בלאט 1 פון 1

באבובער חסידים געבן אויס זייער ווייטאג צום צינוסטישען ynet

הודעהפורסם: מיטוואך יאנואר 21, 2015 8:29 am
דורך פלעין יודיש

הודעהפורסם: מיטוואך יאנואר 21, 2015 9:47 am
דורך מארקוס
במחילה גדולה, אבער דא האנדלט זיך פון ״באבוב45ער חסידים.״
ווי מען קען זען די מידיע, ביי זין ״אין די קלאסן״ פון די תלמוד תורה און מיידל סקול...

בדרך אגב מיסטער גוטוויין, נישטא אזא ״הלכה״ חתנו כבנו אין גאנץ שו״ע.
אויב יא, איז עס בלויז אין די ספרי השו״ת,
און אויך ״נאר״ לגבי א ״פרעמדע״! בפירוש נישט לגבי א נאנטע קרוב ווי א ברודער.

דאכט זיך אז דער בי״ד גייט זיצן נעקסטע וואך.
באבוב גייט פארלאנגען אז מען זאל זיי אינגאנצען צו נעמען דאס נאמען, זינט זיי האבן נישט געפאלגט דער פס״ד, נישט טוישנדיג די נעמען פון זייערע בניני המוסדות ועוד. און ווי עס זעהט אויס גייט עס בי״ד נאכגעבן.

הודעהפורסם: מיטוואך יאנואר 21, 2015 1:07 pm
דורך בארא פארקער
א שוואכע קאנדעטאט דער גוטווין, א צופידעלטע נשמה מיט א פעני שכל.

הודעהפורסם: מיטוואך יאנואר 21, 2015 1:52 pm
דורך שמעקעדיג
.

הודעהפורסם: מיטוואך יאנואר 21, 2015 2:02 pm
דורך דור האחרון
פון אלע מענטשען פונקט חיאל גוטווין! נעביך!

הודעהפורסם: מיטוואך יאנואר 21, 2015 2:05 pm
דורך דולה ומשקה
איין זאך... ער איז נישט שטאלץ...

הודעהפורסם: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 7:17 pm
דורך ברוך שאמר
איין זאך איז זיכער זיי האבן אויסגעפירט אז עס דא צוויי באבעווס איינס איז באבעוו 45 אין דע צווייטע האט אפאר נעמען #1באבעוו 48 #2 דע עכטע באבאוו #3 סתם באבעוו וכו"

הודעהפורסם: מאנטאג יאנואר 26, 2015 4:47 pm
דורך כנור
בארא פארקער האט געשריבן:א שוואכע קאנדעטאט דער גוטווין, א צופידעלטע נשמה מיט א פעני שכל.

שעם זיך! ער האט דיר עפעס שלעכטס געטוהן?

פירט מען זיך אזוי ביי ענק צו פארשעמען אידען? איז דאס באבוב?

רבותי; לאזט מען דא צו דאס פארשעמען פריוואטע מענטשען?

ניין; מען ווערט נישט אויס פריוואטע מענטש אויב מען רעדט צו דער מידיע.

בארא פארקער; זאג ווער די ביזט, און אזוי פארשווארץ דיין פנים. ביזט א שייגעץ צו גיין טשעפען א פריוואטע איד.

איך בין מוחה! ר' יחיאל גוטוויין איז א וואוילע טייערע איד, און האט א רעכט צו טראכטען אנדערש ווי דער שייגעץ וואס רופט זיך בארא פארקער.

מעג מען דא האבען אנדערע מיינונגען אן צו ווערען פערזענליך געטשעפעט?

הודעהפורסם: מאנטאג יאנואר 26, 2015 6:39 pm
דורך גאליציאנער
כנור, ווען איך בין דיך און איך זעה דער אשכול, וואלט איך זיך פארשטעקט פאר בושה. און מתפלל געווען און געהאפט אז דער ווידיו דרייט זיך נישט ביים היימישע עולם.

גייט א "היימישע" מוסד, און באשטעלט דער פרייע ציוניסטישע פרעסע ארויסצוגעבן זייער ווייטאג און צו באשמיצען די צווייטע זייט.

זיי רופען דער צייטונג אפיציעל באזיכען ביי זיי און דער מוסד און פאטאגראפירען זייער קלאסרומס און קינדער, און לאזען אונטערוויוען זייערע איינגעשטעלטע מלמדים, און ראשי המוסדות. דאס אליינס פאר זיך וואלט געדארפט זיין א היממעל געשריי.

אבער ס'שטעלט זיך נישט אפ דא.

כדי צו באשמיצען באבוב, און כדי צו מאכען כאילו אז דער באריכט איז אימפארטיי'ש, האבען זיי געדינגען א בעלזא אינגערמאן י. פ. פון ב"פ, און שפילען כאילו מ'האט געגעבן פאר באבוב די זכות מגיב צו זיין אויפן אוינטערוויו, און ער זאל פראקלעמירען אז באבוב וויל נישט קיין שלום. איין אמת'ע שורה אז אויף שלום האט ער געדארפט טראכטען צען יאהר צוריק, האר מען עם פארגינט צו לאזען זאגען, כדי מ'זאל מיינען אז ער איז טאקע א באבובער.

ווערטער זענען איבריג, נאר איין שאלה, ווי נידריג וועלן ענק נאך גיין?

הודעהפורסם: דינסטאג יאנואר 27, 2015 1:09 pm
דורך מארקוס
דער קליפ ברענגט נישט ארויס דער ווייטאג פון חסידי 45 אויף באבוב.
עס ברענגט ארויס ווי אזוי זוכן קאליע צו מאכן פאר באבוב לכבוד די גרויסע נסיעה קיין א״י!
האסטיך געהאט דיין הצלחה אין לאנדאן - וואס ווילסטו יעצט?
יעצט דארף מען זיכער מאכ׳ן, אז די איזראעלי פרעס, זאל מיאוס באריכטן באבוב, און אויב עס וועט זיי געלונגען, וועלן זיי זיין צופרידען.
און דאס אלעס ווערט געטוען, אונטער די שלייער פון... שלום!
והמבין יבין!
נעבעך...

ענק האבן אבער איין טעות!
ענק חסידי 45, לעבן פון מידיע קאווירידש, ענקערע חיות איז דער כל העולם כולו, ענקער התלהבות איז וואס דער צייטונג שרייבט, און קוקן ארויף אויף א געלונגענע בילד פון טויזנטע מענטשען - הגם 3/4 זענען פרעמדע מענטשן, שוין אפגערעדט ווען ער טאנצט אויבן אן ״ממש...״ נעבן עני אנדערע רבי׳לע ביי א שמחה.

אין באבוב, אינטערסירט עס קיינער.
קיינער פארט נישט קיין א״י, כדי עס זאל זיין א געלונגענע בילד!
קיינער קימערט זיך נישט וואס די פרייע פרעסע וועט שרייבן.
ס׳איז אונז נישט מעלה און נישט מוריד, צו ועלכע חתונה די רב גייט זיך משתתף זיין.
און עס גייט אונז נישט אן, ווי אזוי אונזערע רבי וערט באגריסט דורך עני-וואן.

ענק גייען שעפן חיות, פון א נעגאטיווע פרעסע באריכט, וואס אינטערסירט אונז נישט.
זאל שוין זיין אזוי...
אבער זעה כאטש שוין איין, ווי קראנק ענק זענען!