די וואלן אין ניו יארק'ס 7th קאנגרעסיאנעל דיסטריקט

מהנעשה והנשמע אין די היימישע גאסן און הויפן
געדענקט!
ביטע זיך פרובירן האלטן אביעקטיוו און נישט אטאקירן אנדערע מעמבערס. לופטיגע הודעות וועלן נישט טאלערירט ווערן! קליקט דא צו זען די פרינציפן פון דעם פארום.

די וואלן אין ניו יארק'ס 7th קאנגרעסיאנעל דיסטריקט

הודעהדורך זר זהב » מאנטאג יוני 18, 2012 7:54 pm

ס'קומען פאר וואלן קומענדיגען דינסטאג פאר ניו יארק'ס 7'טה קאנגרעס זיץ וואס נעמט (איצט) אויך אריין וויליאמסבורג. ביז היינט האט די 7'טע קאנגרעס זיץ נישט אריינגענומען קיין שום חלק פון וויליאמסבורג, וויליאמסבורג איז פארטרעטן דורך די 10'טע דיסטריקט (קאנגרעססמאן עד טאונס) , נאר צוליב רידיסטריקינג האט זיך עס אביסל ארומגעטוישט און וויליאמסבורג איז אריין אינעם 7'טן דיסטריקט.

פאר די לעצטע 20 יאר איז די 12'טע דיסטריקט (וואס רירט א משהו אן אין וויליאמסבורג) פארטרעטן געווארן דורך א ספאנישע פרוי ניידיע וועלעזקעוועז. איר דיסטריקט איז אויך געטוישט געווארן צוליב'ן צענסוס און זי לויפט יעצט פאר די 7'טע דיסטריקט, נעמליך וויליאמסבורג.

ס'לויפ'ן נאך 3 קאנדידאטן אין די וואלן פאר דעי זיץ, הלא הם קאנסילמאן עריק דיללאן פון ברוקלין, עקאנאמיסט דעניעל א'קאננער פון מאנהעטטען, אקויפיי וואל סטריט אקטאוויסט דזשורדזש מארטינעז פון ברוקלין.

-----------------

(פאר איך שרייב ווייטער וויל איך זאגן אז איך גיי מיך איינהאלטן און נישט שרייבן אדער רעדן אויף קיינעם, איך וויל נאר ארויסברענגען די פאקטן און די רעאליטעטן וואס מ'זאל געדענקען א טאג נאך די וואלן וואס ס'וועט צוניצקומען {פאר דעי וואס זוכן דעם אמת} בשעת מ'וועט אייך ווארפן זאמד אין די אויגן.)

ס'נישט דאס ערשטע מאל וואס וואלן אין וויליאמסבורג ווערט א פאליטיק שפיל וואס איין מינאריטעט קרייז פירט אן קעגן אלע קהילות און מוסדות התורה, דאס דינט אויך אלץ א נקמה קעגן די אנפירער פון די UJO פאר'ן בלויזן חטא (העי!) פון נישט דינען די רבי/קולט פירער פון יענע קרייז.

אלע קהילות/מוסדות און ערליכע עסקנים זאגן אז דער אידישער וויליאמסבורג האט נישט נאר קיינמאל גארנישט געהאט פון ניידיע וועלעזקעוועז נאר זי האט געשטערט און געלייגט שטרויכלונגען ביי די בראדוועי טרייענגעל - ביליגע דירות וואו זי און מארטי נידעלמאן האבן גע'טענה'ט אז ס'וועט נישט גיין פאר די ספאנישע אא"וו. עריק דילאן - זאגן די עסקנים - האט אן אפענעם אויער פאר די אידישע איינוואוינער, דעריבער זענען זיי אלע פה אחד ארויסגעקומען אין שטיצע פאר עריק דיללאן.

זייט אייך נישט טועה
אויב מיינט איר אז איך קאמפיין דא פאר עריק דילאן האט איר א ריזיגען טעות. על אף וואס איך בין נישט א עובד מהר"א בין איך נישט א ראבאט וואס נעמט גלייך א שטעלונג אין פאליטיק כאילו איך בין סאדדענלי א גאנצער עקספערט צי ניידיע וועלעזקעוועז איז טאקע אזוי שלעכט און דיללאן אזוי גוט... (הגם איך גלייב אז די עסקנים ווייסן וואס זיי רעדן, פארט ווער איך נישט היציג) פון מיין זייט זאל יעדער וואוטען פאר וועם ער וויל לויט ווי יעדער פארשטייט.

נאר דאס איינע מיז מען ארויסברענגען.

וואס איז דאס קאנגרעציאנאלע וואלן?

קאנגרעס וואלן איז טאקע מער לאקאל ווי א פרעזידענט אדער סענאט וואלן, אבער ס'דאך נישט עכט לאקאל. ס'דא בלויז 535 קאנגרעס זיצן איבער די גאנצע USA, און איין קאנגערסמאן/פרוי קען פארטרעטן קרוב צו א מיליאן רעזידענטן! ד.מ. אז מ'רעדט דא פון הונדערטער טויזענעטער שטימען אין איין קאנגרעס זיץ.

ניידיע וועלעזקעוועז האט ביז היינט זייער שטארק געווינען אין די גענעראלע וואלן (קיין פריימערי קעגנער האט זי קיינמאל נישט געהאט!) אין '08 למשל ווען אבאמא איז געלאפן און אסאך זענען ארויס שטימען האט זי באקומען 120,000 שטימען, אזוי אויך ביי אלע וואלן געווינט זי מיט א ריזיגן מערהייט. דאס ווייזט אז זי איז זייער פאפולער און זי האט "נעים רעקאגנישען". יעצט ווען זי לויפט אין א פריימערי און זי האט טאקע 3 פריימערי קעגנער איז נאך אלץ שווער צו גלייבן אז איר שטערקסטער קעגנער עריק דיללאן וועט איר קענען באזיגן (און דאס שוין מיט די אנדערע 2 קאנדידאטן וואס זיי וועלן אויך אראפצופען עפעס שטימען פון וועלעזקעוועז) ---- עריק דיללאן האט נישט די נעים רעקאגנישען און ער האט נישט די געלט וואס ניידיע וועלעזקעוועז האט.

און קוקטס וואס נאך ניידיע וועלעזקעוועז האט.

פרעזידענט אבאמא!

סענעטאר שומער!

דזשערי נאדלער!

ניו יארק טיימס!

ניו יארק דעילי ניוז!

ניו יארק פאוסט!

עד קאטש!

און נאך און נאך. -- אלע האבן זיי אינדארסט ניידיע וועלעזקעוועז!

וויפיל טשענס האט עריק דילאן ? אפילו וויליאמסבורג וועט וואוטען אין א בלאק וואוט, לאמיר זאגן ער וועט באקומען 6-7000 וואוטס אין ווילי (אקעגן 1000 פאר חסידי מהר"א און די ספאנישע איינוואונער) , איז עס גענוג אין וואלן וואו איבער 100,000 גייען וואוטען ?

אפשר יא, מסתם נישט.

מיין עיקר פוינט - די פאקט און רעאליטי

אבער פליז! ווען ניידיע וועלעזקעוועז גייט געווינען גלייבטס נישט אלע ליגיונות וואס די איינציגע קרייז גייען דיך פארקויפן! ווייל אפילו מיט א ריזיגע צאל שטימען פאר עריק דיללאן אין וויליאמסבורג איז אויך זייער שווער צו גלייבן אז ער קען איר באזיגן! און די שטימען פון די איינציגסטע קליינע קרייז אין ווילי וועט נישט מעלה און נישט מוריד זיין אין א ניידיע וועלעזקעוועז געווינס!!

און מיינט נישט אז די עסקנים און קהילות ווייסן נישט דאס אלעס, זיי גייט דאס נישט אן! די פרינציפ איז אלץ געווען צו געבן די אינדארסמענט פאר דעי וואס זיי האלטן דעזערווען עס און נישט פאר דעי וואס שטיייט העכער אין די פאולס. און ווען וועלקעוועז וועט זעהן אז 90 פראצענט אין ווילי האבן געשטימט פאר עריק דיללאן וועט זי זעהן אז ס'נישט קיין מאנקי ביזנעס. (אין דיעפ דאון טוען דאס די פאליטישאנס רעספעקטירן)

אשר על כן פארוואס זאג איך אייך דאס ? ווייל א טאג נאך די וואלן וועלן די יעניגע טאקע שאלן און יוביליר'ן כאילו זיי האבן געווינען..... טאקע וועגן דעם האב איך דא אפגעשריבן אזא לאנגס און ברייטס כדי איר זאלט זעהן אז מ'רעדט נישט דא פון א 'דיסטריקט ליעדער' אדער 'סיטי קאונסיל' עלעקשאנס וואו 500 שטימען ארויף און אראפ דעצעדירט די רעזאלטס. און אפילו מיט 90% וויליאמסבורגע שטימען פאר עריק דיללאן איז נישט מסתבר אז ער זאל איר געווינען ווען זי האט "נעים רעקאגנישען", "געלט", "אלע צייטונג אינדאסירונגען", "אלע גרויסע פאליטישאנס".

און צום ענד, אזוי ווי איך האב פריער געשריבען איך נעם נישט קיין שטעלונג אין די וואלן, מילא האט קיינער נישט קיין רעכט (איך וועל עס שטרענג פארסירן...) צו זיין בייז אויף מיר פאר'ן בלויז (ניין, נישט חטא) צולייגן די פאקטן כשולחן הערוך (און אין די זעלבע צייט אויפצוקראכן א פאטענציאלע באלון וואס גייט זיך אויפבלאזן א טאג נאך די וואלן)

ביי ביי
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4212 מאל

הודעהדורך אוהב ספרים » מאנטאג יוני 18, 2012 8:09 pm

זר זהב האט געשריבן:זייט אייך נישט טועה
אויב מיינט איר אז איך קאמפיין דא פאר עריק דילאן האט איר א ריזיגען טעות. על אף וואס איך בין נישט א עובד מהר"א בין איך נישט א ראבאט וואס נעמט גלייך א שטעלונג אין פאליטיק כאילו איך בין סאדדענלי א גאנצער עקספערט צי ניידיע וועלעזקעוועז איז טאקע אזוי שלעכט און דיללאן אזוי גוט... (הגם איך גלייב אז די עסקנים ווייסן וואס זיי רעדן, פארט ווער איך נישט היציג) פון מיין זייט זאל יעדער וואוטען פאר וועם ער וויל לויט ווי יעדער פארשטייט.



איך פארשטיי, דאס אנרופען מהר"א א קולט פירער איז נישט זייענדיג א ראבאט וואס נעמט גלייך א שטעלונג אין פאליטיק וכו' ;)
אוהב ספרים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 441
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 22, 2012 7:09 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 168 מאל

הודעהדורך זר זהב » מאנטאג יוני 18, 2012 8:13 pm

אוהב ספרים האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:זייט אייך נישט טועה
אויב מיינט איר אז איך קאמפיין דא פאר עריק דילאן האט איר א ריזיגען טעות. על אף וואס איך בין נישט א עובד מהר"א בין איך נישט א ראבאט וואס נעמט גלייך א שטעלונג אין פאליטיק כאילו איך בין סאדדענלי א גאנצער עקספערט צי ניידיע וועלעזקעוועז איז טאקע אזוי שלעכט און דיללאן אזוי גוט... (הגם איך גלייב אז די עסקנים ווייסן וואס זיי רעדן, פארט ווער איך נישט היציג) פון מיין זייט זאל יעדער וואוטען פאר וועם ער וויל לויט ווי יעדער פארשטייט.



איך פארשטיי, דאס אנרופען מהר"א א קולט פירער איז נישט זייענדיג א ראבאט וואס נעמט גלייך א שטעלונג אין פאליטיק וכו' ;)

גלייך ? די סאטמארע פאליטיק האט זיך אנגעהובן 13 יאר צוריק.

אין 13 יאר פון יעצט וועל איך מסתם יא קענען זאגן מיין אפיניאן אויף ניידיע וועלעקעוועז.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4212 מאל

הודעהדורך שמיטה » מאנטאג יוני 18, 2012 8:28 pm

זר זהב:
איך בין בכלל בכלל בכלל נישט באהאווענט אין די פאליטישע ענינים. עס אינטרעסירט מיר אין די לינקע פאה.

אט איז וואס איך ליין צווישן דיינע געשריבענע שורות (אויב האב איך א טעות מיט זיי מיר מוחל):
-האסט פיינט צד מהר"א. ביזט פארקויפט פאר צד מהרז"ל עד הסוף.
-דו וואלסט געצאלט גרויס געלט אז דיין פארטייס קאנדידאט זאל געווינען. (נישט ווייל דו האסט סיי וואסערע נגיעה, פשוט ווייל דו גלייבסט די עסקנים אז זיי ווייסן וואס זיי רעדן).
-דו האלטסט נישט אויס אז מ'זאגט פאר א זיג פאר די קעגנערישע קאנדידאט ווע... (סארי, איך קען נישט ספעלן די נאמען).
-כדי צו מינימיזירן דיין ווייטאג ממחרת הוואלן, פראבירסטו מקדים זיין באריכות רפואה למכה, מיט דיינע תירוצים וביאורים.

אגב, עקספערטן זאגן, ווען איינער גרייט זיך צו א אנקומענדע קאטאסטראפע, האט ער מער שאנסן אז עס זאל איהם נישט אזוי שטארק אנגרייפן גייסטיש.

נאך איינמאל, קענסט נאכקוקן מיין היסטאריע, ס'איז דאס ערשטע מאל וואס איך ריר אן אזא סארט טעמע. ואת אשר הבנתי כתבתי.
באניצער אוואטאר
שמיטה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 296
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 14, 2012 4:57 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » מאנטאג יוני 18, 2012 8:31 pm

גאנץ א גוטע אנאליז. נאר ס'א שאד אז מ'זעהט דיין בייעס איבעראל. וואס די שרייבסט וועגן וויפיל ווילי מאכט נישט אויס איז זייער אמת. דאס וואס די לייגסט אראפ די אהרונים ווי עפעס א קליינע סעקטעלע אין ווילי איז נאריש.
מ'קען נישט זאגן אז די אהרונים שטיצען וועלעזקעוועז פשוט אפצוטוהן יא. דזשעי. או. ווייל עס איז פשוט אז זיי זענען איר מכיר טובה פאר'ן העלפען מיט די קעמפ'ס. סאו די אמת'ע פוינטס פון דיין ארטיקעל איז אז מ'זאל זיך נישט צוטוהן מאכען פון די אהרונישע פראפעגאנדע ווי זיי וועלן נעמען קרעדיט אז "וועגען זיי" האט וועלעזקעוועז געווינען. דאס איז אמת. זיי זענען א נישטיגע פראצענט פון די אלע וואויטס וואס קומען אריין.
אבער למעשה איז דא דא א פאליטישע פייט פון די אהרונים אין זאלוינים, און די אהרונים ווילן ווייזען פאליטישע פאוער. סאו אז ס'גייט זיך ארויסשטעלן אז וועלעזקעוועז האט באקומען למשל דרייסיג פראצענט פון ווילי וועט עס זיין א זיג פאר די אהרונים אז כאטש "אלע" קהילות האבען געשטיצן דילאן האבן זיי באוויזן ארויסצוברענגען אזויפיל פרצענט פאר וועלעזקעוועז.
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5437 מאל

הודעהדורך זר זהב » מאנטאג יוני 18, 2012 8:36 pm

[[b]quote="שמיטה"]זר זהב:
איך בין בכלל בכלל בכלל נישט באהאווענט אין די פאליטישע ענינים. עס אינטרעסירט מיר אין די לינקע פאה.

אט איז וואס איך ליין צווישן דיינע געשריבענע שורות (אויב האב איך א טעות מיט זיי מיר מוחל):
-האסט פיינט צד מהר"א. --איך האב נישט פיינט קיין שום איד!!-- ביזט פארקויפט פאר צד מהרז"ל עד הסוף. --ליגענט!--

-דו וואלסט געצאלט גרויס געלט אז דיין פארטייס קאנדידאט זאל געווינען. -- אפשר איין דאללער --(נישט ווייל דו האסט סיי וואסערע נגיעה, פשוט ווייל דו גלייבסט די עסקנים אז זיי ווייסן וואס זיי רעדן).
-דו האלטסט נישט אויס אז מ'זאגט פאר א זיג פאר די קעגנערישע קאנדידאט ווע... (סארי, איך קען נישט ספעלן די נאמען). -- ווער זאגט פאר ? אלעס וואס איך האב געשריבען האב איך אליינס געלערענט נאכ'ן דורכ'טון דעם ענין אן קיינעם'ס הילף --
-כדי צו מינימיזירן דיין ווייטאג ממחרת הוואלן, פראבירסטו מקדים זיין באריכות רפואה למכה, מיט דיינע תירוצים וביאורים. -- דא זעה איך טאקע אז דיין ערשטע 11 ווערטער פון דיין תגובה איז טאקע אמת ויציב! מ'קען דיר נישט מסביר זיין א פשוטע שטיקעל פאליטיק --
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך זר זהב אום מאנטאג יוני 18, 2012 8:46 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4212 מאל

הודעהדורך זר זהב » מאנטאג יוני 18, 2012 8:40 pm

ראשעקאל האט געשריבן:.
אבער למעשה איז דא דא א פאליטישע פייט פון די אהרונים אין זאלוינים, און די אהרונים ווילן ווייזען פאליטישע פאוער. סאו אז ס'גייט זיך ארויסשטעלן אז וועלעזקעוועז האט באקומען למשל דרייסיג פראצענט פון ווילי וועט עס זיין א זיג פאר די אהרונים אז כאטש "אלע" קהילות האבען געשטיצן דילאן האבן זיי באוויזן ארויסצוברענגען אזויפיל פרצענט פאר וועלעזקעוועז.

30 % וועט נישט מיינען אז ס'איז אידישע שטימען. ס'וואוינען זייער זייער אסאך ספאנישע אין די היימישע וויליאמסבורג! און זיי וועלן וואוטען אין א בלאק וואוט פאר וועלקעוועז.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4212 מאל

הודעהדורך זר זהב » מאנטאג יוני 18, 2012 8:51 pm

ראשעקאל האט געשריבן: מ'קען נישט זאגן אז די אהרונים שטיצען וועלעזקעוועז פשוט אפצוטוהן יא. דזשעי. או..

ס'איז נישט די ערשטע מאל וואס די ארוינים שטעלן זיך ארויס צו שטיצן די קאנדידאט וואס לויפט קעגן די UJO/אלע קהילות קאנדידאט. דא קענסטע דאגן אז ס'די קעמפס אבער רוב מאל איז עס בלויז ווייל ס'די אנטי UJO קאנדידאט.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4212 מאל

הודעהדורך ברוין » מאנטאג יוני 18, 2012 10:48 pm

זר זהב. דיין אגענדע שרייט פון יעדעס ווארט דיינע אבער לאמיר דאס לאזן אין א זייט.

גיב מיר א נאמבער וואס דאס גייט "יא" הייסן א זיג און מיר וועלן זיך טרעפן אי"ה קומענדע וואך.

אגב, ס'ערווארטעט אזא שיינע ארטיקל פון דיר איבער קוראפטירטן פעשליכן וויטא לאפאז. צולייג אביסל זיין אהבת ישראל
ברוין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 310
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 11:22 pm
האט שוין געלייקט: 34 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 132 מאל

הודעהדורך זר זהב » דינסטאג יוני 19, 2012 12:51 am

ברוין האט געשריבן:זר זהב. דיין אגענדע שרייט פון יעדעס ווארט דיינע אבער לאמיר דאס לאזן אין א זייט.

גיב מיר א נאמבער וואס דאס גייט "יא" הייסן א זיג און מיר וועלן זיך טרעפן אי"ה קומענדע וואך.

אגב, ס'ערווארטעט אזא שיינע ארטיקל פון דיר איבער קוראפטירטן פעשליכן וויטא לאפאז. צולייג אביסל זיין אהבת ישראל

מיין אגענדע איז צו לעכערן דיין באלאן וואס דו האסט אנגעגרייט. :roll:

איך קען נישט וויטא לאפעז, איך ווייס גארנישט וועגן אים, און איך האב נישט קיין שלעכט ווארט געזאגט אויף וועלקעוועז (אחוץ וואס די עסקנים זאגן אז זי האט געשטערט די בליגע דירות פראדזשעקט, אויז איז עס ליגענט ווייז עס אויף)
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4212 מאל

הודעהדורך איש חסיד » דינסטאג יוני 19, 2012 4:24 am

ביי די פאריגע וואלן אין וויליאמסבורג האט צד מהר"א אנגעצויגן אונטער 2 טויזענט שטומען און צד מהרי"י קרוב צו 4 טויזענט (ווי איך שטעל מיך פאר וועלן די נומערען יעצט זיין אסאך העכער ווייל ס'קוקט אויס מער היציג ביי אלע צדדים).

אהן נעמען א שטעלע וועט אבער יעדער מודה זיין אז נעקסטע וואך וועט מען נישט קענען ארויס גיין אויפן גאס פון קולות וואס די טראקס מיט הויעך-הילכער'ס וועלן ארויס געבן...
איש חסיד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 36
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 2:08 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » דינסטאג יוני 19, 2012 9:23 am

איש חסיד - וויאזוי קעמען וויסן וויפיל זענען פון ארונים און וויפיל פון זאלוינים?? עס איז דא נאך קהילות. אויב אלע קהילות אינדארסען איין קאנדידאט און נאר די ארונים אינדארסען א אנדערע קעמען וויסן וויפיל ארונים (אויב מקען אראפרעכענען די גוים וכו).
אגב, די שרייבסט דא גאנץ ווייניג. סאו למען הקלארקייט ביסט אהרוני געשטימט אדער זאלויני געשטימט?
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5437 מאל

הודעהדורך דעינעש » דינסטאג יוני 19, 2012 9:33 am

זר זהב האט געשריבן:איך קען נישט וויטא לאפעז, איך ווייס גארנישט וועגן אים, און איך האב נישט קיין שלעכט ווארט געזאגט אויף וועלקעוועז (אחוץ וואס די עסקנים זאגן אז זי האט געשטערט די בליגע דירות פראדזשעקט, אויב איז עס ליגענט ווייז עס אויף)

מאכסט מיר לאכן,

קענסט די מעשה ל"ע, דיין טאכטער האט מזנה געווען ... ?!
דעינעש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 377
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 1:16 pm
האט שוין געלייקט: 81 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

הודעהדורך ברוין » דינסטאג יוני 19, 2012 9:47 am

איך האב לכתחילה געקלערט אז איך וועל באקומען א אויפריכטיגע ענפער פון דיר אזוי אז איך זאל נישט ברויכן צוריק קומען שרייבן ביז קומענדע וואך נאך די וואלן. אבער דאס איז נישט געשען.
לכאורה וועלן מיר בלייבן ביי דעם
ברוין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 310
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 11:22 pm
האט שוין געלייקט: 34 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 132 מאל

הודעהדורך קאמפיאטער » דינסטאג יוני 19, 2012 9:55 am

געהערט פין קראנטע מקורת אין אזוי ווי מען קען שוין טאקע זעהן ביז איצט. דא גייט טאקע זיין א היציגע וויילן אין יא ביידע גייען ארויס ברענגען גאר גרויסע נומערן פין שטימעס, אבער דעס וואס מען זאגט אז אויף די גאסן גייט מען נישט קענען ארויס גיין וועגן די קולות פין די מייקס, האב איך געהערט אז חסידי מהר"א שיקן יעצט ארויס בריוון אין קאלן ארים אפן טעלפאן אנציגרייטן דעם עולם פארוועם מען זאל שטימען אין זיי פארשפרעכן אז אין די טאג פין די וואלן גייען זיי אי"ה נישט איבער דרייען די גאסן,
זיי זאגן עס טיט נישט אויף עס מאכט נאר אז דער עולם זאל נישט ארויס גיין שטימען אין אפשר פאר אויף די מינוט זעהט אויס אז דאס (די מייקס) טיען אויף אבער אין די לאנג ראן מאכט עס שאדן אין ווי מען קען זעהן זייער מהלך איז נישט אראפ צירייסן די צווייטע אין יא/נאר בויען זיך, משא"כ אין חסידי מהר"זל לאגער וועלן ווארשיינלעך יא איבער דרייען אזוי ווי זיי האבן שוין געטין די לעצטע טאג ווען מען האט זיך געקענט רעגעסטרירן. (עס איז א מחלוקה אין די מהלך)
אינז בלייבט נאר איבער צי ווארטן אין זעהן ימים ידברו.
actually; i'm using my blackberry more than my computer
באניצער אוואטאר
קאמפיאטער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 13, 2012 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 22 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 119 מאל

הודעהדורך זר זהב » דינסטאג יוני 19, 2012 10:08 am

דעינעש האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:איך קען נישט וויטא לאפעז, איך ווייס גארנישט וועגן אים, און איך האב נישט קיין שלעכט ווארט געזאגט אויף וועלקעוועז (אחוץ וואס די עסקנים זאגן אז זי האט געשטערט די בליגע דירות פראדזשעקט, אויב איז עס ליגענט ווייז עס אויף)

מאכסט מיר לאכן,

קענסט די מעשה ל"ע, דיין טאכטער האט מזנה געווען ... ?!

דעיניש, דא קענסטע קלאר זעהן ווי יענעמ'ס טאכטער (וועלקעוועז) איז מזנה.
http://brooklyn.ny1.com/content/top_sto ... -triangle-

און נעקסט טיים ווען איך מאך דיר לאכן געב מיר א "לייק".
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4212 מאל

הודעהדורך דעינעש » דינסטאג יוני 19, 2012 10:32 am

זי האט פארטרעטן מער שפאנישע, און קוים וומ"ס, האט זי לכאורה מיט רעכט ג'ארבעט לטובתם,

ווי אויך, מיינעך אז עפעס סיבות איז געווען אז נישט אלע וומ"ס'ער איינוואוינער זענען געווען פאר די פראדזשעקט, איז אפשר האט זי זיי צופרידן געשטעלט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך דעינעש אום דינסטאג יוני 19, 2012 8:52 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
דעינעש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 377
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 1:16 pm
האט שוין געלייקט: 81 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

הודעהדורך איש חסיד » דינסטאג יוני 19, 2012 2:55 pm

ראשעקאל האט געשריבן:איש חסיד - וויאזוי קעמען וויסן וויפיל זענען פון ארונים און וויפיל פון זאלוינים?? עס איז דא נאך קהילות. אויב אלע קהילות אינדארסען איין קאנדידאט און נאר די ארונים אינדארסען א אנדערע קעמען וויסן וויפיל ארונים (אויב מקען אראפרעכענען די גוים וכו).
אגב, די שרייבסט דא גאנץ ווייניג. סאו למען הקלארקייט ביסט אהרוני געשטימט אדער זאלויני געשטימט?



שטעל דיך אליינס פאר, וואספארא אינטערעסע זאל א פאפא'נער\קלויזענבורג'ער יונגערמאן האבן ארויס צו גיין שטומען..? פיין און וואויל דער שוואונג גייט ווייטער אז יעדער שטייט מיט מיט יו.דזשעי. או., אבער א גרויס חלק פון זיי וואלטן אפילו געשטימט (און שטימען גאר) קעגן צד מהרי"י צוליב מחלוקת'ער ווי דער עירוב וכדו', אפילו זיי וואלטן יא געשטימט גלייב איך נישט אז ס'וואלט אויסגעמאכט מערסטענס עטליכע הונדערט שטימען - פארצענטועל וויפיל מענטשען קומען ארויס שטימען

אגב די נאמבערס פון א דריטעל האט זיך שוין קלאר געשטעלט מערערע מאל, וו.צ.ב.ש. ביי די מוסדות נאכן טיילונג און אזוי אויך אין ישיבה גדולה וכו'

למען הקלארקייט האב איך נישט ארויס גענומען קיין מארגעטש ביי קיין איינע פון זיי.. (און פארשטייט זיך אז זיי האבן אויך נישט גענומען ביי מיר..)

דאס שרייבן דא ווענדט זיך אין צייט און ארבעט ווי פארשטענדליך.
איש חסיד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 36
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 2:08 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

הודעהדורך בן תמליון » דינסטאג יוני 19, 2012 3:22 pm

זר זהב איך וואלט מחולק געווען מיט אייער פעסעמיסטישן אויסקוק פאר דילאן ראשית כל נישט ווי ביים אבאמא עלעקשאן ווען מיליאנען זענען געגאנגען נאטס ביים וואלן יעצט איז א שטילן וואל טאג נישט-אידן וועלן נישט גיין וואוטן אין די מאסן איך וואלט געזאגט די גאנצע דיסטריקט וועט נישט ארויסברענגען קיין 25000 וויליאמסבורגס 7-8000 קען גרינג בייגן דעם וואגשאל פאר דילאן. נעמט אינאכט וויטא לאפעז האט צופאטשקעט איר דיסטריקט נישט אין איר איטערעס און ער האט א רעקארד ביים ארויסברענגען זיינע שאף. אויך איז מעגליך דער יאפי מארטינעז וועט אנציען שטארק ביי די יאפיס.

אלס איינער וואס איז געגאנגען וועלן ביי יעדן פריימערי זייט די 18 און איך האב אייביק געמאכט מיין אייגן באשלוס אפגעזען וואס די מייקס זאגן מיין איך עס איז א שאנדע פאר אידן צו וועלן פאר וועלעסקוועז וואז האט אנגערופן די איזראעליס נאציס און האט אלץ געהאט וויכטיקע דאגות זיך צו אננעמען פאר די באקריוועדע פאלאסטינער מערדער. זי איז אלס געווען אנטקעגן חסידים זי איז א פארשטינקענע אנטיסעמיט פארוואס זאל איך איר געבן מיין שטימע?
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1455
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1897 מאל

הודעהדורך זר זהב » דינסטאג יוני 19, 2012 5:43 pm

א דאנק אייך בן תמליון.

איך זאג נישט אז דיללאן "קען נישט" געווינען, איך קלער אז ס'איז זייער שווער פאר אים צו געווינען, מעיבי איים ראנג, כ'בין נישט אן עקספערט. און אויב איז אמת אז זי האט אנגעריפן די איזרעליס נאציס (ערגעץ האביך דאכט זיך טאקע אזוי געליינט) איז דאס טאקע א גוטע סיבה נישט צו וואטען פאר איר, שטעלט זיך אבער די פראגע וויזוי האבן אזויפיל "אידישע" פאליטישאנס איר געקענט אינדארסן ?

און אפשר וועלן געוויסע סאטמארע אידן טאקע יא שטימען פאר איר טאקע ווייל זי רופט די ציונים "נאציס" ?....
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4212 מאל

הודעהדורך יואליש » דינסטאג יוני 19, 2012 6:01 pm

יאפ, אידישע געדאנק איז פארשפארט. קאווע שטיבל האט ברייטע ארעמעס.
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2526
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1600 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3920 מאל

הודעהדורך זר זהב » דינסטאג יוני 19, 2012 6:04 pm

איך האב געשריבן א טריקענער אנאליז מיט אביסל ספייס אבער נאך אלץ פאקטועל אקוראט, מיין ציהל איז נישט געווען צו סטירען פאליטיק'ס. אויב זעהט עס יעדער אנדערש זאלן עס די מנהלים פארמעקן.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4212 מאל

הודעהדורך יואליש » דינסטאג יוני 19, 2012 6:09 pm

כ'האב נישט קיין טענות. פאליטיקס איז נישט מיין טינג, אבער די דערקלערסט זיג פארן זיג און ספינען פארן ספין און ביסט מסביר זיין פארוואס ס'הייסט יא א זיג און נישט א זיג. דאס איז קלאסיש היידפארק. אויך קוקט אויס אז די ביסט אן עהרליכער קאנסומער פון די פי אר פארשפרייט בעפאר די וואלן. האסט אן עמאציאנעל צוגאנג צו פאליטיקס. קענסט די פאליטישע דיינעמיקס אין ברוקלין? האסט געהאט א הוה מינה אז זי גייט נישט זיין אנטי חסידים און אנטי האוזינג? דאס איז טיפיקעל פאליטישע רעטאריק. נעם דיך נישט צום הארצן. מענטשן באקומען באצאלט דיך אנצודרייען די געפילן.

דרך אגב, כ'בין זיכער אז די "שפאנישע" קאנדידאטקע צלם'ט זיך טעגליך און בעט אז קרייסט זאל שטראפן די אידן. איז זי נישט פערצופאל פאר תועבה אויך? אדער איר קעגנער איז אויף פאר תועבה ממילא מיז מען איר מאכן פאר אן אנטיסעמיטקע?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך יואליש אום דינסטאג יוני 19, 2012 6:12 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2526
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1600 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3920 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » דינסטאג יוני 19, 2012 6:10 pm

זר איז גערעכט. אבער יואליש קומט א לייק פאר זיין יומער.
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5437 מאל

הודעהדורך זר זהב » דינסטאג יוני 19, 2012 7:25 pm

יואליש האט געשריבן:כ'האב נישט קיין טענות. פאליטיקס איז נישט מיין טינג, אבער די דערקלערסט זיג פארן זיג און ספינען פארן ספין און ביסט מסביר זיין פארוואס ס'הייסט יא א זיג און נישט א זיג. דאס איז קלאסיש היידפארק. אויך קוקט אויס אז די ביסט אן עהרליכער קאנסומער פון די פי אר פארשפרייט בעפאר די וואלן. האסט אן עמאציאנעל צוגאנג צו פאליטיקס. קענסט די פאליטישע דיינעמיקס אין ברוקלין? האסט געהאט א הוה מינה אז זי גייט נישט זיין אנטי חסידים און אנטי האוזינג? דאס איז טיפיקעל פאליטישע רעטאריק. נעם דיך נישט צום הארצן. מענטשן באקומען באצאלט דיך אנצודרייען די געפילן.

דרך אגב, כ'בין זיכער אז די "שפאנישע" קאנדידאטקע צלם'ט זיך טעגליך און בעט אז קרייסט זאל שטראפן די אידן. איז זי נישט פערצופאל פאר תועבה אויך? אדער איר קעגנער איז אויף פאר תועבה ממילא מיז מען איר מאכן פאר אן אנטיסעמיטקע?

איך מיין דו דארפסט מאכן חזרה אויף מיין תגובה, לייען עס שטאטעלעך.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4212 מאל

נעקסט

גיי צוריק צימעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט