[אפגעטיילט] מסע ארץ הקודש-באבוב

מהנעשה והנשמע אין די היימישע גאסן און הויפן
געדענקט!
ביטע זיך פרובירן האלטן אביעקטיוו און נישט אטאקירן אנדערע מעמבערס. לופטיגע הודעות וועלן נישט טאלערירט ווערן! קליקט דא צו זען די פרינציפן פון דעם פארום.

[אפגעטיילט] מסע ארץ הקודש-באבוב

הודעהדורך דולה ומשקה » מיטוואך פעברואר 11, 2015 9:39 pm

[אפגעטיילט פון דא]

שיין געשריבען ווי א שוואנץ באשרייבט זיך זיין געטשקעלע פון דער קולט צו ווי ער געהערט. דער וואס איז נישט געוועהן איז באמת נישט צו פיל אינטרעסירט אדער בכלל נישט אינטרעסירט. קיינער דא האט זיך נישט נאך געפרעגט. און ווער יא קען דאס מיטהאלטן פון דער פיקטשער מאגאזינען און פון פראפאגאנדע ארטיקלען אין די וואכענשריפט אויסגאבעס.

באבוב איז א קינדערישע גרופע אידען, וואס האט א שיינע חיצוניות'דיגע צורה. למעשה און במציאות ווען ער שלעפט נישט אהין אנשים נשים וטף וואלט ער געהאט בלויז א קומץ קטן פון תושבי ארץ ישראל פון האבען זיך פון בארדאם גענומען דער מוה צו זעהן יפיה וזיוה.

פון די איינציגסטער וואס האבען עכט נהנה געוועהן פון דער 'מסע הקודש' איז געוועהן ר' בעריש רובין, ער האט באקומען א האלבע מיליון דוללער אונטערן שלייער פון 'רבי מאיר בעל הנס', וואס פון דעם וועט ער אראפ ציפען מעשר מן המעשר אין דאס אהין געבען פאר עטליכע ארץ ישראל'דיגע שטופערס עסקנים און כלל טוהער וואס האבען די ריכטיגע פראטעקציע.

אה פארגעסן דער געהויבענע רקידה מיטן צאנז-קלויזענבורגער רבי כאילו מ'געפונט זיך ביי א שבע ברכות. אה דער ידידות איז מורא'דיג גרויס.

אויך שרייב ברחל בתך קטנה הלכות פעלץ ורזוואלקע, ווען גייט מען אזוי און ווען גייט מען אזוי. ווייל מיטן וועטער האט דאס זיכער נישט קיין שייכות.

ועוד לדלות ולהשקות אי"ה.
די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"...
(קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע בולשיט"...
(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2638
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1766 מאל

הודעהדורך יאיר » מיטוואך פעברואר 11, 2015 9:43 pm

דולה ומשקה, וואס ווילסטו פון דעם איד? מיר איז גאנץ אינטערעסאנט צו זען ווי אזוי א חסיד לייגט עס אראפ. כאטש דער קיתון של שופכין וואס דו האסט דולה געווען האט מיר געקאסט א שמייכל :)
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7776 מאל

הודעהדורך ירח בן יומו » מיטוואך פעברואר 11, 2015 10:13 pm

יאיר האט געשריבן:דולה ומשקה, וואס ווילסטו פון דעם איד? מיר איז גאנץ אינטערעסאנט צו זען ווי אזוי א חסיד לייגט עס אראפ. כאטש דער קיתון של שופכין וואס דו האסט דולה געווען האט מיר געקאסט א שמייכל :)

די קעפל פון די אשכול שטייט זייער קלאר ווער איז וועלקאם דא, דער וואס איז נישט אינטערסיערט קען גיין נעקסט דאר (צום נעקסט אשכול).
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 791
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 12:15 am
האט שוין געלייקט: 870 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 686 מאל

הודעהדורך מארקוס » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 12:47 pm

עליכם שלום, אייך חסידי אני השלום...

צוריק קומענדיג, פון אט די געהויבענע נסיעה קדושה, וכ׳ וכו׳...
צוריק קומענדיג, צו די גשמיות׳דיגע ריאליטי...
צוריק קומענדיג, דא אהער אינעם צימעס׳ידגן קאוועשטיבל...

פאר די נסיעה זענט עטץ רעאלטיוו געווען גאנץ רואיג. כ׳האב נישט ערווארט צופיל פון ענק צו לעזן דא. אבער ב״ה שלא עזב חסדו מאתי. קוקנדיג דא, בחדרי חרדים, בחצרות חסידים. און לייענענדיג ענקערע געשרייבעכצער. ברוך ה׳, כ׳האב הנאה.

שרייבטס ווייטער, יעדעס ווארט פון ענק איז פערל, כ׳האב געוואלט ענטפערן, אבער כ׳מיין אז כ׳וועל בלויז אפאלאדירן, ענק קיעפ אפ די גוד ווארק.
צומאל איז שווער זיך פארצושטעןן דאס געזוכט פון דער שרייבער, אבער ענקערע קאלירן שטארצן ארויס פון די געשרייבעכצער.

ייש״כ.
יעצט וועל מיך ווייטער אנלענען אויף מיין בענדעקל אין וואטשען, די פערל ווערטער זיך ארויספליסען פון ענקערער צו.... הערצער.

בכ״ר ענקערע ערשט עקלאסיגע שונא עצום, וואס ענק האבן באמת פיינט א שנאת מות. און דאך זענען ענק גרייט ארום צוכאפן און קושן פון אלע זייטן, [ווען יענער זעהט] למען השלום.
מארקוס
באניצער אוואטאר
מארקוס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 137
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 10:51 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל

הודעהדורך עזריאל » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 1:11 pm

מארקוס האט געשריבן:צוריק קומענדיג, פון אט די געהויבענע נסיעה קדושה, וכ׳ וכו׳...
צוריק קומענדיג, צו די גשמיות׳דיגע ריאליטי...


זאג נאר וואס איז דיין מאמעס נאמען? מיר וועלן דיר אלע אינזין האבן פאר א רפואה שלימה בקרוב.
די נומער פון תהילים כולל איז דאכט זיך מיר 1888thilim
עזריאל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 10:09 am
האט שוין געלייקט: 1587 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1725 מאל

הודעהדורך דער געוואגטער יונגעל » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 3:51 pm

מארקוס !! אויב איך געדענק גוט האסטו זיך איינגעשריבן מיט די איינע סיבה צי שרייבן איבער די דין תורה מצד באבאוו "רואיג אין איידל" , וואס אפילו ווער ווער עס בלינד מיום הולדו קען זען דיינע איידעלע רואיגע תגובות שרייען פין זיך גרויל !! עקל !! ריינע ראסע!! (רח"ל )איז יעצט אז מען האלט שוין נאכן דין תורה אין אפילו נאכן רוחניות'דיגע נסיעה מיין איך אז איר קענט זאגן מישען אקאמפלישט !! אין איר קענט שוין פארלאזן די באדן פין דעם גשמיות'דיגע קאווע שטיבעל... אין זיך אומקערן צי אייער רוחניות'דיגע באזע... (אפשר דארט וועט מען קויפן דיינע קולעיט...) לך לשלום... מיט דאנק פין פראנויס ,
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:43 am
האט שוין געלייקט: 1958 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3802 מאל

הודעהדורך בארא פארקער » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 4:46 pm

דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן: אין איר קענט שוין פארלאזן די באדן פין דעם גשמיות'דיגע קאווע שטיבעל... אין זיך אומקערן צי אייער רוחניות'דיגע באזע... (אפשר דארט וועט מען קויפן דיינע קולעיט...) לך לשלום... מיט דאנק פין פראנויס ,

אינגעל טייערע, טאמער כבין זיך נישט טועה ביסטו באמת פריש דא, הערסט א געשעפט? א גאסט טיילט אן פאר ניקן צו ער זאל גיין פון דא צו נישט, ווער האט דיר געשטעלט? האלט אייך רואיג אינגעלע
בארא פארקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:41 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

הודעהדורך בארא פארקער » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 5:33 pm

או דולה, כ׳פארשטיי דיין ווייטאג. זיכער טוט עס וויי, כ׳פארשטיי יעדער רגע וואס די שרייסט כ׳פארשטיי יעדער איינס פון דיין פארווייטאגטע תגובות ב״ה איך האב קיינמאל נישט געהאט די ווייטאג היות מיין רבי׳ס בעל פלוגתא האט נאך קיינמאל נישט אנגערירט די קלאמקע פון הצלחה.
אבער דולה אין א שווערע מינוט זאלסט אייביג געדענקען אונז האבן נאך איינער, השי״ת איז נישט באנקראט. יש טויסיג בינינו, די דרך הבעל שם טוב גייט נאך אן, די בעל שם טוב האט זיך גארנישט וואס צו שעמען, חסידות איז נישט אונטער געגאנגען. נאך דא א טויסיג בינינו.
בארא פארקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:41 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

הודעהדורך ברוך שאמר » מוצ"ש פעברואר 14, 2015 10:47 pm

איך ווייס נישט אבער ווי עס זעט אויס איז דא מקיום געווארן די מגילה "וכל זה איננו שוה לי בכל עת אשר אני רואה את מרדכי וכו'
ברוך שאמר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 360
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 11:55 pm
האט שוין געלייקט: 31 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

הודעהדורך מארקוס » זונטאג פעברואר 15, 2015 8:30 am

עזריאל האט געשריבן:זאג נאר וואס איז דיין מאמעס נאמען? מיר וועלן דיר אלע אינזין האבן פאר א רפואה שלימה בקרוב.
די נומער פון תהילים כולל איז דאכט זיך מיר 1888thilim

ייש״כ, איי׳ל פעס.

דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:מארקוס !! אויב איך געדענק גוט האסטו זיך איינגעשריבן מיט די איינע סיבה צי שרייבן איבער די דין תורה מצד באבאוו "רואיג אין איידל" , וואס אפילו ווער ווער עס בלינד מיום הולדו קען זען דיינע איידעלע רואיגע תגובות שרייען פין זיך גרויל !! עקל !! ריינע ראסע!! (רח"ל )איז יעצט אז מען האלט שוין נאכן דין תורה אין אפילו נאכן רוחניות'דיגע נסיעה מיין איך אז איר קענט זאגן מישען אקאמפלישט !! אין איר קענט שוין פארלאזן די באדן פין דעם גשמיות'דיגע קאווע שטיבעל... אין זיך אומקערן צי אייער רוחניות'דיגע באזע... (אפשר דארט וועט מען קויפן דיינע קולעיט...) לך לשלום... מיט דאנק פין פראנויס ,

דאס תענוג גשמי וואס ווערט דא צוגעשטעלט, דורך די 45ער, איז צו גוט עס אפצולאזן, דעריבער נעם אן עקסטעקנשאן.
אבער כ׳האב הנאה ווי מען קוק מיך נאך, יעדעס ווארט וואס כ׳האב נאר געשריבען ברחבי הפארום, און מען פראבירט מיך צו כאפן ביי ווער ווייסט וואס....


בארא פארקער האט געשריבן:
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן: אין איר קענט שוין פארלאזן די באדן פין דעם גשמיות'דיגע קאווע שטיבעל... אין זיך אומקערן צי אייער רוחניות'דיגע באזע... (אפשר דארט וועט מען קויפן דיינע קולעיט...) לך לשלום... מיט דאנק פין פראנויס ,

אינגעל טייערע, טאמער כבין זיך נישט טועה ביסטו באמת פריש דא, הערסט א געשעפט? א גאסט טיילט אן פאר ניקן צו ער זאל גיין פון דא צו נישט, ווער האט דיר געשטעלט? האלט אייך רואיג אינגעלע

דאס זענען זיין דאך! קומען זיך צו אן ערב רב פון נייע צוגעקומענע חסידים, און זיי ווען אונז נאך איינטיילן ווער׳ס וועט זאל זיין רבי!


ברוך שאמר האט געשריבן:איך ווייס נישט אבער ווי עס זעט אויס איז דא מקיום געווארן די מגילה "וכל זה איננו שוה לי בכל עת אשר אני רואה את מרדכי וכו'

די מיינסט אוודאי מארקוס, הע?!

טייערע 45ער חסידים.
כ׳ווייס נישט וואס גענוי קרענקט ענק אזוי?
כ׳געדענק נישט אז ווען רמ״ד איז געפארן קיין לאנדאן, זאל אונז האב׳ן אזוי געשימפט ווי די שוים וואס רינט איבער יעדער פארפאציע אין די געציילטע תגובות׳ליך דא (עקסקלודינג, דער דיון לגבי פאלגן די״ת).

וואס גענוי באדערט ענק?
שאולזאהן, האט א בילד ווי א פארמעסט באבוב מיט 45, און ס׳דארף אויסצוזעהן גאנץ די זעלבע ציפער! ניין?
ענק האבן געברענגט, לפי דעתכם 1000 געסט קיין לאנדאן אנע בחורים, און באבוב האט לפי דעתכם בלויז געברענגט 1500 געסט מיט בחורים, ס׳גאנץ די זעלבע! ניין?
ענק באשרייבן דער שבת אין לאנדאן בצל אדמור מ45 מיט זעלבע ברען ווי חסידי באבוב באשרייבן זייערע שבת! ניין?
באניצער אוואטאר
מארקוס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 137
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 10:51 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל

הודעהדורך מארקוס » זונטאג פעברואר 15, 2015 8:41 am

דוילע טייערער. כ׳קען מיך נישט זעטיגן, פון דיינע טייערע פערל ווערטער, כ׳ליין עס נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל, און ווען כ׳בין געענדיגט דערמיט ליין איך עס איבער נאכאמאל. כ׳ווייס נישט פארוואס, אבער אזוי איז עס.

לאמיר אביסל צונעמען דיינע טייערע רייד, ביסט ווערט א ספעציעלע תגובה.

דולה ומשקה האט געשריבן:שיין געשריבען ווי א שוואנץ באשרייבט זיך זיין געטשקעלע פון דער קולט צו ווי ער געהערט. דער וואס איז נישט געוועהן איז באמת נישט צו פיל אינטרעסירט אדער בכלל נישט אינטרעסירט. קיינער דא האט זיך נישט נאך געפרעגט. און ווער יא קען דאס מיטהאלטן פון דער פיקטשער מאגאזינען און פון פראפאגאנדע ארטיקלען אין די וואכענשריפט אויסגאבעס.

אויב די ווערטער שוואנץ, געטשקעלע און קולט מאכט די פילן גוט, זאל שוין זיין אזוי. למעשה זעהט אבער אויס אז די האסט גאר א גרויס אינטערעס אין די געהויבענע שבת, אין פיקטשער מאגאזינען שטילן נישט דיין הונגער אין דורשט, אזש, ס׳דערקענט זיך, אז דו וואלסט גאר געקענט באשטיין מיט צו האלטן די געהויבענע נסיעה, כדי צו קענען אראפ לייגן דיינע ״געפילן״ מיט א טיפערע בליק.

דולה ומשקה האט געשריבן:באבוב איז א קינדערישע גרופע אידען, וואס האט א שיינע חיצוניות'דיגע צורה. למעשה און במציאות ווען ער שלעפט נישט אהין אנשים נשים וטף וואלט ער געהאט בלויז א קומץ קטן פון תושבי ארץ ישראל פון האבען זיך פון בארדאם גענומען דער מוה צו זעהן יפיה וזיוה.

נ׳אוודאי אזוי, האבט פארגעסן צוצוענדיגן, אז דער קומץ קטן וואלט אויך נאר געווען די חסידי 45, וואס זייערע רבי האט זיי ביקלאמפישד געהייסן גיין צום טיש פון פעטער.

דולה ומשקה האט געשריבן:פון די איינציגסטער וואס האבען עכט נהנה געוועהן פון דער 'מסע הקודש' איז געוועהן ר' בעריש רובין, ער האט באקומען א האלבע מיליון דוללער אונטערן שלייער פון 'רבי מאיר בעל הנס', וואס פון דעם וועט ער אראפ ציפען מעשר מן המעשר אין דאס אהין געבען פאר עטליכע ארץ ישראל'דיגע שטופערס עסקנים און כלל טוהער וואס האבען די ריכטיגע פראטעקציע.

נארישע מענטש, וואלסט דאך געגעקנט שרייבן אסאך בעסער, אז ״נאכ׳ן״ נעמען מעשר מן המעשר, האט בעריש בלויז געגעבן א האלבע מיליאן, פשוט ס׳הערט זיך בעסער. און ס׳מאכט מער סענס. מאך א חשבון...

דולה ומשקה האט געשריבן:אה פארגעסן דער געהויבענע רקידה מיטן צאנז-קלויזענבורגער רבי כאילו מ'געפונט זיך ביי א שבע ברכות. אה דער ידידות איז מורא'דיג גרויס.

א רקידה לכ׳ שבע ברכות, צו לכבודה של תורה, נישט קיין נפק״מ, אבער וואס קרענקט דא ״דא״? די ״געהויבענע״? ״רקידה״? ״מיטן צאנז-קלויזענבורגער רבי״? ״כאילו מ'געפונט זיך ביי א שבע ברכות״? אדער אז ״אה דער ידידות איז מורא'דיג גרויס?״
????

דולה ומשקה האט געשריבן:אויך שרייב ברחל בתך קטנה הלכות פעלץ ורזוואלקע, ווען גייט מען אזוי און ווען גייט מען אזוי. ווייל מיטן וועטער האט דאס זיכער נישט קיין שייכות.

זיי נישט בייז, אבער וואס באדערט דיך אז ער גייט א פעלץ און ווערט צושמאלצן פאר היץ ווייל ס׳איז געפעלט עם אזוי?
ער האט מסתמא געהאט א ספק, צו מען גייט א פעלץ ווען ס׳איז ווארעם, און גאב״ד ירושלים האט עם פותר געווען זיין שאלה אין בארא פארק עטליכע וואכן צוריק.

דולה ומשקה האט געשריבן:ועוד לדלות ולהשקות אי"ה.

קענט וועיט....
באניצער אוואטאר
מארקוס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 137
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 10:51 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל

הודעהדורך ברוך שאמר » זונטאג פעברואר 15, 2015 11:04 am

מארקוס. אימ עם סארי אבער ווען די זאגסט באבאוו מיז מען זאגן וועלכע ! עכטע ' פלעין. ' ריכטיגע ' וכו'
ברוך שאמר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 360
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 11:55 pm
האט שוין געלייקט: 31 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

הודעהדורך מארקוס » זונטאג פעברואר 15, 2015 12:37 pm

כ׳האב פאר דיך ביטערע נייעס:
בי״ד פסקנ׳ט אז מען דארף ״נישט״!
באבוב איז דא איינס!
באבוב45 איז דא איינס!

כ׳ווייס איז רמ״ד, פגר׳ט צו האבן א צווייטן מיט׳ן נאמען ״45״, אבער לע״ע איז ער דער איינציגסטער.
באניצער אוואטאר
מארקוס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 137
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 10:51 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל

הודעהדורך ברוך שאמר » זונטאג פעברואר 15, 2015 1:37 pm

אבער ווען מען פרעגט אייך וועלכע באבאוו געהערט איר דארפט איר זאגן 5 ווערטער "באבאוו איז נאר דא איינס" אבער די אנדערע באבאווע ענטפערן מיט שטאלץ קורץ און שארף 45 !
ברוך שאמר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 360
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 11:55 pm
האט שוין געלייקט: 31 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

הודעהדורך מארקוס » זונטאג פעברואר 15, 2015 1:44 pm

אטא דאס איז דיין טעות.
קיינער פרעגט מיר נישט, יעדער פארשטייט קלאר און דייטליך, ווען איך ענטפער ״באבוב״.

ווייל אויב וואלט איך ״רח״ל״ געווען א 45ער, וואלט איך ווען גאנץ זיכער געענטפערט ״מיט שטאלץ״ - ״באבוב45!״
פארשטייט זיך אז מורה מורינו הרב ״ברוך שאמר״ פארשטייט עס נאכנישט, אבער געב עס אפאר יאר, מה שלא יעשה השכל יעשה הזמן, וועסט נאך איין טאג ״גוט״ פארשטיין.
באניצער אוואטאר
מארקוס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 137
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 10:51 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל

הודעהדורך ברוך שאמר » זונטאג פעברואר 15, 2015 2:16 pm

מארקוס האט געשריבן:אטא דאס איז דיין טעות.
קיינער פרעגט מיר נישט, יעדער פארשטייט קלאר און דייטליך, ווען איך ענטפער ״באבוב״.

ווייל אויב וואלט איך ״רח״ל״ געווען א 45ער, וואלט איך ווען גאנץ זיכער געענטפערט ״מיט שטאלץ״ - ״באבוב45!״
פארשטייט זיך אז מורה מורינו הרב ״ברוך שאמר״ פארשטייט עס נאכנישט, אבער געב עס אפאר יאר, מה שלא יעשה השכל יעשה הזמן, וועסט נאך איין טאג ״גוט״ פארשטיין.

נעבאך we call that in English wishful thinking
ברוך שאמר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 360
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 11:55 pm
האט שוין געלייקט: 31 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

בילדער

הודעהדורך למדן » זונטאג פעברואר 15, 2015 4:26 pm

די אזוי געבעטענע בילדער
IMG-20150213-WA0008.jpg
IMG-20150213-WA0008.jpg (135.81 KiB) געזען געווארן 1797 מאל
באניצער אוואטאר
למדן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 507
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 6:40 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 218 מאל

הודעהדורך גאליציאנער » זונטאג פעברואר 15, 2015 6:20 pm

ברוך שאמר האט געשריבן:איך ווייס נישט אבער ווי עס זעט אויס איז דא מקיום געווארן די מגילה "וכל זה איננו שוה לי בכל עת אשר אני רואה את מרדכי וכו'


הייסט די ביסט אויך פון דער מענטשן וואס קוקען צו א געלונגענע נסיעה אויף א וועלטס פארנעם, שענער ווי יעדער איינער האט געחלומ'ט און די וויסטע חלום, דער באבובער עולם דרייט זיך ממש שיכור ולא מיין, אנגעזאפט מיט חיזוק און התעוררות, פונעם מלכות'דיגע נסיעה אויפ'ן שענעסטע פארנעם.

יעצט מאיזה סיבה שהוא דרייען זיך אראפ די חברה מיט אראפגעלאזטע נעזער די ווייטאג שיינט ארויס פון די אויגען, און זיכען זיך א וועג מחזק זיין לאור המצב הקשה.

קומען אן אפאר נערישע קינדער פון פלעיגרופ, הענגן אויף א קטנותדיגע צעטיל, און אהאפן אז איינער וועט בכלל קוקען זייער וועג. ליידער איז עם מועס דורכגעפאלען און דער ריאקציע פון באבוב איז געווען גארנישט קיינער קוקט ענק נישט אן. און שפעטער פון דער פרעמדע גאס איז געווען דער בליק אז עס איז געווען א נישט שכל'דיגע שרוט, עד כדי כך אז י. ל. (דער גבאי און בימ"ד וואס האט געשריבען דער צעטיל אליינס) האט אויסגערופען און ביהמ"ד רח' פנינה נאך של"ס אז דער צעטיל איז נישט געווען מצד הקהילה נאר א פריוואטע יחיד האט עס געמאכט.

יעצט וואס טוט מען? זיי זענען אנגעזעצט, והעיר שושן נבוכה, זייער פלאן איז געווען א דורכפאל, מיט וואס ווייזט מען יעצט דער פנים?

איז דא א נייע עצה, הגם דער צעטיל איז נאר געווען פון א "יחיד" אבער פוןנדעסוועגן ווועט מען פארקויפען אז ס'האט מורעדיג געשטערט פאר די באבובער חסידים, און אויף דעם האט מען נאך א שיינע מליצה "וכל זה איננו שוה לי".

קינדערלעך טייערע, גייטס צוריק שלאפען, ענק וואלטען זיך געמעגט אויסלערנענן פון אוזערע באבובער דרך, טשעפע אפ פארגין יענער, שטעק דיך נישט אריין די נאז ווי די געהערסט נישט ווייל ס'וועט דיר סייווי נישט העלפן קיינער קוקט דיך נישט אן, און אפשר אזוי וועלן ענק "אנהייבען" אויפצובוען אייערע מוסדות לתפארת ולשם. אפשר אזוי וועלן ענק מצליח זיין.


און בדרך אגב, דער בילד פון שאולזאהן וואס דארף "כאילו" צושטעלן די צוויי בילדער פון דער עולם. איז וויכטיג מערקזאם זיין צו מאכען אז הגם די צוויי בילדער זענען נישט קיין צושטעל אונגאנצען, אעפ"כ דער בילד פונעם ריזיגע עולם איז געווען פון של"ס ווי עס זענענן געווען איבער 4500 מענטשן 90% היימישע, וואס נאר זיי קומען צו של"ס.

משא"כ דער בילד פון לאנדאן איז געווען פון מוצ"ש ביי דער הכנסת ס"ת ווי פארשטייט זיך איז איבער 50% מענטשן פרעמדע צוקוקער, והראי' גאנץ שבת איז געווען קוים האלב דער עולם און דער פארענטשעס איז געווען אויסגעשטעלט נאר און די ברייט מיט א לאנגע אויבען אהן אקעגן איבער. און אפי' דער קליינע אויסשטעל האט מען נישט געקענעט אנפולען של"ס צייג דיך איבער ס'איז נישט דא קיין איין בילד פון דער עולם ביי של"ס, און פאר א גוטע סיבה.
גאליציאנער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 43
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 11, 2014 6:59 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » זונטאג פעברואר 15, 2015 7:50 pm

באבוב האט געהאט א שיינע נסיעה באבוב45 האט מפרסם געווען א שיינע צעטיל
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4864 מאל

הודעהדורך ברוך שאמר » מאנטאג פעברואר 16, 2015 2:56 am

געוואלדיג ! ווען די זאגסט באבאוו מיזט די אינז זאגן פין וועלכע באבאוו די רעדסט !
ברוך שאמר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 360
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 11:55 pm
האט שוין געלייקט: 31 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

הודעהדורך מארקוס » מאנטאג פעברואר 16, 2015 10:27 am

ברוך שאמר, ס׳גייט דיך נעבעך נישט.
לאמיר עס דיר לייכטער מאכן.

ווען די זעהסט דאס ווארט ״באבוב״ מיינט דעם באבובער רב און זיינע חסידים
ווען דער זעהסט דאס כלאים ווארט ״באבוב45״ מיינט ר׳ מרדכי דוד מיט זיינע חסידים, און מורה מורינו הרב ר׳ ברוך שאמר פון קאווע שטיבל.

עס איז זייער סימפל, יעדער פארשטייט עס - נאר נישט דו, וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין?
-
לאמיר זיך באנוצען מיט א היימישע ביישפיל, טאקע דא אינעם קאווע-שטיבל.

ווען די זעהסט דאס ווארט ״קאווע״, מיינט עס קאווע, עס דארף נישט קיין הסברים, ״קאווע״ איז ״קאווע״.
ווען די זעהסט ״קאווע - וואַנילע פלעיווער״, פארשטייט מען אז רעדט מען שוין נישט פון ״קאווע״, נאר אזא מין משקה וואס האט נאכטעם פון קאווע און וואנילע.
ס׳מיינט נאך נישט אז ווען די גייסט מארגן פראקלאמירן ״יאך גיין מיך מאכן א קאווע״, אז מען דארף קלאר אהער שטעלן ״רבותי, נישט ״קאווע - וואַנילע פלעיווער, נאר די קאווע ״אן״ די וואַנילע פלעיווער״. יא דו קענסט געבן צו פארשטיין, אבער מען עפענען אפאר אויגן אויף דיר כאילו דו באלאנגסט ערגעץ אנדערש.
-

אויב פארשטייסטו מיר נאך אלץ נישט וואלט איך דיר געראטן אריבער צו גיין דער חדר סייקל, ווייל ערגעץ ווי ביסטו געבליבן שטעקן מיט הבנה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך מארקוס אום מאנטאג פעברואר 16, 2015 10:27 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
מארקוס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 137
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 10:51 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל

הודעהדורך ברוך שאמר » מאנטאג פעברואר 16, 2015 12:05 pm

מארקאס ! יעך פארשטיי שוין גאר גיט אבער זאג נאר ווען איינער פרעגט דיך ווי די געהערסט מיזט די דאך ענטפערן (אויב די ביסט א נארמאלע מענטש) בזה הלשון " יאך געהער צי באבאוו" וועט מען דיך פרעגן (צי די ווילסט צי די ווילסט נישט ) וועלכע באבאוו ?? יעטצט אדרבה לאמיר הערן וואס די גייסט ענטפערן ????? איך ווייס אז די ווילסט אז קאווע זאל זיין דיין משל but I got for you some news עס איז א משל כחרס הנשבר !
ברוך שאמר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 360
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 11:55 pm
האט שוין געלייקט: 31 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » מאנטאג פעברואר 16, 2015 5:58 pm

@מארקוס איך וואלט געוואלט הערן דיין מיינונג אויף די שיינע מכובדיגע ברוכים הבאים מודעה פון באבוב45
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4864 מאל

הודעהדורך מארקוס » דינסטאג פעברואר 17, 2015 11:14 am

ברוך שאמר, כ׳האב געשריבן מיין מיינונג, למעשה איז עס תלוי אין דער גאס. ביז דערווייל ווער ס׳האט מיר געפרעגט, האט פארשטאנען פון מיין תשובה ״באבוב״ ווער מיין רבי איז.
די וועסט דווקא ענטפערן ״באבוב״ און נישט ״באבוב45״ ווי דער פסק בי״ד לויטעט, אלס כדי ארויס צו ברענגען די פראגע פון דער שואל, און כדי על כרחך צו באצווינגען די גאס אז באבוב איז נישט באבוב נאר באבוב 48, בקיצור גם לי גם לך, לפי די שיטה הקדושה פון ענקערע הייליגע רבי דער בעל ״אני שלום״ - וועסט אבער מוזן מודה זיין אז דאס קומט נישט פון די איידלקייט, נאר פון קנאה און שנאה....

געוואלדיג:
כדי איך זאך קלאר קענען אראפ לייגן מיין מיינונג איבער די טעמע, דארף ערשט אהער געברענגט ווערן עטליכע אזעלבע צטליך, פון וואס אנדערע מוסדות און קהלות האבן ארויס געשטעלט, און דערנאך וועל איך דיר קענען קלאר זאגן מיין מיינונג.
באניצער אוואטאר
מארקוס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 137
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 10:51 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » דינסטאג פעברואר 17, 2015 5:52 pm

כולל חיבת ירושלים, תולדות אברהם יצחק, לינת הצדק, האבן געלייגט צעטלעך
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4864 מאל

נעקסט

גיי צוריק צימעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט