליכע יודן וואס האבן פיינט פאליטיק און זיכן פשוט אביסל אוטענטישע יודושקייט. די מענשן זענען געווען גרייט צי דאווענען אויפן גאס אבי נישט צו דארפן אנקוקן דעם מהרב"צ. די יודן זענען איידעלע וואוילע יודן וואס זיכן נישט צו קריגן מיט 48, זיי גייען אן מיט זייער טאג כאילו לא היה.

די יודן האט 48 פארלוירן. ועל דא קא בכינא.

און מיט דעם האט 45 געווינען.

וואס איז מיט די רעשט 10% פין 45?

אה, די זענען חברה וואס האבן אלע יארן געפגרט צו זיין מאכערס און פון די ריינע ראסע, איינער האט געפילט אז ער באקומט נישט דעם ברעטל דער אנדערע האט געוואלט אנפירן אנדערע זאכן וכו', אבער די עסטעבלישמענט האט געמאכט זיכער אז זיי פארשטייען אז זיי זענען נישט און וועלן נישט זיין מער ווי דריטע קלאס מענטשן

יעצט, ווען י"ב אדר איז געקומען האבן זיי געקלערט אז יעצט וועלן זיי ווערן די אויבערשטע פונעם שטייסל און זיי וועלן האבן די מאכט (Power)

די זענען די חברה וואס האבן שרעקליך פארלוירן וכדי בזיון וקצף.

זארגט אייך נישט, די זעלביגע האבן געמאכט זיכער אז און 45 איז אויכעט דא צווייטע קלאס מיט דריטע קלאס- כמנהג באבוב האמיתי- ווייל נאר אזוי קענען זיי פילן מעכטיג ואין מלך בלא עם
דוק ותשכח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 54
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 3:00 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

גיי צוריק צימעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט