בלאט 4 פון 5

Re: ניקלשבורג - בת מלך דעבאטע ווינקל

הודעהפורסם: דינסטאג יולי 21, 2015 8:22 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
עפעס אנדערע מאטיווען האסטו ווייל מהאט שוין אלעס אויסגעשמוסט דא אז ביסט פויל צו קיקען ווען זיין דיין טשענס צו עפענען א פרישער אשכול.

אקעי לאמיך צוריק גיין צום טיש

הודעהפורסם: דינסטאג יולי 21, 2015 8:49 pm
דורך קרעפל פשעטיל
גאנצל האט געשריבן:
מאטל שניידער האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:יתרו 1000 פראצענט גערעכט ווי פלוצים האבן די ניקלשבורגע מורא באקומען פון לה"ר ווער נאך ווי זיי האבן צאמגערעדט אויף איין מענטש נאכ'ן צווייטן אריינגערעכנט רבנים ?

נאר וואס דען זיי זעהן וויפיל סימפאטיע זיי באקומען ווילן זיי אלעס פארדעקן

איך האלט אז מ'דארף נישט פארשפארן די אשכול נאר אנהייבן דעבאטירן על ראשון ראשון אן א נעמען ס'וועט הייסן צד א' און צד ב'

מדארף נישט נאר נישט פארשפארן די אשכול מדארף עפענען נאכאיינס!
די לאנגיעריגע קאווע שטיבל מיטגלידער האבן גרויס הנאה!
אין א חוץ פון דעם אפשר וועט נאך ניקלשבורג ברעכן די רעקארד אין האבן די מערסטע אשכולות אין צימעס!! :lol:


מאטל מאך דיך נישט פאר קיין טאמעל

מ'דארף נישט עפענען נאך א אשכול אין די אשכול קען מען דעבאטירן לכו נא ונוכחה

לאמיר נאך איינמאל פראבירן

צד ב צד בת מלך איר קענט מסביר זיין פארוואס מ'האט איבערגעשריבען די בת מלך בילדינג (לכוארה)

גאנצל באלד וועט מען זאגן איך בין מעלה גרה איך האב שוין עס מסביר געווען בערך צעהן מאל אויב דו האסט א קשיא אויף דעים וועל איך עס גערן ענטפערן אבער איך קען נישט טוישן די מציאות אפשר זאל מאטל ארויפלייגן די אימעיל פון .......(november 9) אויב איך געדענק גוט די דעיט און אויסמעקן די נעמען אויב עס באדערט פאר איינעם דא

Re: ניקלשבורג - בת מלך דעבאטע ווינקל

הודעהפורסם: דינסטאג יולי 21, 2015 10:00 pm
דורך גר ותושב
@גאנצעל מען האט אויסגערעדט אסאך נקודות און פאריגע אשכול מען דארף בעיטן מען זאל עס צירוק לייגן וועט מען קענען אלעס זעין דארט און באהאנדלען דא טאמער וועט מען נישט יענץ צירוק אפענען ביז אפאר טעיג וועל איך אפשר אלעס נאכאמאל איבער גיין מהחל ועד עכשיו.

Sent from my XT1056 using Tapatalk

Re: ניקלשבורג - בת מלך דעבאטע ווינקל

הודעהפורסם: דינסטאג יולי 21, 2015 10:10 pm
דורך גר ותושב
גאנצל האט געשריבן:דערווייל זעי איך נישט דא קיין דיבאטע

סאו לאמיר אנהייבן

ר' מיכל לעבאוויטש מיט ר' מרדכי שלמה גלאצער זענען צוויי גוטע חברים ר' משג האט געהאלפן ר' מיכל זיך אויפצובויען ער האט אים גענדיגט דאס בית המדרש ער האט אים געמאכט גויס אין די שטאט גרויסע חתונות וכדו' אויך האט ער אים אפגעקויפט בת מלך פאר א מיידל סקול געפנט א ישיבה און אפגעקויפט א בנין דערפארזי זעלבע א ת"ת רון נאך בנינים ובתוכם א הויז

ויהי היום די גאס ווייסט צו זאגען אז ס'איז דא ריס צווישן זיי

סאו לאמיר דעבאטירן וואס איז דארט געשען

צד ניקלשבורג טענהט אז ס'איז געווארן אויס שפע פון געלט און ר' מש האט געוואלט אראפנעמען די עול פון זיך דערפאר איז ער אנטלאפן פון ר' מיכל


צד א זאגט אז זיי האבן געוואלט מהרס זיין די חסידות און אלעס וואס זיי האבן געטוהן מעודם איז בטול.


צד ב' זאגט אז ר' מיכל וויל אלעס אראפווארפן פון זיך און דערפאר דערגייט ער יעצט די יארן פאר הנהלץ בת מלך וואס גלאצער איז צווישן זיי


צד ב איז דא אפאר צדדים משג און מבפ זאגן זיי האבן געוואלט ראטעווען וואס מען האט נאך געקענט ראטעווען.

בת מלך זאגט זיי האבן געוואלט ראטעווען די סקול פון ווערן פארמאכט ווייל ניקלשבורג האט זיי געוואלט טראסקענען פון איין מינוט אויפן צווייטען.


אור תורה טענהט אונז האבן אפגעמאכט צו אפקויפן די בנין און געגעיבן א דאון פעימענט אונז דארפן די בנין.

סאו רבותי לאמיר הערן

ביטע שרייבן שיין און נישט אטאקירן


בקיצור נמרץ אבער יעדע נושא פאר זיך איז מועט מחזיק את המרובה.

הודעהפורסם: דינסטאג יולי 21, 2015 11:05 pm
דורך טוב
טוב האט געשריבן:@גאנצל. סאיז פארהאן איטליכע פראנטן א)בת מלך ב)6 יחידים ג)מכון להוראה (עפעס הער איך אז זיי האבן אפיעל"ט די קאורט ארדער) ד)אור תורה ה)זכרון מנחם ו)המספיק ז)בעלז ......



המספיק האט זיך שוין לאנג ארויסגעצויגן יעצט הייבסטו אן מיט LANE ST. מעשות.............[/quote]


די לעצטע מאל וואס איך האב געקוקט אויף rockland county clerk איז געשטאנען א stay ביז נאך די באנקראפס"י.[/quote]


https://cotthosting.com/NYRocklandExter ... nPa5Rdo%3d

הודעהפורסם: דינסטאג יולי 21, 2015 11:27 pm
דורך גאנצל
אקעי צד בת מלך האט שוין גענטפערט זייער זייט אין די דיבאטע

והנה

גאנצל באלד וועט מען זאגן איך בין מעלה גרה איך האב שוין עס מסביר געווען בערך צעהן מאל אויב דו האסט א קשיא אויף דעים וועל איך עס גערן ענטפערן אבער איך קען נישט טוישן די מציאות אפשר זאל מאטל ארויפלייגן די אימעיל פון .......(november 9) אויב איך געדענק גוט די דעיט און אויסמעקן די נעמען אויב עס באדערט פאר איינעם דא
קרעפל פשעטיל
מאנשי שלומינו

יעצט לאמיר הערן פון צד ניקלשבורג וואס זיי ענטפערן אויף @ קרעפיל

זייהאלטן דאך אז די אונטער שרייבן איז געווען א פאלי פלעינע גניבה

הודעהפורסם: דינסטאג יולי 21, 2015 11:34 pm
דורך מאטל שניידער
צד ניקלשבורג איז בכלל נישט אינטרעסירט צו פירן דעבאטעס, זיי טוען וואס זיי האבן צוטוהן אין עס מאכט נישט אויס בכלל וואס די מיינונג פון די קאווע טרינקער איז/געווען/וועט זיין.
מצדם זאל גאנץ קאווע שטיבל מיינען/טראכטן/וויסן/האלטן/פארקויפן וואס זיי שמעקט נאר.
די דעבאטעס/החלטות/פאשקעווילן אויף קאווע שטיבל גייט נישט אינפלוענסן די קארט אין להבדיל די בי"ד של מעלה

כווייס נישט צו @טוב @קרעפל פשעטיל @גר ותושב זענען אויף פעיראלל אדער נישט, וואס פונקליך זייער אגענדע (אויסער למען האמת) ווייס איך אויך נישט אבער איך האלט נישט מער ביים פארברענגן צייט אויף די שטותים ווילאנג איך ווער נישט באצאהלט

פון צד בת מלך/עטרת בנות/המספיק/אור תורה/מכון להוראה/זכרון מנחם/6 יחידים.... וועסטו אויך גארנישט הערן דא ווייל ווי ספארשטייט זיך האבן זיי בעסערס/וויכטיגערס/קלוגערס וואס צו טוהן ווי צו שרייבן אויף קאווע שטיבל, סך הכל האסטו די ״אמתע־פאקטן־ראיות־עדות״ פון @גר ותושב @טוב @קרעפל פשעטיל וכו׳ דערכאפ דיך דיין הארץ מיט דעם זיי עס מקבל כנתינתן מסיני (ביי א ליגנט האט מען זיי ב״ה קיינמאל נישט געכאפט דא)

@גאנצלאויב ווילסטו טאקע דערגיין די אמת קענסטו זיך טרעפען לייו מיט די מענטשן אינוואלוד אין הערן וואס זיי האבן צוזאגן, קאווע שטיבל איז נישט.קיין פאבליק וואש מאשין יא אויך אויב מגייט ׳פארלירן׳ גאנצל.......

הודעהפורסם: דינסטאג יולי 21, 2015 11:54 pm
דורך יוחנן פיש
נאך אזא דערהויבענער טיש, אזעכע הערליכע דבר תורה, שיינע ווארעמע ניגוני דביקות, וואס נאך ברויכן ענטפערן.

כאשר יענו אותו כן ירבה וכן יפרוץ.

יעצט קענען ענק דעבאטירן צווישען ענק, אזוי ווי רבי מאטל זאגט, צד ניקלשבורג ענטפערט נישט.

א פרייליכע נאכט

Re: ניקלשבורג - בת מלך דעבאטע ווינקל

הודעהפורסם: מיטוואך יולי 22, 2015 7:24 am
דורך גר ותושב
ענדליך ענדליך נאך א שטיק צייט וואס ניקלשבורג האט פארלייגט גרויסע כוחות און געפירט א גרויסע פראפעגאנדע מאשין דא און קאווע שטיבל אז אפילו ....... וואס כפי ....... איז א גרויסע דערהויבענע יוד און האט אונטערנעט נאר פאר זיין ארבעט האט זיך געלאזט הארן דא טאג טעיגלעך מיט קללות נמרצות און אזוי אויך ....... וואס ער איז דער שפיץ פון אלע שמיץ וואס גייט ארויס פון ניקלשבורג און לפי דבריו האט ער א אנדערע ניק אבער ער האט געפילט פאר וויכטיג צו עפענען נאך א ניק צו לאזן הערן זיין בליק אלס חסיד און זיי האבן געריטן אויף די מענטשהייט פאר א לאנגע תקופה מיט שקרים וכזבים אזוי ווי אויף געוויזן און פארינגען אשכול און ווען עס איז געקומען איינער און זיי גענטפערט האבן זיי עים פרובירט צו פארצוקין מיט פאלשע נביאות און פאלשע שמועות בה איך קען זאגן בפה מלא mission accomplished איך בין געקומען דא מיט איין ציל אפצושטעלן די שמוציגע פיסק פון ...... און די שקרים פון ....... און די ספינס פון ........ און ברוך השם די דריי חברה האבן זיך שוין לאנג נישט באוויזן דא פאר בישות און די איבריגע חברה זאגן זיי גייען שוין נישט ענטפערן וואס זיי טוהן שוין ממילא אזוי די לעצטע שטיק צייט איז דאך באקאנט אז שתיקה כהודאה פון מיין צד קען מען שוין שליסן די נושא אבער עס זאל בלייבן מען זאל עס קענען זעין אז ווער עס וועט וועלן וויסן די אמת זאל האבן א מקום דערצו און חבל על דעבדין די אלטע אשכול ווי מען האט געפראבט די שקרים וכזבים זייערע און ווי עס קוקט אויס איז ........ געווען גערעכט אז ניקלשבורג האט דא חברה ביי די הויכע פענסטערס און ווי לאנג זיי האבן געריטן אויף די מענטשהייט מיט א קלארע פראפעגאנדע און ציל און אטאקירט פרעזעינלעך ווער עס איז זיי געשטאנען און וועג איז די אשכול געבליבען אפען אבער ווען מען האט זיי אנגעהויבען צירוק צו געיבן מנה אחת אפים האבן זיי עס אפגעשפארט ומכאן הקריאה יוצא ווער עס האט עפעס א שייכות נאך צו ניקלשבורג זאל און האט אנערקענט די אמת זאל פרובירן צו לייגן א סויף צו די רדיפות וואס מען רודפט די זעקס יודען אלס כדי צו ראטעווען די בנינים וואס צוויי פון די זעקס האבן עים געקויפט די בנינים און זיי זאלן סטאפן מיט די רדיפות אקעיגן מוסד עטרות בנות ווייל עס וועט זיי גארנישט העלפען די עלטערן זענען נישט אינטערסירט צו שיקן קיין ניקלשפעסט.

Sent from my XT1056 using Tapatalk

הודעהפורסם: מיטוואך יולי 22, 2015 7:48 am
דורך גאנצל
סאו דיבאטע איז אויסגעשלאסן

צד בת מלך איז גרייט צו דיבאטירן

און צד ניקלשבורג שיקט דעם עולם מער ווייניגער צו ר' לאנדא אים אויסהערן און אים גלייבן

געווענליך איז דער וואס לאט זיך דעבאטירן גערעכט

וואס זאגט די איבריגע עולם זייטיגע צוקוקער ?

Re: ניקלשבורג - בת מלך דעבאטע ווינקל

הודעהפורסם: מיטוואך יולי 22, 2015 10:08 am
דורך מאטל שניידער
אמן

הודעהפורסם: מיטוואך יולי 22, 2015 1:36 pm
דורך טוב
יוחנן פיש האט געשריבן:נאך אזא דערהויבענער טיש, אזעכע הערליכע דבר תורה, שיינע ווארעמע ניגוני דביקות, וואס נאך ברויכן ענטפערן.

כאשר יענו אותו כן ירבה וכן יפרוץ.

יעצט קענען ענק דעבאטירן צווישען ענק, אזוי ווי רבי מאטל זאגט, צד ניקלשבורג ענטפערט נישט.

א פרייליכע נאכט


לץ איינער.... מהאט דיך געזוכט ביסט אפילו נישט דארט געווען!.... (נישט שיין פון דיר. דער רבי האט געבעטן אינם בריוו. און גערופן, און די לאזט יענעם גיין און די קומסט נישט?!) ווען די וואלסט געקומען וואלט געווען מער מענטשען.... יעצט רייצן זיך די שונאים און פרעגן "דאס איז די גאנצע פון 50 יאר?" כאטש 50 מענטשען זאל זיין...........?

הודעהפורסם: מיטוואך יולי 22, 2015 2:02 pm
דורך יתרו
ס'איז מיר היינט איינגעפאלן א געדאנק:
וואס איז די חילוק פון די מחלוקת פון די אהרונים און זאלונים, און די מחלוקה פון ניקלשבורג און בית מלך?
ביי די מחלוקת פון די אהרונים און זאלונים איז איין צד געווען הולכי ערכאות און איין צד מסברבים לדין
ביי די מחלוקת פון ניקלשבורג און בת מלך איז די זעלבע צד סיי הולכי ערכאות און סיי מסרבים לדין.

הודעהפורסם: מיטוואך יולי 22, 2015 4:58 pm
דורך פריעד באטשי
יתרו האט געשריבן:ס'איז מיר היינט איינגעפאלן א געדאנק:
וואס איז די חילוק פון די מחלוקת פון די אהרונים און זאלונים, און די מחלוקה פון ניקלשבורג און בית מלך?
ביי די מחלוקת פון די אהרונים און זאלונים איז איין צד געווען הולכי ערכאות און איין צד מסברבים לדין
ביי די מחלוקת פון ניקלשבורג און בת מלך איז די זעלבע צד סיי הולכי ערכאות און סיי מסרבים לדין.

איך גיי נישט אריין אין די סאטמאר׳ע פאליטיק, אבער לגבי בת מלך, יתרו, האסטו גוט געזאגט!!
ענק האבן טאקע געגאנגען און גע׳גנב׳עט דעם בנין [אן א היתר ערכאות] טאקע ווי? בית דין? ניין! אין ערכאות!!
דאס איז געווען א באונעס אין ענקער עבודת השם נאכן זיין מסרבים לדין פאר עטליכע יאר טאקע!!
איך מיין אז עס איז נישטא קיינער וואס האט ענק ארויסגעברענגט אזוי קלאר, ממש קורץ און שארף, WOW.
פונקט ווי דו האסט געזאגט!!
ביי די מחלוקת פון ניקלשבורג און בת מלך איז די זעלבע צד סיי הולכי ערכאות און סיי מסרבים לדין.

גראדע, נישט ממש ווי דו האסט געזאגט, ווייל האסט אויסגעלאזט, גנבים, בלוט צאפערס (וואס האבן אין זייער היסטאריע נישט באצאלט פאר קיין טיטשערס נארמאל.....) ועוד...... ועוד ידם (הידיים ידי עשיו) נטויה......

הודעהפורסם: מיטוואך יולי 22, 2015 5:49 pm
דורך טוב
קען מיר איינער אפשר פליז מסביר זיין קלאר, וואס מיינט איבער שרייבן א בילדינג און ערכאות?

הודעהפורסם: מיטוואך יולי 22, 2015 6:18 pm
דורך פריעד באטשי
ערכאות מיינט א קאלארינג בוק, איבערשרייבן איז ווען משרייבט ארויס פון די ליין.
גראדע איז דא וואס רופן עס אן גניבה וגזילה.

הודעהפורסם: מיטוואך יולי 22, 2015 6:39 pm
דורך טוב
ווייטער ווילד... האלט דיך רואיג... איך זע אז דו ווייסט נישט וועל איך דיר שיין מסביר זיין, אבער זיץ שיין און ווער נישט היציג

איבערשרייבן א בילדינג דארף מען נישט קיין ערכאות! איין מענטש וואס איז בכח איבערשרייבן (און די מעשה, די אלטע הנהלה ברכת יוסף פאר בת מלך) שרייבט איבער פארן צווייטן און זהו... אויב וויל ער עס זאל האבן א תוקף, (טאמער איינער וועט וועלן מערער זיין) פייל"ט ער עס אין ROCKLAND COUNTY CLERK און דאס איז אויסדריקליך נישט קיין ערכאות.

יעצט אויב וויל איינער עס מוציא זיין פון יענעם (ביי די מעשה, איז עס די נייע הנהלה ברכת יוסף פון בת מלך) האט ער 2 ברירות 1) אדער גיין אין די"ת אזוי ווי א ערליכער איד טוט, צו מוציא זיין פון יענעמס רשות, און נאך א פסק בי"ד זעט מען ווער עס איז גערעכט און דעמאלטס גיט עס בי"ד פאר וועם זיי האלטן, און דעמאלטס פייל"ט ער אין ROCKLAND COUNTY CLERK אז עס איז זיינס אדער 2) ער גייט ה"י אין ערכאות רח"ל עס צוריקנעמען..... וכך הוה!

פארשטייסט?

הודעהפורסם: מיטוואך יולי 22, 2015 7:03 pm
דורך טוב
יעצט וועסטו שרייבן רואיג און נישט שרייען (עס איז שוין לאנג אווער עניוועי.. ברכת יוסף האט עס שוין לאנג צוריק באקומען און קאור"ט) גניבה! ה"י!

אויף דעם איז דא א די"ת צו זאגן צו ביסט גערעכט מיט דיין טענה .... VERY SIMPLE!! א גאנצע חושן משפט מיט הונדערטער שו"ת ספרים איז דא אויף אזעלכע טענות וואס די האסט! און פארדעם זענען מיר אידן!!!

הודעהפורסם: מיטוואך יולי 22, 2015 7:11 pm
דורך פריעד באטשי
איך האב גראדע גערעדט זייער רואיג. יעצט צום ענין, ענק זענען דאך אזעלכע ערליכע יודן וואס ווילן נאר בית דין (כדי צו קענען אנפייפן אזוי ווי ביי משפחת ג.), נישט ערכאות, פארוואס האבן ענק נישט גערופן ניקלשבורג צו בית דין לכתחילה? ענק וואלטן דארט סייווי געווינען (עכ״פ לפי דבריכם....)
און יא, איך פארשטיי דיין ווייטאג, ברוך השם פאר דעם.

הודעהפורסם: מיטוואך יולי 22, 2015 7:16 pm
דורך פריעד באטשי
טוב האט געשריבן:יעצט וועסטו שרייבן רואיג און נישט שרייען (עס איז שוין לאנג אווער עניוועי.. ברכת יוסף האט עס שוין לאנג צוריק באקומען און קאור"ט) גניבה! ה"י!

אויף דעם איז דא א די"ת צו זאגן צו ביסט גערעכט מיט דיין טענה .... VERY SIMPLE!! א גאנצע חושן משפט מיט הונדערטער שו"ת ספרים איז דא אויף אזעלכע טענות וואס די האסט! און פארדעם זענען מיר אידן!!!

לפי דבריך הייסט עס אזוי, ענק מעגן גנב׳ענען וויפיל ענק ווילן שלא ע״פ תורה, אן קיין שום היתר פון א חושן משפט דיין.
אבער ניקלשבורג מעג נישט גיין אין ערכאות מיט אפאר היתרים פון רבנים וואס קענען חושן משפט דורך און אדורך כדי עס צוריק באקומען.
און ענק זענען ערליכע יודן?? פארוואס? ווייל ענק טון וואס ענק ווילן און ווען מען שטעלט ענק אפ שרייען ענק ווי דער קאזאק הנגזל מיט קראקידייל טרערן.
זאג נאר טוב, האסט אפשר א אנדערע נאמען אויף ענקערע גניבות? ביי מיר איז א גניבה א גניבה, וואס איז עס ביי דיר?

הודעהפורסם: מיטוואך יולי 22, 2015 8:13 pm
דורך יתרו
פריעד, דו פארפארסט פונעם ענין, האסט געוואלט ספינען מיין ווערטל אויף'ן צד בת מלך אז זיי זענען הולכי ערכאות אויף דעם האט דיך טוב שיין גענטפערט אז ווען מען פארקויפט א בנין פיילט מען עס ביי די קלערק און עס הייסט אויסדריקליך נישט קיין הולך בערכאות אזוי ווי פיילן יעדע דיעד אן סעיל ביי א קלערק הייסט נישט קיין ערכאות.
ווילסט אנפאנגען א נייע טענה וועגן גניבה נו נו, מען האט שוין טויזענט מאל גענטפערט אז דאס איז נישט געווען א סימפעל גניבה ווי דו לייגסט עס פאר. עס איז געווען אן אגרימענט צווישן בת מלך און ניקלשבורג און ניקלשבורג האט עס געוואלט ברעכן האט מען בלית ברירה איבערגעשריבן דעם בנין צייטוויליג. (נאך א זאך, איך פארשטיי נישט ווי קומט אריין בכלל גניבה, ג. און פ. זענען לעגאל געווען די פרעזידענט און באורד פון די קהילה און זיי האבן עס איבערגעשריבן, איז עס דאך נישט קיין גניבה).

בנוגע פארוואס בת מלך איז נישט מתחלה געגאנגען אין קארט האט שוין גר ותושב געברענגט פאפירן אז די גאנצע ערשטע קארט קעיס איז געווען איבער דעם אז בת מלך האט געוואלט גיין צו הרב ווייסמאנדל, און ניקלשבורג האט געוואלט דוקא קארט און נאכאמאל קארט.

איינער האט שוין דא דערמאנט אמאל אז פריעד האט נישט זיינע פאקטן גראד, און ער האט נישט קיין מושג וואס עס גייט פאר.

דיבאטע אין ראן

הודעהפורסם: דאנערשטאג יולי 23, 2015 12:53 pm
דורך גאנצל
בנוגע ערכעות

צד ניקלשבורג : עטץ זענטס געגאנגען אין ערכעות ביים איבערשרייבן די בילדינג
צד בת מלך : איבערשרייבן א בילדונג האט נישט די איסור פון הליכה לערכאות
ק"ש : צד בת מלך גערעכט

צד בת מלך : איך האב טאקע איבערגעשריבען בגניבה -לשיטתכם- מיט א היתר פון א רב (וועלכע רב קען מתיר זיין גניבה ?(פאר א געוויסע אננאון סיבה ?) אבער נאכ'ן טון מיין גניבה האסטו נישט קיין רעכט מיר צו רופן בערכעות נאר צו די"ת

ק"ש : עפי הלכה קען מען טאקע נישט רופן נאר צו די"ת (אבער פליס ווען דו גנבסט שריי נישט פאר יענעם די"ת)

צד ניקלשבורג : מיר זענען געגאנגען אין קארט און נישט צו די"ת ווייל עטץ האטס א אלטע רעקארד פון נישט גיין צו די"ת

ק"ש : איים סארי באט איר האט נישט קיין רעכט זיך צו רעכענען מיט זייטיגע אלטע רעקארדס דעס זעהט מער אויס ווי א שפיצל הגרי"ם מאנדל שרייבט טאקע אין זיין ברייוו פון דעם אבער במחילת כבודו פארשטיי מיר נישט דעם פוינט

בנוגע די איבערשרייבן

צד ניקלשבורג : גיין אין ערכעות איז איין פראבלעים אבער וואס איז פשט פון גניבה פשוטו כמשמעו איבערשרייבן א בילדינג וואס באלאנגט צו יענעם ?

צד בת מלך : די איבערשרייבערס ג מיט פ זענען געווען אויפ'ן בארד מילא מעגן זיי טון אלס בארד מעמבערס וואס זיי דארפן צו טון

ק"ש : זענען זיי דען געווען די איינציגסטע אין די בארד ? קענען זיי דען טון וואס זיי ווילן ? און בנוגע די אגרימענט דארף מער הסבר וואס געט דעס א היתר ?

נ.ב. @פריעד דיינע ווערטער

און יא, איך פארשטיי דיין ווייטאג, ברוך השם פאר דעם.


קומט נישט דא אריין דעס איז נישט קיין חלק פון די דיבאטע

הודעהפורסם: דאנערשטאג יולי 23, 2015 2:03 pm
דורך טוב
@גאנצל. גאנץ גוט..

נאר איין נקודה אביסל קלארער. די אלטע הנהלה פון ברכת יוסף און אזוי אויך הנהלת בת מלך. האט קיינמאל נישט געהאלטן, און אזוי אויך ביזן היינטיגן טאג האלטן זיי נישט אז דאס איבער שרייבן די בילדינג האט עפעס מיט גניבה א שייכות... אויב העסטו האבן אביסל צייט און אויפקוקן די קאורט פעפערס וועסטו זעהן זייער קלאר אז בת מלך האט געטאנעט אז די בילדנג איז נתנדב געווארן דורך דעם נדבן (און אזוי האט ברכת יוסף געברענגט אן אימעיל פונם נדבן אליין) איז אויסדריקליך נתנדב געווארן פאר די מיידל סקול... דערוועגן האבן זיי געהאלטן (און אזוי אויך זיך דורך גערעדט מיט איטליכע רבנים, און מנהלי המוסדות פון אנדערע מוסדות) אז דאס איבער שרייבן צו א מוסד וואס האט א שותפות, איז געווען מיט פולע רעכט... (פארקערט זיי האבן געהאלטן אז זיי טוען א גוטע זאך צו ראטעווען א נכס הקדש פון צו ווערן א פריוואטע נכס/אינקאם פאר א יחיד, אזוי ווי די קליינע בילדינג אויף דיקעטער עוו. וואס איז פארדינגען פאר א סקווירא שטיבל.... וד"ל. דוק ותשכח) וואס לכאורה דאס גייט למעשה ווערן אזוי מיט אלע ברכת יוסף נכסים מיט די צייט.... (עכ"פ אזוי האפן איטליכע פון די נייע הנהלת ברכת יוסף)

הודעהפורסם: דאנערשטאג יולי 23, 2015 2:37 pm
דורך א איד
@גאנצל ווער איז דאס ק"ש?

הודעהפורסם: דאנערשטאג יולי 23, 2015 3:46 pm
דורך גאנצל
@ טוב

נומער 1)די בילדינג איז נתנדב געווארן דורכ'ן נדבן פאר די סקול ;) אממ שווער צו זאגן ער האט דאך אלעס מנדב געווען פאר ניקלשבורג עפעס פונקט דא געגאנגען דוקא פאר די מיידל סקול ?

מומער 2)צו וועלכע מוסד האבן זיי דאס איבערגעשריבען און וואפארא שוטפות האבן זיי געהאט ?