נאציס! קר"י ווילידזש VS יונייטעד מאנרא

מהנעשה והנשמע אין די היימישע גאסן און הויפן
געדענקט!
ביטע זיך פרובירן האלטן אביעקטיוו און נישט אטאקירן אנדערע מעמבערס. לופטיגע הודעות וועלן נישט טאלערירט ווערן! קליקט דא צו זען די פרינציפן פון דעם פארום.

נאציס! קר"י ווילידזש VS יונייטעד מאנרא

הודעהדורך דעמאקראטיע » מיטוואך יוני 17, 2015 9:15 pm

ווי דער ציבור האלט מיט קומט פאר די לעצטע שטיק צייט א היציגע דעבאטע. איבער דאס אנעקסירן פרישע פונעף הונדערט עיקער צו די גרעניצן פון קרית יואל. ס'האט זיך געגרינדעט אן ארגעניזאציע מיטן נאמען "יונייטעד מאנרא" מיטן איינציגן ציל אפצוהאלטן דאס אנעקסירן פאר יעדען פרייז. די דעבאטע איז אין די לעצטע פאר וואכן ארויס פון קאנטראל, ספעציעל פארגאנגענע וואך מיטוואך ווען ס'איז פארגעקומען א היציגע "פובליק הירינג" אין די בית רחל פאראדייס זאל. ווי הונדערטער מענטשן פון ביידע צדדים זענען אראפגעקומען אויסצודריקן זייער מיינונג, זה בכה וזה בכה.

איך וועל מיך נישט באציען צו די עצם דעבאטע צו מען זאל יא אדער נישט אנעקסירן. דאס וועל איך לאזן צו די גרעסערע קעפ פון מיר...

איך וויל בלויז אדרעסירן די ארגומענטן אין די היפאקריטיע חלק פון די ווילידזש פירער מיט זייערע שטיצער.

ביי די הירינג האבן די ווילידזש שטיצער ארויסגעברענגט סיי פאר די טאון באורד. און סיי פאר די מידיא, אז יונייטעד מאנרא גייען ר"ל אין די פיסטריט פון די נאציס ימ"ש, ממש נישט צום גלייבן, אונז וואוינען אין די פרייע אמעריקא אין דעי נאציס ווילן אונז ר"ל ארויסטרייבן פון קעי דזשעי, "וואו זאל איך גיין וואוינען, איך בין דא אויפגעוואקסן איך האב 11 קינדער, און פה אשב, איך מיט מיינע קינדער ווילן דא בלייבן" האבן זיי געיאמערט.

אהא, איך הער גוט, א גערעכטע טענה - אפשר. אבער פאר דיינע פאליטישע שונאים (ליין: זאליס בני יואל) האסטו (יענקל פאטאקי אנעם הוט) פראקלאמירט בעפאר די פארגאנגענע וואלן אז "זיי זאלן זיך ציען קיין בלומינגבערג, אונז דארף מיר ענק נישט האבן דא אין קרית יואל, גייטס פון דא". געדענקסט נאך? (אויב נישט גיי הער עס אויס אויף קול סאטמאר), אויב אזוי פארוואס קען יונייטעד מאנרא נישט שרייען אויף ענק די זעלבע זאך??
ווער איז דער נאצי וואס שרייט גייטס ארויס פון מאנרא?

און ווייטער טענה'ן זיי אז מיר וואוינען אין די "פרייע אמעריקא" יעדער איז בארעכטיגט צו בויען וויאזוי ער וויל אז עס זאל אים קענען אקאמאדירן!

וואס??? איך הער גוט? איז טאקע "יעדער" בארעכטיגט? לאמיר אביסל אריינקוקן אין "היסטאריע"!

פערמיטן צו קענען בויען אין די ווילידזש גרעניצן
ווען האט די ווילידזש אין די לעצטע 30 יאר געגעבן א פערמיט פאר זייערע פאליטישע שונאים (ליין: זאליס בני יואל) צו קענען בויען א בנין פאר זייער מוסד אדער א ביהמ"ד אז זיי זאלן קענען ווערן "אקאמאדירט"?
דער זעלבער (הרב וואגשאל) וואס האט באטיטלט די גוים אלס "נאציס" האט געקענט בויען א מעכטיגן בנין פאר א ביהמ"ד אויף זיין פראפערטי - וואס געפונט זיך אין די טאון גרעניצן - טראץ וואס עס דאווענען דארט בערך דריי א האלב מענטשן מענטשן.
בו בזמן וואס די ווילידזש געט נישט קיין פערמיטן פאר אזאנע פראיעקטן אויב איז די רעדע אז א "קעגנער" פון די פארטיי פירער און/אדער זייער רבי'ן וויל בויען.
ווער איז דער נאצי וואס געט נישט קיין פערמיטן צו בויען שוהלן?


איינער געדענקט נאך די "רביצין'ס שוהל"?
די שוהל איז שוין פארמאכט איבער 5 יאר, נישט דורך קיין נאציס (ליין: יונייטעד מאנרא) נאר דורך די נעבעכדיגע אומבאהאלפענע אונטערדרוקטע "ווילידזש אוו קעי דזשעי" וואס האט דאס פארמאכט בשאט נפש, ניטאמאל איז די פראבלעם געווען אז זיי האבן נישט געוואלט צושטעלן א פערמיט, נאר דאס בית המדרש איז שוין געשטאנען און פארפיגט מיט צענדליגע מנינים תפלה יעדן טאג, און מ'האט עס... פארמאכט! יא, פונקט ווי די יונייטעד מאנרא... אנטשולדיגט, די נאציס אין קריסטאל נאכט.
אבער דער צולאזטער הייקינד, אסעמבלימאן ווידער,,OJPAC און שטרוי-קייער פאטאקי, האבן נישט געזעהן פאר וויכטיג צו קומען פראטעסטירן...
ווער איז דער נאצי וואס האט פארמאכט די שוהל?


ביהמ"ד תהילות יואל
די שוהל וואס איז פארברענט געווארן אנפאנג יאר מיט א בזיון עצום, נישט דורך יונייטעד מאנרא, און אפילו נישט דורך די נאציס זעלבסט, נאר פון די "יעשיוו"ע סטודענט"ן" מיט א בריוו פון די ווילידזש או קעי דזשעי, דארונטער בירגערמייסטער ווידער און שטרוי-קייער פאטאקי. אבער הייקינד און ווידער זעהען ווייטער נישט פאר וויכטיג צו פראטעסטירן.
ווער איז דער נאצי וואס האט פארברענט די שוהל?


ר' יחזקאל בראך'ס לאט
ער פרובירט שוין פאר איבער 15 יאר צו ענעקסן זיין פארפערטי אבער די ווילידזש וויל דאס נישט ענעקסן. הלמאי בראך איז א "מתנגד" אין ער גייט בויען א שוהל פאר די זאליס. וואו זענען וואגשאהל, הירש, הייקינד, בנציון ווידער, OJPAC א.א.וו. צו שרייען אויף די ווילידזש נאציס. היתכן זיי ווילן דאך אויך נישט צושטעלן קיין דירות פאר מיינע 11 קינדער?
ווער איז דער נאצי וואס האט נישט געוואלט אנעקסירן?


ר מענדל שווימער'ס נייע שוהל
מיט 2 וואכן צוריק איז פארגעקומען א "הירינג" פארנט פון די טאון באורד ווי מען האט באהאנדעלט די נייע שוהל וואס ר' מענדל שווימער פלאנט צו בויען. ווער מיינט איר איז געקומען שטערן!? איך ווייס נישט צי נאציס אדער נישט, אבער ס'איז זיכער נישט די "אנטיסעמיטישע" יונייטעד מאנרא. נאר די קעי דזשעי ווילידזש וועלעכע האט נישט געקענט פארפאסן די געלעגענהייט אפצוטוהן זייערע שונאים.
ווער איז דער נאצי וואס פרובירט צו שטערן דאס בויען שוהלן?


עטרת מאיר צבי
די נייע חתונה זאל פון בני יואל וואס האט שוין אפגעקאסט אסאך אידיש בלוט הי"ד, מיט ממזרים פראקלאמאציעס. טעלעפאון קאלס אינמיטן די נאכט. פאשקעווילן אין אלע גאסן. צעברעכן די שויבן פון קארס. שטערן די נשים פון זיך מטהר זיין. יונגע בחורים און ערנסטע יונגעלייט זאלן נאכשרייען פריש חתונה געהאטע קאפּלס מיט מיאוסע לאזונגען און ווערטער שאין להעלותם על הכתב רח"ל כגרועים שבאומות, אלעס מיט די - אומאפיציעלע - מיטארבעט פון ווילידזש פובליק סעיפטי
ווער איז דער נאצי וואס האט טעראריזירט יונגעלייט און זייערע משפחות?







די "מהודרת" גערוך פון בית השחיטה
דא איז זיי שוין ניטאמאל אנגעגאנגען אז זייערע אייגענע מענטשן ליידן אויך פון די אומגעהויערע שלעכטע אומגעזונטע גערוך וואס מהודרת האט ארויסגעגעבן, אזש די שכנים האבן פאר עטליכע יאר נישט געקענט עפענען א פענסטער ווייל די מהודרת סוער האט אריינגע'סרח'ט, האט זיך איינער אפילו געקימערט מיט דעם!?
איראניש איז, אז די ווילידזש האט גאר באשולדיגט די נישט אידישע שכנים אלס "אנטעסעמיטן", ווייל... זיי האבן "מגודל שנאת ישראל" דאס באריכטעט צו די פעדעראלע ענוויירעמענטל אגענטור וואס האט געק'נסעט די ווילידזש מיט 330 טויזענט דאלער.
איר הערט?
זיי זענען גאר אנטיסעמיטן ווייל זיי ווילן נישט שמעקן די געשמאקע מהודרת גערוך.
אומגלויבליך!!

ועוד ועוד רדיפות, שפיכת דמים, הפסד ממון א.א.וו., פון די "אידישע" ווילידזש, וואס אי אפשר לפורטם כי רבים הם.
די היפאקריטיע איז זייער קלאר און ברויך נישט קיין הסברים!

בשעת מען ווערט איבערגענומען פון די ווילידזש פראפאגאנדע איבער אנטעסעמיטישע שכנים. איז גוט צו האלטן פאר די אויגן די אויבנדערמאנטע פאקטן, און זעהן ווער עס האט א רעקארד פון "אנטעסימיטישע נאצישע טעראר", און ווער סאיז א אנטעסימיט-נאצי ביי נעים אנלי!!
דעמאקראטיע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 139
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 2:48 pm
האט שוין געלייקט: 19 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל

הודעהדורך איש את רעהו » מיטוואך יוני 17, 2015 9:48 pm

קען איינער מסביר זיין וויאזוי מען שעמט זיך נישט צו זאמלען פעטיציעס פון אידישע אידן אין קרית יואל לטובת יונייטעד מאנרא
זענט עטס אויפן קאפ געפאלען??? עטס האטס נישט בעסער וואס צו טון נאר צו אריינגעבן פעטיציעס פאר גויים וואס זיכן צו שטערן די וואוקס פון אידן???
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2169
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:21 am
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 480 מאל

הודעהדורך איש את רעהו » מיטוואך יוני 17, 2015 9:49 pm

עס גלייבט זיך נישט וואס מען זעט מיט די אויגן אידן שומרי תורה ומצוות העצן מענטשן צו חתמענען פארן גאווערנאר א פעטיציע צו העלפן די גויים שטערן אידן פון זייער וואוקס
זאג מיר סי נארמאל??
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2169
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:21 am
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 480 מאל

הודעהדורך פיינע קאווע » מיטוואך יוני 17, 2015 11:33 pm

עס איז צום האפן אז די וויי געשריי פון די וואס נעמען זיך אן פאר די פארמאכטע קרעטשמע וועט איינמאל פאר אלעמאל געהערט ווערן !
און נישט נאר פאר די קרעטשמע. אויך פאר די ממזרים פון די האל און פון די גראך פון בית השחיטה. כאב עפעס פארגעסן? אה יא די פארברענטע שוהל מיט יחזקאל בראך אלעס אלעס זענען די נאציס אין ווילעדזש שולדיג. שוין אי אפשר לפורטם. איין זאך די נאציס זאלן שוין פארלאזן מאנרא
פיינע קאווע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 478
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:44 am
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 349 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מיטוואך יוני 17, 2015 11:42 pm

פאר ווער עס קען די מענטאליטעט פון די זאליבאנצעס מיט די בני יואל האט נישט קיין שום קישא, זיי פירן זיך אויף העכסט נאטירליך, עס האט זיך גארנישט געטוישט. עס איז נישטא קיין שום מיספארשטענדעניש....
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 180 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1987 מאל

הודעהדורך עמעזאן » מיטוואך יוני 17, 2015 11:53 pm

איך ווייס נישט וואס די רידעריי איז עס איז זייער נארמאל זיך ארויס צו שטעלן קעגן א וויליטש וואס טוט נישט אנערקענן א קהילה דורך לייגן דרוק אויף סיי וועלכע אופן, וקל להבין.
עי' ערך וואלן ווילימסבורג ווי די פיפיגע ארונים האבן גאנץ שיין צוגעפיקסט מ. ד. נידערמאן מיט הצלחה, ומאויבי תחכמינו!#
עמעזאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1835
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 961 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1028 מאל

הודעהדורך גאנצל » דאנערשטאג יוני 18, 2015 3:19 am

יישר כח דעמאקראטיע האסט מיר מחי' געווען
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2886
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 492 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

הודעהדורך גאנצל » דאנערשטאג יוני 18, 2015 3:23 am

ווי האט די רבי ז" הב"מ געזאגט אויף די חברה אלעס וואס דער פעטער האט געבויעט ווילן זיי חרוב מאכן מ'האלט שוין בייים רבינ'ס שווארץ אפעל פון אויג זיין באליבטע שטעטעלע זאל דעס אויך גיין אין דער ערד אבער יוני פארם'ס אין מאנסי איז די פראבלעם א פאדרייט פאלק די חברה
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2886
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 492 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

Re: נאציס! קר"י ווילידזש VS יונייטעד מאנרא

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יוני 18, 2015 6:05 am

פארוואס איז אלס יהרג ואל יעבור? וואס וועט זיין טאמער מ'וועט נישט אנעקסירען דאס לאנד? מ'עט מוזען גייען וואוינען ערגעץ אנדעריש? איז וואס איז? דער וועלט קומט צו א סוף פאר דעם? דער דעוועלעפאר וועט מאכען זיי געלט אין אן אנדערע שטאט, ויאכלו ענוים וישבעו
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8929
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3094 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8368 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » דאנערשטאג יוני 18, 2015 8:01 am

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:פארוואס איז אלס יהרג ואל יעבור? וואס וועט זיין טאמער מ'וועט נישט אנעקסירען דאס לאנד? מ'עט מוזען גייען וואוינען ערגעץ אנדעריש? איז וואס איז? דער וועלט קומט צו א סוף פאר דעם? דער דעוועלעפאר וועט מאכען זיי געלט אין אן אנדערע שטאט, ויאכלו ענוים וישבעו


ניין! עס וועט טאקע גארנישט פארסירן, וואס איז נאר שאקירענד בי מאנכע וואס קענען נישט די אנשי בני יואל און די אנשי של ר' זלמן פון די נאנט, אז אידן ארבייטען קעגן אידן, און אפילו קעגן זייערע אייגענע אינטערעסן, אבי צו קאפענען סאטמאר. און אנדערע ווערטער דאס וואס דער גוי טוהט איז פארשטענדליך, אבער דאס אז אידן העלפן דעם גוי אז ער זאל קענען באקעמפן דעם איד, טראץ דעם וואס ער שעדיגט זיך זעלבסט, דאס איז א חידוש ביי די וואס קענען נישט גענוג גוט די אנשי בני יואל / ור' זלמן תמר.
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 180 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1987 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יוני 18, 2015 8:07 am

איך פרעג נאר ווייל ס'זעט מיר אויס אז פון ביידע צדדים איז נישט דא קיין גבולים, קיין זאכען וואס 'דאס קען מען שוין נישט טוהן'. מ'איז גרייט מערער צו זיין אויף יוחסין פאר'ן אינטערעסס פונ'ם פארטיי, וויי טוהן אומבאהאלפענער מענטשען וואס זענען פערצופעל געבוירען געווארען צום אנדערע צד, מסר'ן צום פאליציי, גייען אין קאורט (יא, ביידע זענען געגאנגען, ביידע האלטען נישט ביים גייען אין ב"ד און פאלגען כפי אשר ישית עליהם, און דרייט ענק נישט דיין קאפ אז ס'איז דא עפעס א חילוק). טאמער מ'הערט א יאמער און א געוויין היינט, איז נאר ווייל מ'האט דא עפעס אנגערירט, נישט ווייל עפעס עקרונות זענען דא צובראכען געווארען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8929
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3094 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8368 מאל

Re: נאציס! קר"י ווילידזש VS יונייטעד מאנרא

הודעהדורך ראשעקאל » דאנערשטאג יוני 18, 2015 9:26 am

היינט אין די לאקאל צייטונג
בייגעלייגטע פיילס
uploadfromtaptalk1434633998523.jpg
uploadfromtaptalk1434633998523.jpg (69.61 KiB) געזען געווארן 2309 מאל
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5431 מאל

הודעהדורך פריק » דאנערשטאג יוני 18, 2015 10:47 am

דעמאקראטיע! שוין יארן נישט געליינט אזא גוטס, געוואלדיג!

און די ארונים מיט זייער אלטע סטראטעגיע, אנשטאט ענטפערן שרייבן זיין מיט גרויסע רויטע אותיות נאכאמאל און נאכאמאל אז די זאליס שטעלן זיך צאם מיט יונייטעד מאנרא, איך פרעג נאכאמאל דיין פראגע: צי שטערט מען נאר די וואוקס ווען מ'שטערט די ווילידש? און ווען די ווילידש טוט די זעלבע זאכן שטערן זיי נישט די וואוקס? נאר וואס דען, מ'זאגט איבער די זעלבע שטותים אזויפיל מאל ביז מ'גלייבט עס אליינס.
פריק
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

נאציס! קר"י ווילידזש VS יונייטעד מאנרא

הודעהדורך קאסטנער » דאנערשטאג יוני 18, 2015 10:58 am

קאך_לעפל האט געשריבן:ור' זלמן תמר.


תמר?!! אויטש...
נישט אזוי שארף פליז.
באניצער אוואטאר
קאסטנער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 377
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 19, 2014 7:55 pm
האט שוין געלייקט: 418 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 222 מאל

הודעהדורך קאמענטירער » דאנערשטאג יוני 18, 2015 11:27 am

איינער קען פארשטיין וואס דא גייט פאר?
מעגליך אז דעמאקראטיע האט גוטע טענות, אבער פארוואס האט ער זיך געפלאגט ע אפשרייבען א גאנצע תגובה וואס סאיז גארנישט ווערט? ווייל סאיז געשריבען אויף א וועג וואס מזעט קלאר ווי א בלינדע שנאה דרייווט אים, פארשטייט זיך דער נעקסטער מגיב קען נישט ענטפערן גהעריג מיז ער ענטפערן מיט גרויסע אותיות און אזוי פארט די גאנצע אשכול אויפען פאר׳חזר׳טען צימעס גליטשער,

שטעלטס ענק פאר ווען ביי די פובליק הורינג וואלט איין צד געברענגט ריזיגע ספיקערס און ארויפגעדרייט די וואליום אויפען העכסטען.... מקען נישט דא אויס שמועסען די פראבלעמען אויף א רואיגען טעמפער?
...
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 768
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

הודעהדורך גאנצל » דאנערשטאג יוני 18, 2015 11:41 am

נעמט אייך אריין איין כלל אין קאפ ווען איינער נעמט זיך שעלטן מיט האלב אמת האלב ליגענט האלב פארדרייעניג היסטאריע האלבע דמינות און מ'קייט נאכאמאל איבער די זעלבע אלטע אויסגעדראשענע סחורה וואס מ'האט אים שוין 100 מאל אויפגעוויזן וואפארא ליגנער ער איז איז ווייל עפעס אינערליכס טרייבט אים דערצו

דאסמאל האט יעדער פון די רז"ל'ס א ערנסטע אינערליכע געפעכט אין זיך אליין זיי געבן זיך א וועק אויף צום פאקט אז חוץ מזה וואס זיי שטערן הרחבת גבולי הקדושה פונעם רבי'ן ז"ל הד"י'ס בעבי זיין קינד זיין שם ושארית זיין שטעטעלע פון בליען האבן זיי זיך צוזאם געשטעלט מיט די געמיינע יונייטעד מאנרא וואס זענען וויסטע שונאי ישראל (טייל ווילן זאגן מיט רעכט אבער דעס נעמט נאך נישט אוועק די בושה פון אידן זאלן זיך נעבעך אננעמען פאר די נעבעכדיגע גוים און אויף די תי' פון התגרות באומות ווייסן זיי זייער גוט אז די גאנצע שטעטל איז געבויעט געווארן מיט די זעלבע התגרות ) דאס באדערט זיי זייער שטארק
פארשטייסט דא שטייען אידן אין מאנסי און פלאגן זיך מיט פרעזערוו רעמעפא און דא נישט מער און נישט ווייניגער קום מיר אונז אליין און שטעל מיר זיך צו צו וויסטע שונאי ישראל בו בזמן וואס קיין איינע פון זיי גייט גארנישט האבן קיין ריוח דערפון און זיי טוען מיט דעם אפ זייער אייגענע ראה"ק פון ווימ"ס

איז טראכטענדיג פון דעם אלעם איז עס א מוראדיגע צומישעניש בקרבם וואס טוט מען מ'נעמט ארויס די אלטע טאקטיק מ'גייט נעמען tums זיך צו בארואיגן די אייגענע רוישיגע געפילן וואס איז די טאמס שעלטן שרייען אאאאאאאאאאההההההההררררררןןןןןןן נעקסט גייט קומען די לחש פון חחחחלה דעקל מיט די גרעסטע כעס
סאו בס"ה האט מען זיי גענטפערט מיט גרויסע אותיות וואס זיי באדערט צווישן די שורות והבן

געשריבען יום ה' קרח לסדר חוטאים בנפשותם
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2886
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 492 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

הודעהדורך קאמענטירער » דאנערשטאג יוני 18, 2015 11:56 am

כ'רעד מיר איין אז מיין תגובה האט עפעס אראפגעצויגען די טענער (?). אבער כ'זעה ס'ווייט פון גענוג, קענסט אפשר קומען צו זיך? דארפסט אפשר א קאלט גלעזיל וואסער? כ'מיין פ"וו רעדסטו נישט נארמאל? ווי האט מען מסביר געווען הונדערט מאל? און לכאורה אפי' מיט דיין טענה אז מ'טאר זיך נישט שיסען אין די פיס און גיין זייט ביי זייט מיט שונאי ישראל (?), אבער דעמאקראטיע האט געברענגט אויבן עטליכע טענות האסט א תשובה?
# ביטע רעדן נישט בילן
...
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 768
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

הודעהדורך א איד » דאנערשטאג יוני 18, 2015 12:02 pm

עס נעמט אבער נישט אוועק די ריכטיגע טענות פון @דעמאקראטיע.
קענסט עפעס אפענטפערן? אדער נאר צוריקשרייבן אז עטס שטעלטס ענק צוזאם ציט יונייטעד מאנראו?
וואסערע האלב אמת, האלב ליגנט, האלב פארדרייטע היסטאריע, האלבע דמינות האט ער גשריבן?
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 708 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 781 מאל

הודעהדורך signout » דאנערשטאג יוני 18, 2015 12:19 pm

א איד האט געשריבן:עס נעמט אבער נישט אוועק די ריכטיגע טענות פון @דעמאקראטיע.
קענסט עפעס אפענטפערן? אדער נאר צוריקשרייבן אז עטס שטעלטס ענק צוזאם ציט יונייטעד מאנראו?
וואסערע האלב אמת, האלב ליגנט, האלב פארדרייטע היסטאריע, האלבע דמינות האט ער גשריבן?

איך וואלט קיינמאל נישט געגלייבט אז צד מהרז''ל זאל אפיציעל ארבייטן קעגן אויסברייטערן קרית יואל ווען איך וואלט נישט געזעהן דאס אלעס דא, איך רייב מיך נאך אלס די אויגן, די מאדנע חלק איז זיי פארשטייען נישט זיך צו שעמען דערמיט, אבער איך וויל נאר ענטפרן איבער די אויסגזיכטע תירוצים וואס דעמעקראטיע האט געברענגט (איך פלאץ נישט צו טענהן דערוועגן בעתיד), די רעביצין שוהל האבען זיי פארמאכט ווען זיי האבען גערופן קהל אין ק''י אין קארט וועגן עיר רייטס האבען זיי צירוקגעשיקט א קאנטער קלאגע, האסט געהאלטן אז זיי מיזען זיצן שטוהל ווען מען קלאגט זיי? די טרעילערס שוהל איז געשטאנען יארען לאנג אויף די מתיבתא לאט אין צאלען קיין פעני רענט אין מ'האט לפמש''ד געשוויגן ווייל זיי האבען צוגעזאגט אז זיי גייען ארויס ווען זיי ענדיגן די נייע סקול, אין דאס איז די הכרות הטוב..., וועגן יחזקאל בראך איז א שאד צו רעדן ווייל ער איז יעצט די גרעסטע פייטער פאר די ענעקסעישאן קעגן צד מהרז''ל/ינייטעד מאנרוי/אלייענס, וועגן שווימער'ס שוהל - וואס נאך האסטו ערווארטעט ווען די גראבסט אינטער די וויליזש אין די ווערסט א אלייענס מיט ינייטעד מאנרוי זיי זאלען דיר קומען העלפן?, וועגן די בני יואל זאל האט גארנישט מיט די וויליזש זיי האבען גראדע אפגעשטעלט אין קענסט זיי נישט בלעימען פאר מעשים פין כו''ע מודה עס קומט פין היצקעפ, (טראץ וואס די פסק וועגן דעם זאל האט דיין וואס דער מיסד פין שטאט האט געשטעלט גפסקנט, אבער דאך האט קיין שום קהל'שע קערפערשאפט נישט געשטיצט די מערכה איינמאל ס'איז ארויס פין קאנטראל אין מ'האט עס טאקע אפגעשטעלט כידוע), די אלע זאכען זענען גיט באקאנט אין דעמאקראטיע קומט דא פארקויפן היידפארק לאקשען ווי תורת משה וועם גייט ער בלאפען?
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1114
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 3:50 pm
האט שוין געלייקט: 1713 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 263 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » דאנערשטאג יוני 18, 2015 12:24 pm

איך האב נאכגעקוקט די וואל רעזולטאטן פון טאון אוו מאנראו און ס'שטייט אז א געווענדליכע עלעקשאן קומען ארויס 10-15 טויזענט שטימערס. דאס הייסט אז קר"י מיט אירע 6 טויזענט שטימען וואלט געקענט האבן די גאנצע טאון אין לינקע טאש. די ארונים האבן זיך אליין געשאסן אין די פיס מיט נעמען די ווילעזש און עס ניצן פאר א שטעקן קעגן זלונים און בני יואל. כעת האבן די פאליטישאנס קיין פראבלעם צו ארבעטען קעגן די ווילעזש ווייל די וואוטס קענסלען זיך אויס.

די זלונים בנ"י האבן יארן לאנג זיך געלאזט שמייסן (נישט מחמת זייער גוטסקייט, נאר זיי האבן נישט געהאט קיין ברירה) און זענען זייער אנגעווייטאגט. ס'איז זייער פארשטענדליך אז זיי זעהן נישט קיין גוטס וואס קען ארויסקומען פון וואוקס פון א ווילעזש וואס שטייט זיי אין וועג און וויל זיי זאלן אינטערגיין. יעצט איז אינטערגעקומען א געלעגנהייט ווי זיי קענען דערלאנגן א געזינטע פליק פאר די ארונים און זיי אויפמערקזאם מאכן אז זיי זענען נישט קיין סעקאנט קלעס סיטעסאנס.

איטס פעיבעק טיים.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2569
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 4023 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2677 מאל

הודעהדורך גאנצל » דאנערשטאג יוני 18, 2015 12:35 pm

אקעי נישט גענוג קלאר געזאגט יעדע אבער יעדע איינציגע טענה וואס ער האט דארט אויבן איז שוין געווארן איבערגעקייט אין די שטובל געב נאר א סירטש וועסטו זעהן

והוא אשר דברתי ס'איז נישט אז ער ווייסט נישט אז יעדע זאך איז שוין דורכגעשמועסט געווארן על מקומו און זיי זענען געבליבען מיטן צונג אינדרויסן און ס'איז נישט אז ער האט יעצט די טענות ווייל ער וויל דעס יעצט פארשטיין נאר וואס די גאנצע תגובה איז איין שטיק שב אל קיאו במילא דארף עס קיינער אפענטפערן מ'קען זיך נישט מטפל זיין מיט זיי יעדעס מאל וואס ס'איבלט זיי

ר' איד ליפא דייטש מיט יעקב מאיר פערענץ האבן דיך אריין געשלעפט אין צואה שריי אויף זיי לאז אפ דע אלטע אויסגעדראשענע סחורה
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2886
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 492 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » דאנערשטאג יוני 18, 2015 12:40 pm

יא! יא! מען זוכט צו בארעכטיגען דאס רשעות, וויינט מען קאזאק הנגזל, אויף דעם האט רבינו שליט''א געזאגט ווער עס פארשטייט פארשטייט.

דער פאקט איז קליפ און קלאר: אז די זאליבאנעצעס מיט די אנשי בני יואל, ווילן אונטערברענגען קרית יואל, בלויז צילוב דעם ווייל זיי זענען צווייטע-קלאס בירגער דארט, און שפירן זיך דארט ווי די אראבער אין מדינת ישראל.
מען דארף דאך אבער האבן עפעס א תירץ, (דארף מען דען?) מען קען דאך נישט סתם אזוי גייט אונאיינעם מיט די אנטיסמיטן און זיך זעלבס שיסן אין די פוס, ווייל דער האס און רשעות טרייבט צו משגעת. נעמט מען ארויס פונעם פארשטויבטען שופלאד אלע באמאכטע, אויסגעדראשענע, אפגעפרעגטע טענות, און דערמיט בארעכטיגט מען דאס רשעות און טפשות. עס איז יענץ געלעכטער...

דאס גרעסטע קידוש ה' איז אז מען זעט ווי דער הייליגער ברך משה זי''ע מיטן בית דין הגדול שבירושלים זענען געווען מער ווי הינדרעט פארצענט גערעכט. ווען זיי האבן גע'אסר'ט די אנשי בני יואל באיסור עולם.

מיר האבן נישט פארשטאנען די שנאה וואס דער רבי זי''ע דער ברך משה האט געהאט צו די אנשי בני יואל, ער האט זיי געהאסט פונקט ווי די נאציס, ער האט זיי געשאלטען מיט יעדע קללה וואס ער האט נאר געוויסט נאכצוזאגן. מיר האבן אים ליידער נישט אזוי גוט פארשטאנען.. היינט זעהט מען שוין אז ער האט זיי נאך פשוט אונטערגעשאצט... אבער ליידער איז זיין אייגענע זון א טייל פון די פארברענס קעגן די מענשהייט.

נישט בחינם האט ער אים געוואלט איינווארצלען אין סיגוט, און אים נישט צוגעלאזט צו קיין שום רבנות אין סאטמאר, ער האט געזאגט אז יעדע טאטע קען זיינע קינדער, און אז סאטמאר זאל בלייבען סאטמאר, דארף ר' זלמן זיצען אין סיגוט...

ליידער אויף דער עלטער האט מען געמאכט די מעשה מיט אים...מאוד עמקו מחשבותיו.....
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 180 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1987 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » דאנערשטאג יוני 18, 2015 12:49 pm

פראגע: ווי איז שווערער פאר זלונים /בנ"י צו בויען א בית מדרש און טאון אוו מאנראו אדער אין ק"י?
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2569
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 4023 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2677 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » דאנערשטאג יוני 18, 2015 12:56 pm

שמעון וואלף האט געשריבן:פראגע: ווי איז שווערער פאר זלונים /בנ"י צו בויען א בית מדרש און טאון אוו מאנראו אדער אין ק"י?


די גרינגסטע פאר די זאליבאנצעס אין פאר די אנשי בנ''י צו בויען א געבעט הויז איז לכאורה אין: מאנסי, וויליאמסבורג, בארא פארק, בלומענבערג, באלטומער, און פלעדאלפיע
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 180 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1987 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » דאנערשטאג יוני 18, 2015 1:06 pm

שפיל נישט דא ווי א פאליטישאן וואס דרייט מיט די צינג.
קענסט ענטפערן קלאר אז די ווילעזש וואלט געטון וואס זיי קענען אז זלונים /בנ"י זאלן זיך נישט פארגרעסערן. וויאזוי קענסטי נאך פארלאנגן אז זיי זאלן נישט שטערן די וואוקס פון די ווילעזש? וואלטן זיי למשל געקענט האבן זייער בית החיים ווען ס'איז אינטער די ווילעזש? זיכער נישט.

די מאנראוער ארונים לעבן אין א באקס אז אלעס קומט זיך זיי און מ'דארף זיך נישט רעכענען מיט קיינעם. וועיק אפ ענד סמעל די קאפי.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2569
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 4023 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2677 מאל

נעקסט

גיי צוריק צימעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט