בלאט 5 פון 5

הודעהפורסם: מיטוואך יולי 22, 2015 12:55 pm
דורך טוב
מאטל שניידער האט געשריבן:שוין לאנג נישט געוועהן אזא עולם
זעהט אויס שור'ס בריוו האט געהאלפן

כ'האב געמיינט מ'כאפט מער נישט קיין בילדער ?


@מאטל טייערער. (און די זעלבע צו אלע ענקערע חסידים) מיר פארגינען אייך עטס זאלטס האבן מענטשען און טישן לרוב, יא בילדער נישט בילדער, who cares (בד"וו, עס האט מיך געפרעגט איינער נעכטן צו ער זאל גיין, ער בעצם איז נישט קיין חסיד, פאלט אריין דארט אמאל אמאל, אבער ער האט באקומען איטליכע נאכאנאנדע טעלעפאן רופן ער זאל קומען מחזק און מ'דארף א עולם, האב איך אים געזאגט קענסט גיין, אז מ'בעט אזוי שטארק טו זיי צוליב)

איין זאך וואס מיר בעטן "לאז צורו און לאז אנדערע אויך לעבן"

יעצט קום @מעכעלע און מעק, אבער מאך זיכער צו לאזן די ליידיגע תגובה אז איך זאל נישט פארמינערט ווערן מיינע סטאטוס, און אזוי אויך וועטס עטס האבן די וואונטש פון @מאטל צו האבן די מערסטע און צימעס

הודעהפורסם: דאנערשטאג יולי 23, 2015 2:54 pm
דורך טוב
היינט זאגט מיר איינער אז ניקלעשבורגער רבי האט מרמז געווען ביי די תורה ביים טיש, אז די גאנצע מחלוקה האט זיך אנגעהויבן פון ווייבער שול, אזוי ווי ביים אר"י הקדוש..... (דער זאגט מיר אז ער האט געמיינט די רביצין, איך גלייב עס נישט, ער זאל זיך וועלן אנהייבן מיט איר)

איינער וויסט עפעס מער?