בלאט 1 פון 1

אב''ד ישראל והזמנים שליט''א שרייבט וועגן דירות האסורים בהנאה

הודעהפורסם: דינסטאג מאי 26, 2015 10:08 pm
דורך איש את רעהו
ס'שוין עטליכע יאר וואס ס'גייט אן א שטורעמישע טעמע אין די אידישע גאס

נעמליך עס האבן זיך געשאפען ערנסטע פראבלעמען מיט די בויען דירות אין ארץ ישראל, און מאנכע האבן גענימען גרויסע שטחים פון א בית החיים און באניצען זיך דערמיט פאר א מקום להרויח צו בויען ריזיגע געגנטער און פראיעקטן פאר דירות

פילע גדולי ההוראה און רבנים איבער די וועלט האבן זיך שוין געלאזט הערן זייער חוות דעת אין דעם ענין

אין די טעג איז ארויס א כרוז פון הגאון בעל ישראל והזמנים שליט''א (וואס איז גראדע באקאנט אלס איינער וואס שטייט אוועק פון שווערע סכסוכים און פארפלאנטערטע פאליטיקס) ווי ער שרייבט זייער שטארק קעגן דאס באניץ פון הייזער וואס זענען געבויעט אויף א שטח פון א בית החיים.








uploadfromtaptalk1432692068152.jpg
uploadfromtaptalk1432692068152.jpg (138.43 KiB) געזען געווארן 1881 מאל

Re: אב''ד ישראל והזמנים שליט''א שרייבט וועגן דירות האסורים ב

הודעהפורסם: מיטוואך מאי 27, 2015 1:00 am
דורך ידען
פארוואס האסט פינקט איהם ארויס געשריבען?

ער איז נאר איין דיין דארט.

הודעהפורסם: מיטוואך מאי 27, 2015 7:45 am
דורך פלעין יודיש
ווער ס'פארשטייט פארשטייט

הודעהפורסם: מיטוואך מאי 27, 2015 10:43 pm
דורך איש את רעהו
ידען האט געשריבן:פארוואס האסט פינקט איהם ארויס געשריבען?

ער איז נאר איין דיין דארט.


אסאך דיינים ומורי הוראות האבן שוין בארירט די טעמע

דאס אז אב''ד ישראל והזמנים קומט ארויס אין די עפנטליכקייט איז א שטארקע פונקט.

Re: אב''ד ישראל והזמנים שליט''א שרייבט וועגן דירות האסורים ב

הודעהפורסם: מיטוואך מאי 27, 2015 10:55 pm
דורך וויל קענען
איך פארשטיי נישט די קשי׳ ער איז די איינצוגסטע נאטראלע דיין דארט ,וואס איז נישט סתם איך זאלי וואס מוז שרייבן כפי דעתם ,על מיין אז ער איז מער ארונית געשטימט

הודעהפורסם: מיטוואך יוני 03, 2015 11:04 am
דורך ציבעלע-קיגל
ידען האט געשריבן:פארוואס האסט פינקט איהם ארויס געשריבען?

ער איז נאר איין דיין דארט.


אפשר ווייל נאר ער מעג טוהן וואס ער וויל. פונקט אזוי ווי ער האט געזאגט אז מען טאר נישט חתונה מאכען אין ראוז קעסטל, און גלייך נאך דעם האט ער אליין דארט חתונה געמאכט

הודעהפורסם: זונטאג יוני 07, 2015 12:38 pm
דורך ביליג
איז אמת אז דער ברך משה האט עם גערופן "הורקנוס" ?

הודעהפורסם: זונטאג יוני 07, 2015 1:55 pm
דורך קאך_לעפל
ביליג האט געשריבן:איז אמת אז דער ברך משה האט עם גערופן "הורקנוס" ?


ניין!

הודעהפורסם: זונטאג יוני 07, 2015 2:10 pm
דורך איש את רעהו
עס איז יעצט דא קאמפעין צו העלפן די אידן וואס ווערן געשלאגען דורך די וואס בויען די גע'אסרטע דירות
הגאון אב''ד ישראל והזמנים פאדערט מען זאל נעמען א חלק אין די קאמפיין.