טומל וועגן אנטיקן פון ליזענסקער רבי

מהנעשה והנשמע אין די היימישע גאסן און הויפן
געדענקט!
ביטע זיך פרובירן האלטן אביעקטיוו און נישט אטאקירן אנדערע מעמבערס. לופטיגע הודעות וועלן נישט טאלערירט ווערן! קליקט דא צו זען די פרינציפן פון דעם פארום.

טומל וועגן אנטיקן פון ליזענסקער רבי

הודעהדורך חד גדיא » זונטאג פעברואר 15, 2015 11:05 am

פארגאנגענע פורים איז ליזענסקער רבי'ס הויז אין מאנסי אויסגעליידיגט געווארן פון 10-13 מיליאן דאלאר אנטיקן. יעצט האט יחיאל קנאבלעך פון סקווער אנגעטראגן פאר'ן רבי'ן צו קויפן איין חפץ.
פאליציי זענען געווארן אריינגעמישט אויסצוגעפינען פון וואוין קנאבלעך האט עס. מ'ווייסט אז קנאבלעך איז נישט דער גנב. אבער מ'וויל פון אים ארויסבאקומען פון וועם ער האט עס געקויפט כדי אזוי נאכצוגיין דעם גנב.
קנאבלעך טענה'ט אז ער טאר נישט זאגן ווייל עס איז מסירה.
כו"ח חד גדיא, פה בתוך הטמא'נע כלי
חד גדיא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 641
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:57 am
האט שוין געלייקט: 649 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 416 מאל

הודעהדורך ברעט מענינג » זונטאג פעברואר 15, 2015 11:08 am

ווי וואוינט דער ליזענסקער?
אלעס מיט א שמייכל
ברעט מענינג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 345
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 9:14 pm
האט שוין געלייקט: 208 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 165 מאל

הודעהדורך חד גדיא » זונטאג פעברואר 15, 2015 11:11 am

מאנסי
כו"ח חד גדיא, פה בתוך הטמא'נע כלי
חד גדיא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 641
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:57 am
האט שוין געלייקט: 649 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 416 מאל

הודעהדורך סמבטיון » זונטאג פעברואר 15, 2015 1:23 pm

איך ווייס נישט ווער דער גנב איז, אבער פטור איז ער זיכער, ווייל ער איז געועהן א גונב מן הגנב, ווי באוויסט איז דער ליזענסקער א גזלן פון די ערשטע קלאס, ווער עס האט נאר אמאל געדילט מיט איהם ווייסט אז רוב פון זיין אוצר באלאנגט צי יודען וואס ער האט עס כלומפערשט געקויפט פון זיי, אבער קיינמאל נישט באצאלט.
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1112
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 6:43 pm
האט שוין געלייקט: 931 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1174 מאל

הודעהדורך עזריאל » זונטאג פעברואר 15, 2015 1:42 pm

סמבטיון האט געשריבן:איך ווייס נישט ווער דער גנב איז, אבער פטור איז ער זיכער, ווייל ער איז געועהן א גונב מן הגנב, ווי באוויסט איז דער ליזענסקער א גזלן פון די ערשטע קלאס, ווער עס האט נאר אמאל געדילט מיט איהם ווייסט אז רוב פון זיין אוצר באלאנגט צי יודען וואס ער האט עס כלומפערשט געקויפט פון זיי, אבער קיינמאל נישט באצאלט.

רבי איד האט איר א מעשה? בעסער געזאגט דרייסיג מעשיות, ווייל און די גאס הייסט ער א ערליכער און כידוע אז ער האלט אויס א ישיבה וויפל ער קען ממש לשם מצוה, ס'ברענגט אים נישט גארנישט, ער טרעט אריין דארט צוויי מאל א יאר. געווענדליך איינער וואס איז געלט גיינציג טוט נישט אזעלכע זאכן.
באשמוצען א יוד וועגן עפעס א מעשה וואס איר האט געהערט פון אייער עלטער באבע איז זייער נישט צום זאך און די טוסט דיך אליין באשמוצען דערמיט.
איך האב גארנישט מיטן ליזענסקער אז די האסט אפאר גוטע מעשות נו מה טוב ומה נעים לייג עס ארויף וועט זיך דער עולם וויסן צו היטן, אבער סתם זיגלען מענטשן לויט די גיסטע פון דיין יעצטיגער מינוט איז נישט אויסגעהאלטן
עזריאל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 10:09 am
האט שוין געלייקט: 1587 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1732 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 15, 2015 2:08 pm

חד גדיא האט געשריבן:פארגאנגענע פורים איז ליזענסקער רבי'ס הויז אין מאנסי אויסגעליידיגט געווארן פון 10-13 מיליאן דאלאר אנטיקן. יעצט האט יחיאל קנאבלעך פון סקווער אנגעטראגן פאר'ן רבי'ן צו קויפן איין חפץ.
פאליציי זענען געווארן אריינגעמישט אויסצוגעפינען פון וואוין קנאבלעך האט עס. מ'ווייסט אז קנאבלעך איז נישט דער גנב. אבער מ'וויל פון אים ארויסבאקומען פון וועם ער האט עס געקויפט כדי אזוי נאכצוגיין דעם גנב.
קנאבלעך טענה'ט אז ער טאר נישט זאגן ווייל עס איז מסירה.

פרעגט די גמרא מאי קא משמע לן? וואס לאזט ער מיך הערן? ענטפערט די גמרא, קא משמע לן תלתא. ער לאזט מיך הערן דריי זאכן: ערשטנס כ'האב קיינמאל נישט געוואוסט אז ס'וואוינט א ליזשענסקער רבי אין מאנסי. כ'קען נאר איין ליזשענסקע רעבע. אין בארא פארק.
צווייטנס. פארוואס איז דער ליזשענסקע רעבע נישט געווען אינדערהיים אום פורים, אז מ'האט עים געקענט בארויבן.
דריטנס. אזאלכע פארדרייטע פשט'לעך צו לערנען. מ'טאר נישט זאגן ווער דער גנב איז, ווייל ס'איז מסירה. דער איסור פון מסירה איז שטערקער ווי דער לא תגנוב... :roll:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14092
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16219 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9200 מאל

הודעהדורך סמבטיון » זונטאג פעברואר 15, 2015 2:30 pm

אזוי ווי די זאגסט עזריאל טייערע, נישט איין מעשה אין נישט 30 מעשיות נאר הינדערטע מעשיות קען איך דיר דערציילען אויף דעם יוד (?), איך בין נישט דא איהם אויסציפראקען בפני קהל ועדה, אפשר אין צימעס וואלט געוועהן די פאסיגע פלאץ, איך וועל דיר נאר געבן צוויי נעמען אין מאך דיין ריסערדש אין נאכדעם וועלען מיר שמועסן צי איך האב עס געהערט פון מיין באבע אדער פון טייערע יודן וואס ער האט אויסגעסאקט מיט געמיינהייט אלטס באיצטלא דרבנן. ועל כגון דהא האט סאטמער רבי ז"ל געוויינט אז אזוי וועלען אויסקיקען רעבעס מיט ווייסע זאקען פאר משיח וועט קימען.
1. סעדא א יוד וואס איז געוועהן פון די שענסטע אין גרעסטע בעלי צדקה אין בארא פארק, ר' הערשי פראנק, ער איז געוועהן אן אדרעס פאר יעדע דבר שבקדושה, פורים פלעגט זיין דארט א גרויס אנלויפעניש, פאר ווער סעוויל וויסן מער פינקטלעך, זיין הויז געפינט זיך אויף 17טע עוועניו קארנער 52, דער ליזענסקער אליין פלעגט דארט אפזיצען פורים, דער הערשי פלעגט זיך אזוי געטריי אפגעבן מיט דעם רבין אז איך קען דא אפפירקלען הינדערטע שורות מיט מעשיות ווי דער הערשי איז איהם געשטאנען צי דער האנט, די ליזענסקערס צווייטע חתונה איז אפגעראכטען געווארען ביי דעם הערשי פראנק אין בעיסמענט. זיי מוחל אין קאלל איינע פין הערשיס קינדער אין געב איהם א פרעג, וואס זאגט איר אויף דעם איידעלען יוד דער צדיק פון ליזענסק. איך וועל דיר נאר זאגן בקיצור נמרץ אז ער האט איהם באגאנוועט מיט מיליאנען אין באגראבן לעבערדיגערהייט. די רעשט הער מבני המשפחה.
2. סעדא א יוד וואס האט אמאל געווינט אין סקווירא וואס הייסט ארי אוסטערליץ, דער ארי איז געוועהן ממש זיין רעכטע האנט לאנגע יאהרן, ער האט געפירט די ישיבה אין געסייינט אלע טשעקס פון נועם אלימלך, געוועהן זיין פריזענליכע דרייווער אאז"וו. היינט איז ער חרוב קראנק אין ציבראכן אין צישאסן, קרח מכאן ומכאן (די סקווירא וועלען זאגן אז סכגעוועהן א קפעידא פון רעבין), אבער ווער סעווייסט ווייסט גאנץ גוט אז דער ליזענסקער שטייט אינטער אלע זיינע צרות. ואין כאן המקום להאריך..

דארפסט נאך, פארבינד זיך מיט מיר אין אישי, אין איך וועל דיר געבן צי הערען.
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1112
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 6:43 pm
האט שוין געלייקט: 931 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1174 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » זונטאג פעברואר 15, 2015 3:06 pm

סמבטיון האט געשריבן:אזוי ווי די זאגסט עזריאל טייערע, נישט איין מעשה אין נישט 30 מעשיות נאר הינדערטע מעשיות קען איך דיר דערציילען אויף דעם יוד (?), איך בין נישט דא איהם אויסציפראקען בפני קהל ועדה, אפשר אין צימעס וואלט געוועהן די פאסיגע פלאץ


האסט אים שוין סייווי אויסגעפראגט אבער אונז האסטי געלאזט אינגאנצן צעמישט. לאמיר הערן אביסול פיקטליכער פון וואס מ'רעדט דא
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2674
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 4204 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2782 מאל

הודעהדורך עזריאל » זונטאג פעברואר 15, 2015 3:37 pm

איך נעם נישט קיין שטעלונג און א זאך וואס איך ווייס נישט אבער די ברענגסט ראיות פון מענטשן וועם ער האט לשיטתך באגענבעט, דאס ווייזט אבער נישט גארנישט וועגן זיינע אוצרות.
והשנית איך האף אז דו פארשטייסט אז ביי יעדער מחלוקה איז דא צוויי צדדים, כ'האב נאך נישט געהערט אז איינער זאל האבן באגענבעט דעם צווייטען מיט אפאר מיליון דוללער און גאנץ כלל ישראל שווייגט און איך מיט אלע אנדערע חברי ק"ק קאווע שטיבל זאלן נישט וויסן דערפון, און דער נגנב זאל נישט זיין נישט און דין תורה און נישט און קארט.
ווי אויך אז די קוקסט מיינע תגובות העסטו זעהן אז איך גלייך שטארק לשון הרע'לעך און איך קאך דערין א'גאנצער טאג, אזעלעכע מעשות קומט געווענדליך אן צו מיינע אויערען. With in a week.
און אנדערע ווערטער אויב די סיפור איז אמת איז דא עפעס א סוכסוך און ס'קען גאר זיין אז דער ליזענסקער איז גערעכט.
עזריאל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 10:09 am
האט שוין געלייקט: 1587 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1732 מאל

הודעהדורך דער געוואגטער יונגעל » זונטאג פעברואר 15, 2015 3:39 pm

לאמיר אביסעל אויסקלארן די נושא ,
ובזה החלו , מען האט באגנב'ט דעם ליזענסקער מיט שווערע אנטיק חפצים וואס ער פלעגט האלטן אין א סעיף פארשפארט , יעצט די וועג ווי אזוי מען איז ארויף געקומן אויף דעם איז אז ר' מ"י קנאבלאך איז גרייט געווען צו פארקויפן אן אנטיק הגדה מיט די ווערט פון 80.000 $ בערך פארן ליזענסקער ,(וואס האט מיסודו באלאנגט פארן ליזענסקער) קומענדיג צום ליזענסקער אינדערהיים (עס איז געווען די טאג פון זיין זון'ס חתונה..!! אין איך מיין אז ער איז דעמאלטס אויך געווען מיט זיין זון דער חתן !!! לאדענן דעם ליזענסקער צום חתונה.. ) צו האנדלן איז אזוי ארויס קומענדיג האט מען עים געקייטעלט , למעשה זיין שוואגער משה קאפף זייענדיג א חבר ביי די פאליציי האט ארלעדיגט אז מען זאל עים לאזן מנוחה ביז נאכן חתונה !! למעשה דעם פארגאנגענע וואך זענען זיי ווידער געווען ביי עים אויף אויספארשונג ..

יעצט וועם מען איז חושד דא איז אזוי , קנאבלאך האט עס געקויפט פון י"י נייש' וואס ער האט עס זיכער געקויפט פון א צווייטן !( די פראבלעם איז דא אז קנאבלאך איז כאטש איינגעגעבן ביי די שטאט אז ער ארבייט מיט די סארט זאכן , משא"כ נייש' איז נישט , וואס דאס קען עים אביסעל פארפלאנטערן , אין ער האט טאקע גלייך גענומען א לויער ,)
עס קען זיין אהרן אויסטערליץ וויבאלד ער איז עים שילדיג היפשע געלטער , (וואס ווער עס איז באקאנט ווייסט אז ער האט נישט באצאלט אין די ישיבה האט באנקראטירט ..)
חושד איז מען א"ב פר"מ א יוד א גרוש ומגולח א וועלט'ס גנ.. וואס ווער עס קען עים ווייסט אז ער פארשעמט נישט פון די גרויסע גנבים !! ער האט שוין א דעט סערטיפיקעט אויף זיך !!! אין אזוי אויך האט ער ארויס געוואקט ראש השנה נאכן דאווענען מיט א אויף געבלאזענע קיטעל מיט א בויך פון אנטיק ספרים...וכו.וכו. וואס יענע תקופה האט ער זיך פלוצלינג געדרייט אין ליזענסק ..
מאר דיטעילס טו פאלאו
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1486
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:43 am
האט שוין געלייקט: 1969 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3916 מאל

הודעהדורך איך אויך » זונטאג פעברואר 15, 2015 4:24 pm

ווער איז א''ב פר''מ?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5825
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8169 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2665 מאל

הודעהדורך shem-tov » זונטאג פעברואר 15, 2015 7:32 pm

שוין לאנג נישט געליינט אזויפיל זאפטיגע לשון הרעס. איך פיל גילטי. שרייבט כאטשיק נאר די ר"ת פון די נעמען. והריני מוחה אויפן בזיון פון ליזענסקע רבי שליט"א וואס איז א ת"ח עצום און א ערענסטע מענטש
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 827
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 384 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 803 מאל

הודעהדורך עזריאל » זונטאג פעברואר 15, 2015 8:45 pm

shem-tov האט געשריבן:שוין לאנג נישט געליינט אזויפיל זאפטיגע לשון הרעס. איך פיל גילטי.

זאג נאר, וואס איז פשט אז א חסידישער יונגערמאן גייט נישט און מקוה?
עזריאל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 10:09 am
האט שוין געלייקט: 1587 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1732 מאל

הודעהדורך סמבטיון » מאנטאג פעברואר 16, 2015 12:07 am

טאקע א תלמוד חכם אין גאר א ערנסטע יוד, א גאון עצום, אבער נאך אלטס א טריקענע גנב מיט אלע מפרשים. מיטגעמאכט גאר גאר אסאך אין זיין לעבן , חתונה געהאט שוין 3 מאל לייד אויף פארשידענע מחלות, מיט דעם אלעם איז ער א גנב כדבעי אין ער וועט אפ געבן א דין וחשבון פאר די אלע יודען וואס האבן ביי אים דערלייגט די הויזן.
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1112
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 6:43 pm
האט שוין געלייקט: 931 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1174 מאל

הודעהדורך chusid » מאנטאג פעברואר 16, 2015 1:00 am

סמבטיון האט געשריבן:טאקע א תלמוד חכם אין גאר א ערנסטע יוד.

תלמוד חכם קען איך הערן אז ער קען זיין א טרוקענע גנב, אבער א ערנסטע יוד און א טריקענע גנב איז נישט קיין סתירה??
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 445 מאל

הודעהדורך הדד בן בדד » מאנטאג פעברואר 16, 2015 1:17 pm

סמבטיון, איך קום נישט דא שרייבן אז דער ליזענסקער איז א צדיק גמור און אז ער האט טאקע אלע זיינע אנטיקן קונה געווען אויף גראדע וועגן. איך ווייס נישט, און ביי מיר איז יעדער אנטיק סוחר, און רוב אנטיק זאמלער, ספעציעל די גרויסע, בחזקת גנב.

אבער לגבי די צוויי מעשיות וואס דו ברענגסט יא, איז אזוי, לגבי ר' הערשי פראנק ווייס איך פערצופאל פון איינעם פון די קינדער אז די משפחה איז נישט צוקריגט מיט אים, זיי זענען טאקע אנגעווייטאגט אויף אים, אבער זייער טענה אויף דעם ליזענסקער איז וועגן עפעס א ביזנעס דיעל וואס דער ליזענסקער האט אים געהייסן אינוועסטן און איז געגאנגען סאוט, זיי האלטן אז דער רבי איז עפעס שולדיג אין דעם.

אבער דאס אהערשטעלן דעם ארי אויסטערליץ פאר אזא צדיק מאכט מיך שוין טראכטן אז דו ביסט גאר ארי אליינס. ווייל עני באדי וואס קען ארי'ן (אויסער ארי אליינס) וועט די פארציילן בפה מלא וואס פאר א גענגסטער דער ארי איז, און דער ליזענסקער האט זיך פון אים צאמגעליטן ציפקע צרות, ער האט געמאכט מיט אים פאטאש. דער ליזענסקער האט זיך נעבעך פארגלייבט אין דעם ארי אז ער איז זיין בעסטער און געטרייעסטער מענטש און האט זיך לכבודו צוקריגט מיט עטליכע גבירים, געבליבן מיט גרויסע חובות און א באשמוצטן נאמען, אלעס צוליב דעם ארי, וועלכער האט אים אויסגעמעלקט ביזן לשד העצמות.

סאו שנייד די קרעפלעך...
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1474
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 843 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1130 מאל

הודעהדורך סמבטיון » דינסטאג פעברואר 17, 2015 12:11 am

ווי פינקלעך אין מיינע ווערטער האסטו פארשטאנען אז ארי אוסטערליץ איז דער גרויסע ענדע צדיק? איך האב אים סך הכול אראפ געברענגט אלטס א דוגמא וועם די ליזענסקער האט געלייגט אין די ערד, ביזט נישט מסכים מיט די משל, פיין, סעדא א שפע פון יודן וואס רייסן זיך די האר פון קאפ פארוואס האב איך געטראסט דעם נוכל, פיק א נעים, נאר אזוי ווי איך האב אנגעהויבן, האלט איך נישט א סע ריכטיג אראפ צי ברענגען יעדעם סוחר וואס האט געהאנדעלט מיט דעם וואגאבונד, אין אים אויסלייגן אויף שטיק שטיקלעך,אשר על כן, האלטסט אז דער ליזענסקער איז א ארענטליכער מענטש, פיין, איך שפיר נאר א חוב קדוש ארויסציברענגען די מיינונג אין דעם דיבאטע פון די אנדערע צד.
איך בין וואויל באקאנט מיט די פאקטען, אין איך ווייס אז ארי איז ווערד זיין געלט, (עיין בפרשת שגץ ארויס פון סקווירא..) אבער למעשה האט ארי איהם געטריי באדינט אלע יאהרן ביז דער גזלן האט איהם באראבעוועט, קענסט עס נישט לייקענען , אין אוודאי איז ער נישט געבליבן שילדיג, אין זיך געפירט ווי סע איז נהוג ביי גזלנים.
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1112
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 6:43 pm
האט שוין געלייקט: 931 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1174 מאל

הודעהדורך דער געוואגטער יונגעל » דינסטאג פעברואר 17, 2015 1:35 pm

סמבטיון האט געשריבן:ווי פינקלעך אין מיינע ווערטער האסטו פארשטאנען אז ארי אוסטערליץ איז דער גרויסע ענדע צדיק? איך האב אים סך הכול אראפ געברענגט אלטס א דוגמא וועם די ליזענסקער האט געלייגט אין די ערד,
איך ווייס נישט ווער עס האט וועם געלייגט אין די ערד אבער דער ליזענסקער ארי מיט ליפמאן בר' האבן געפירט א חוט המשולש באנדע פון כשרען שווערע מיליאנען ווי ליפמאן בר' איז יעדע פאר וואכן געפארן קיין טאראנטא ... פון דעם ווייסטו בכלל צו זאגן ?? !! יעצט אז די ליזענסקער איז עים געווען שילדיג געלט נו מען דינגט זיך נישט אויף דעם , אבער וויפיל ארי האט באגנבט די ליזענסקער איז לכאורה פי כמה אין ער האט עים היפש באגראבן ..

איך בין וואויל באקאנט מיט די פאקטען, אין איך ווייס אז ארי איז ווערד זיין געלט, (עיין בפרשת שגץ ארויס פון סקווירא..) אבער למעשה האט ארי איהם געטריי באדינט אלע יאהרן ביז דער גזלן האט איהם באראבעוועט, קענסט עס נישט לייקענען ,
אין וואס וועסטו טון אז איך לייקען עס יא ...!! איך ווייס נאך אזוי צו זאגן פון די געטריישאפט ... אז ער האט נישט באקומן באצאלט אני מודה על זה אבער אז ער האט נישט אין א גרויסע פראצענט טיף באגראבן דעם ליזענסקער דאס וויל איך נישט ארויס שרייבן ברחל בתך הנאקעטע ..
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1486
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:43 am
האט שוין געלייקט: 1969 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3916 מאל


גיי צוריק צימעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט