פורים אין סאטמאר

מהנעשה והנשמע אין די היימישע גאסן און הויפן
געדענקט!
ביטע זיך פרובירן האלטן אביעקטיוו און נישט אטאקירן אנדערע מעמבערס. לופטיגע הודעות וועלן נישט טאלערירט ווערן! קליקט דא צו זען די פרינציפן פון דעם פארום.

פורים אין סאטמאר

הודעהדורך ישמעאל הכהן » מאנטאג מערץ 09, 2015 2:18 pm

ביי די סעודות משתה היין אין די חצרות סאטמאר איז געווען שטארקע סענזאציעס דעם פורים שנת תשע''ה
ביים רבי'ן מ'סאטמאר פון קרית יואל האט מען געהערט שטארקע בכיות אויף די דברי אפיקורסות וואס נתניהו האט פארשפרייט ביי זיין באזוך אין קאנגרעס.

ביי רבי'ן מ'סאטמאר פון וויליאמסבורג האט מען בעת משתה היין געהערט דברי הכתרה אויף זיין זון די רב פון סאטמאר ירושלים, נאכזאגענדיג א דבר תורה וואס זיין זון האט אים געזאגט ביום הפורים האט די רבי אויסגעפירט דערויף אז מיין זון רעדט ווי א ''ראשון."
(ק/פ)
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 12:54 pm
האט שוין געלייקט: 1807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2167 מאל

הודעהדורך ישמעאל הכהן » מאנטאג מערץ 09, 2015 2:21 pm

IMG_20150309_141901.jpg
IMG_20150309_141901.jpg (106.55 KiB) געזען געווארן 2404 מאל

IMG_20150309_141908.jpg
IMG_20150309_141908.jpg (123.55 KiB) געזען געווארן 2404 מאל

IMG_20150309_141913.jpg
IMG_20150309_141913.jpg (88.94 KiB) געזען געווארן 2404 מאל

מוהרח''צ ט''ב אב''ד סאטמאר ירושלים בן אדמו''ר מסאטמאר שליט''א

אביו הגדול האט ביים משתה היין טיש נאכגעזאגט א דבר תורה פון אים, און אויסגעפירט דערויף אז מיין זון רעדט ווי א ''ראשון."
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 12:54 pm
האט שוין געלייקט: 1807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2167 מאל

הודעהדורך משולם שטיינפעלד » מאנטאג מערץ 09, 2015 8:37 pm

וויאזוי ווייסט האדמו"ר מוויליאמסבורג וויאזוי א ראשון רעדט?
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 6:48 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

הודעהדורך ישמעאל הכהן » מאנטאג מערץ 09, 2015 9:48 pm

ער האט מסתם אמאל געהערט זיין ברודער פון קר"י רעדן, האט ער געהערט אן אחרון.
האט ער צוזאמעגעשטעלט א בילד וויאזוי א ראשון וועלט גערעדט 8-)
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 12:54 pm
האט שוין געלייקט: 1807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2167 מאל

הודעהדורך היסטאריקער » דינסטאג מערץ 10, 2015 1:23 pm

און וויאזוי רעדט ער, ווי א תחתון?
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1026
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 2356 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל

הודעהדורך גאנצל » דינסטאג מערץ 10, 2015 2:55 pm

עס דרייט זיך ארום א אלט ווערטל ווי זוי ס'גייט אויסקוקן אין 20 יאר פון היינט

א טאטע זיצט ביים טיש נאכ'ן סעודה שבת און זיין זון זאגט אים א העפליכע גוט שבת איך גיי ארויס פרעגט אים די טאטע ווי גייסטו ?

קינד : איך גיי צום פלוני (פיל אריין א נאמען פון א זעלבסט געקרוינטן רבי'ן) רבי'ס טיש

טאטע : דו ביסט משוגע ? צו אזא ליידיג גייער וואס האט געמאכט אפאר דאלער און געווארן א רבי גייסטו ?

קינד: טאטי ווי זוי רעדסטו ? דו ווייסט וואס אלמוני (פיל אריין א נאמען פון נאך א זעלבסט געקרוינטן רבי'ן) רבי האט געזאגט אויף אים............

איך זעי ס'ווערט שוין א ריעליטי ...........
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך פלאוויוס אום זונטאג אפריל 12, 2015 7:43 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: קעגן א פריוואטן מענטש
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2888
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 492 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1127 מאל

הודעהדורך עזריאל » מיטוואך מערץ 11, 2015 3:02 am

גאנצעל זייער גוט געזאגט קריגסט אפילו א לייק
פליז ווען די סיינסט אריין אלץ קאך לעפל זאג בעסער פאר נאך א לייק
עזריאל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 10:09 am
האט שוין געלייקט: 1587 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1731 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מיטוואך מערץ 11, 2015 7:24 am

עזריאל האט געשריבן:גאנצעל זייער גוט געזאגט קריגסט אפילו א לייק
פליז ווען די סיינסט אריין אלץ קאך לעפל זאג בעסער פאר נאך א לייק


אה ב''ה אז קאלעגע זריעל האט געטראפן עפעס וואס צו שרייבן.......
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1864
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 203 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2115 מאל

הודעהדורך עזריאל » מיטוואך מערץ 11, 2015 12:46 pm

ניין! פארדעם קריגסטו נישט קיין לייק
עזריאל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 10:09 am
האט שוין געלייקט: 1587 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1731 מאל

הודעהדורך היסטאריקער » מיטוואך מערץ 11, 2015 1:10 pm

עזריאל, שוין לאנג נישט געשריבן "פלעין יודיש"
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1026
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 2356 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל

הודעהדורך ראדני שטיפער » מיטוואך מערץ 11, 2015 5:05 pm

איך האב היינט גערעדט מיט מיין זון רבי חיים הערש דער רב פון ירושלים עיה"ק, כי מציון תצא תורה ודבר ה' מירושלים, ער האט מיר באמת געזאגט א פשט אין די מגילה וואס קען שטיין אין די ראשונים, ממש מתוק מדבש:

אין די מגילה שטייט אז אחשוורוש האט געזאגט 'מי הוא זה ואי זה הוא אשר מלאו לבו לעשות כן', לכאורה אחשוורוש אליין האט דאך געמאכט דעם פלאן צוזאמען מיט המן, און וואסזשע איז זיין פראגע מי הוא זה אשר מלאו לבו לעשות כן'?

נאר מ'קען דאס פארשטיין בהקדם די ווערטער פונעם תפארת שלמה אין פרשת בלק, ער שטעלט זיך אויף דעם וואס ביי בלעם הרשע האט קודם דער אייבערשטער געזאגט 'לא תלך עמהם', און שפעטער האט דער אייבערשטער אים געזאגט 'אם לקרוא לך באו האנשים קום לך אתם', דו קענסט יא גיין מיט זיי. איז ער דאס מסביר מיט די מאמר חז"ל אין אבות 'אל תהיו כעבדים המשמשים את הרב על מנת לקבל פרס', ווען א איד טוט א מצוה און ער האט אינזינען ער זאל האבן עפעס א נוצן אין זכות פון די מצוה, איז דאס דומה צו איינער וואס ער קען פארדינען א מיליאן דאלער, און ער האט אינזינען ער זאל פארדינען פינף הונדערט דאלער, וויבאלד א מצוה וואס א איד טוט פארן באשעפער איז דאך לאין ערוך, אן קיין גבול. און דאס זעלבע איז להבדיל ביי די צד הקליפה, ווען א רשע נוצט אויס זיין כח אן קיין זייטיגע און אייגענע חשבונות דעמאלטס קען דאס זייער שאדן. דעריבער קודם ווען בלעם האט געוואלט גיין שעלטן די אידן האט אים דער אייבערשטער געזאגט 'לא תלך עמהם' ווייל ווען זיין קללה וואלט געווען אן קיין זייטיגע חשבונות דעמאלט וואלט געווען א גרויסע סכנה, אבער שפעטער האט אים דער אייבערשטער געזאגט, אם לקרוא "לך", צוליב דיינע אינטערעסן אז מ'וועט דיר באצאלן (ווי רש"י זאגט דארט) דעמאלט 'קום לך אתם', בין איך גארנישט באזארגט און דו קענסט גיין.

דאס זעלבע קען זיין איז געווען ביי המן, ער איז געקומען צו אחשורוש און האט געמאכט א רייץ פון געלט, ער האט אים געזאגט "ושללם לבוז", אז מ'וועט אויס'הרגנ'ען די אידן וועט מען זיך קענען טיילן מיט זייער האב און גוטס, ווי אויך האט ער געזאגט פאר אחשוורוש 'עשרת אלפים ככר כסף אשקול וגו', האט אים אחוושרוש געענטפערט "הכסף נתון לך", לייג אוועק די געלט אינטערעסן אין א זייט, און דעמאלט 'והעם לעשות בו כטוב בעיניך', אנדערש, אויב דו וועסט האבן דערביי אייגענע אינטערעסן וועסטו נישט מצליח זיין. אבער המן האט דאך ווייטער געוואלט אויפרייצן די אלע גוים מ'זאל ח"ו אויסהר'גנע'ן די אידן, האט ער ווייטער געזאגט 'ושללם לבוז', אז דורכדעם וועט מען האבן די ביזה פון די אידישע קינדער. דעריבער ווען אסתר המלכה האט געזאגט פאר אחשורוש "כי נמכרנו אני ועמי" מיר זענען פארקויפט געווארן פאר געלט, האט אחשוורוש באלד געשריגן "מי הוא זה ואי זה הוא אשר מלאו לבו לעשות כן", איך האב דאך פון די ערשטע מינוט פארשטאנען אז מ'קען נישט מצליח זיין צו מכניע זיין די אידישע קינדער ח"ו זיין ווען ס'איז דא געלט אינטערעסן.

מיט דעם פארשטייט מען פארוואס איז געווען דעמאלט קבלת התורה מאהבה, וויבאלד די אידישע קינדער האבן געזען וואספארא חילוק עס מאכט אויס אפילו ביים צד הקליפה ווען מ'טוט א זאך על מנת לקבל פרס, איז דאך אוודאי מדה טובה מרובה ווען אידישע קינדער זענען מקבל די תורה הק' מאהבה, און זיי געבן זיך איבער פארן באשעפער שלא על מנת לקבל פרס נאר צו מאכן א נחת רוח להבורא ית"ש.
ראדני שטיפער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 12, 2013 10:07 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

הודעהדורך ישמעאל הכהן » מיטוואך מערץ 11, 2015 5:15 pm

WOW
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 12:54 pm
האט שוין געלייקט: 1807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2167 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך מערץ 11, 2015 5:50 pm

באמת א שיינע און טיפזיניגע תורה. ס'איז נאר א חידוש אז....א יעדער קען צו שרייבן וואס ער ווילל...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13624
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15338 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8738 מאל

הודעהדורך I'm back » מיטוואך מערץ 11, 2015 7:41 pm

ס'איז מיר גוט, ער איז שוין א מבין אויך....
.
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 825
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2421 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל

הודעהדורך עזריאל » מיטוואך מערץ 11, 2015 10:49 pm

דרך אגב איז פארענטפערט פארוואס די ראשונים האבן עס למעשה נישט געזאגט ווייל זיי האבן נישט געוויסט פונעם תפארת שלמה
עזריאל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 10:09 am
האט שוין געלייקט: 1587 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1731 מאל


גיי צוריק צימעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט