האדמו"ר הרה"ק רבי אלימלך מטאהש שליט"א

מהנעשה והנשמע אין די היימישע גאסן און הויפן
געדענקט!
ביטע זיך פרובירן האלטן אביעקטיוו און נישט אטאקירן אנדערע מעמבערס. לופטיגע הודעות וועלן נישט טאלערירט ווערן! קליקט דא צו זען די פרינציפן פון דעם פארום.

הודעהדורך ריכטיג » פרייטאג אוגוסט 21, 2015 2:25 pm

ליטוואק, ר' יודאלע איז ביי דיר יא א גברא?
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2275
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1787 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » פרייטאג אוגוסט 21, 2015 3:59 pm

וזהו מאמר החכם: ווען מען דארף דעם גנב, נעמט מען איהם אראפ פון די תליה.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4870 מאל

הודעהדורך שש משזר » זונטאג אוגוסט 23, 2015 1:07 am

איך קען יא א רבי וואס מ'האט אים כאילו געברענגט מיט קייטן צום רבי'סטעווע: דער הייליגער אמשינאווער רבי שליט"א פון בית וגן.
בעצם באלאנגט דאס אין אמשינאוון אשכול, אבער פאר א טעימה קלה איז דאס ווערט דא אויך. ווען זיין זיידע רבי מאיר'ל איז אוועק, האבן די חסידים אים געוואלט אויפנעמען פאר רבי. אבער ער האט בשום אופן נישט מסכים געווען. גרויסע רבי'ס, ביניהם דער בית ישראל מגור, רבי משה מרדכי לעלובער, ועוד, האבן אים פרובירט איבערצורעדן אן ערפאלג.

א הפלא'דיגע טיפישע אמשינאווע מעשה, איז פארגעקומען ביים ערשטן יארצייט סעודה פונעם זיידן. ווען דער גאנצער עולם איז זיך צאמגעקומען, און מ'האט מחליט געווען אז גענוג איז גענוג, מ'גייט אים מכתיר זיין בעל כרחו. מ'האט נישט געקענט איבערלאזן דעם אויבנאן עמטליך, ווייל ער וואלט מוחה געווען, דעריבער האט מען געווארט ער זאל זיך גיין וואשן וואס דאס דויערט כידוע א לאנגע צייט, און ביני לביני האבן זיך מענטשן געריקט און אנגעפילט אלע פלעצער חוץ פון אינדערמיטן פונעם אויבנאן, אזוי אז ער זאל נישט האבן קיין אנדערע ברירה ווי זיך אראפצוזעצן אויפן אויבנאן, וויבאלד מ'קען נישט מאכן קיין הפסק נאכן זיך וואשן...

למעשה, צוריקקומענדיג נאכן זיך וואשן, האט ער געזען וואספארא שטיקל מ'האט אים דא אנגעארבעט, און - טיפיקל אים - האט ער גענומען זיין חלה און זיך אראפגעזעצט אויפן ערד [!!!] בכונה צו מאכן דארט דעם ברכה, און דער עולם האט אין א סקונדע שנעל 'געמאכט' פלאץ פאר אים צווישן די אנדערע מענטשן...!

אבער פאקטיש, רופט ער זיך נאכאלס נישט רבי, און ער זאגט כסדר אז ער האט מסכים געווען צו פירן ווייטער די חבורה פון די אמשינאווע קבוצה, אבער זייער רבי איז ער נישט. ער נעמט טאקע נישט קיין קוויטלעך, און זיצט נישט אויפן אויבנאן ביי די טישן, עד עצם היום הזה.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15477 מאל

הודעהדורך התם ומתמם עם תמימים » זונטאג אוגוסט 23, 2015 1:17 am

שש משזר האט געשריבן:
אבער פאקטיש, רופט ער זיך נאכאלס נישט רבי, און ער זאגט כסדר אז ער האט מסכים געווען צו פירן ווייטער די חבורה פון די אמשינאווע קבוצה, אבער זייער רבי איז ער נישט. ער נעמט טאקע נישט קיין קוויטלעך, און זיצט נישט אויפן אויבנאן ביי די טישן, עד עצם היום הזה.


קוויטלעך נעמט ער יא
איך אליין בין געוועהן ביי איהם עטליכע מאל אין געגעבן א קוויטל אין ער האט געליינט דער קוויטל, איין זאך יא ער האט עס געליינט שטייעדיג ..
התם ומתמם עם תמימים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 525
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 12:20 pm
האט שוין געלייקט: 122 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

הודעהדורך שש משזר » זונטאג אוגוסט 23, 2015 4:03 am

מן הסתם האט ער מיט דעם געוואלט מרמז זיין אז ער ליינט עס פונקט ווי א צעטל שכתוב בו בקשת ישראל, נישט קיין קוויטל. און אפילו דאס האט ער געטון נאר צו דיר אלס פרעמדער, צוליב זיין גוט הארץ. א 'היימישער' וואלט ער געזאגט קלאר אז ער 'קען נישט' ליינען קיין קוויטלעך...
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15477 מאל

הודעהדורך ריכטיג » זונטאג אוגוסט 23, 2015 8:29 am

מיר האט ער געזאגט אז ער קען נישט אבער ער האט דאס פארט געלייענט.
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2275
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1787 מאל

הודעהדורך התם ומתמם עם תמימים » זונטאג אוגוסט 23, 2015 8:40 am

שש משזר האט געשריבן:מן הסתם האט ער מיט דעם געוואלט מרמז זיין אז ער ליינט עס פונקט ווי א צעטל שכתוב בו בקשת ישראל, נישט קיין קוויטל. און אפילו דאס האט ער געטון נאר צו דיר אלס פרעמדער, צוליב זיין גוט הארץ. א 'היימישער' וואלט ער געזאגט קלאר אז ער 'קען נישט' ליינען קיין קוויטלעך...


זייט ווען בין איך א פרעמדער............
התם ומתמם עם תמימים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 525
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 12:20 pm
האט שוין געלייקט: 122 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

הודעהדורך התם ומתמם עם תמימים » זונטאג אוגוסט 23, 2015 8:40 am

-
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שמעקעדיג אום זונטאג אוגוסט 23, 2015 2:13 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: דאפעלט
התם ומתמם עם תמימים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 525
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 12:20 pm
האט שוין געלייקט: 122 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

הודעהדורך א גוט מארגן » זונטאג אוגוסט 23, 2015 12:13 pm

געהערט א טייער ווארט פונעם בית ישראל פון גור און איך האלט אז עס איז פאסיג דא ביי טאהש: די עולם וויל זיין חסידים פון היינט און ווילן רבי'ס פון אמאל האט ער געזאגט עס גייט נישט אזוי נאר אויב איז מען חסידים פון היינט האט מען רבי'ס פון היינט אויב דארף מען רבי'ס פון אמאל דארף מען זיין חסידים פון אמאל
א גוט מארגן
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 2:25 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

הודעהדורך הדד בן בדד » זונטאג אוגוסט 23, 2015 2:52 pm

נו, עפעס פרישע בילדער פון דעם צווייטן שבת בצל הקודש
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1466
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 842 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1114 מאל

הודעהדורך חקרן » זונטאג אוגוסט 23, 2015 3:28 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:זארג דיך נישט. ווען ער מיינט עס ערנסט, איז עס קענטיג. ער וועט עס נישט דארפען ווייזען.
וכמו שידוע מהגר''י מדזיקוב ז''ל 'איך האב קיינמאל נישט געזען מ'זאל פיהרען א רעבע מיט קייטען צום טיש'.


איך קען א צווייטער רבי וואס מען האט אים אריינגעפירט מיט קייטן צום טיש, דאס איז דער ליעווער רבי בנו של הריזשענער זצוק"ל. עס קומט מער באריכות אינעם ליעווער אשכול, אבער מען מעג אים דא דערמאנען. אנדערש ווי דער אמשינאווער, וואס למעשה - טראצדעם וואס ער פאררופט זיך נישט אלס רבי, איז ער פארט געווארן רבי פון אמשינאווער חסידים - האט דער ליעווער זיך געשלאגן דערויף מיט ציין און נעגל, געשיקט בריוו קיין יאס אז ער וויל ווערן א פשוט'ער חבר הקהילה, א שטיק צייט האט די רביצין געפירט די רבי'סטעווע, ביז מען האט אים אריינגעטראגן מיט כח אין בית-המדרש, בשעת דער טלית האט זיך אים צוריסן, און ווען ער האט זיך נאכאלס געשלאגן, האט מען אים געקידנעפט קיין סאדיגורא און פארשפארט אין א צימער.

אלזא, כבר היה לעולמים.

(לוטוואק זיי שטיל :D )
חקרן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 526
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 913 מאל

Re: האדמו"ר הרה"ק רבי אלימלך מטאהש שליט"א

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אוגוסט 23, 2015 3:32 pm

האסט מיר יעצט געציפט, והשקט לא אוכל. ווארט ביז היינט נאכמיטאג, 'על איך אויסשפראצען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8638
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3009 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8092 מאל

הודעהדורך שלמה המלך » זונטאג אוגוסט 23, 2015 6:05 pm

סארי פאר דיסעפוננטינג יא אבער דער דריטער איז טאקע אונזער ר' אלימלך טאהש'ער!
יא קענסט לאכען - טראכטען זאגען און אפילו שרייבען וואס די ווילסט!
ווער ס'ווייסט דעם אמת, אים האט קיינמאל נישט אינטערעסירט די גאנצע רבי'סטעווע! ביז 15 יאר צירוק האט אוודאי נישט גע'חלום'ט דערפון ווארום ר' מרדכי זיין ברודער וואס איז געוועהן 15 יאר עלטער פון אים האט געלעבט און גע'רבי'עצט אויף כח
אים איז געוועהן אסאך ליבערשט צי זיין א ביזנעסמאן!
וויפיל שטרוי האט מען גע'געסען ער זאל עפעס אננעמען גיין מיט א בעקיטשע וכדו' וכדו' רבות שאין כדאי לפורטום מפני הכבוד! אים האט באמת נישט אינטערעסירט צי זיין א רב אדער א רבי קיינמאל!!!
למעשה איז ער א בן יחיד לאביו הקדוש און אפגעזעהן צי ער וויל צי נישט האט ער דאס געדארפט נעמען!
די אלע וואס האבען געהאט טענות אדער תערומות אויף אים (איידער ער איז געווארען רבי) איז געוועהן 'נאר' עניני שטחים וממונות וכדו'!!! קיינער האט קיינמאל נישט זיך באקלאגט אדער מתרעם געוועהן אויף זיין רבנות... ער וואלט דיר דאס פארקויפט פאר א טאפ לינדזען....
ער איז נישט קיין בהמה און נישט דער אמשינאווער אדער ווער און מאכען קינצען אדער שפילען געימס ער וויל יא ער וויל נישט ער איז יא ראוי ער איז ניש ראוי... ער זיצט אויפן שטיל און טוט וואס ער דארף
(דיסקלעימער איך וואוין נישט אין טאהש און בין נישט פון זיינע אמעריקאנער נאכשלעפערס נאר זייענדיג גאר נאנט באוואוסט וואס עס טוט זיך דארט)
באניצער אוואטאר
שלמה המלך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 752
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל

הודעהדורך ראוונע » מאנטאג אוגוסט 24, 2015 12:44 am

איך קען מיר נאר פארשטעלן וויאזוי דא וואלט אויסגעקוקט ווען גראד נאך זיין טאטע׳ס לויה וואלט רבי אלימלך געלאזט מעלדען אז אזוי ווי ער איז נישט ראוי צו זיין ממלא מקום אויפען פלאץ פון זיין גרויסען טאטען ממילא וויל ער בשום אופן נישט אננעמען די אדמורו״ת וואלט דא אין שטיבעל געווען א אשכול מיט דאפעלט די צאל תגובות קוקטס אים נאר אן ער שפילט עניוות וכדומה וכדומה
יעצט אז ער האט יא אנגענומען די אדמורו״ת (אין קען שטארק מעגליך זיין אז אלעס מיטען חשבון אז עס זאל נישט חרוב ווערן אלעס וואס די טאטע האט אויפגעבויעט אין עס זאל ווייטער זיין א מנהיג על העדה) איז ווייטער נישט גוט
קענט איר מיר זאגען וואס איר ווילט פון דעם איד?

דיסקלעימער אין האב נישט קיין שום שייכות מיט טאהש איך סין סך הכל דארט געווען צוויי מאל אלץ בחור אין איך פלאן נישט צו פארען נאכאמאל
ראוונע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 520
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 28, 2015 11:21 am
האט שוין געלייקט: 211 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 261 מאל

הודעהדורך גאנצל » מאנטאג אוגוסט 24, 2015 11:51 am

כראוונע

זעהר גוט געזאגט
אין קורצן נישט איבערנעמען א רעביסטיווע ווען מ'דארף עס איבערנעמען איז קיין עניוות ניקס (ספעשילי ווען דו ווייסט אז דו גייסט עס סוכ"ס נעמען איז עס א פשוטע עקלדיגע בלאף)
ווען ר' מיילעך זאל ווען נישט איבערנעמען די רעביסטיווע וואלט ער נישט געווען קיין עניו נאר א פארלעצער
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2886
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 492 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

הודעהדורך גאלד » מאנטאג אוגוסט 24, 2015 1:41 pm

די גאנצע חוזק געמאכעכטס פון ר' מיילעך טאשער זז"ג שטאמט פון שמאל קעפיקייט און בעבישקייט,

זייט וועלט איז וועלט שטארבן גרויסע רבי'ס,
זייט וועלט איז וועלט גייט א חסידות ווייטער אן,
זייט וועלט איז וועלט איז דא א ממלא מקום,
זייט וועלט איז וועלט איז ווען ס'דא קינדער זענען די קינדער געווענליך ממלא מקום,
זייט וועלט איז וועלט איז דער ממשיך דרך זיך נוהג גענוי ווי דער אלטער רבי,

נו וואס אז ער גייט מיט א ווייסע בעקישע און א ווייסע קאפל,
נו וואס אז ער טיילט שריים,
נו וואס אז ער וואונטשט,
ער איז דאך געווארן "טאהשער" רבי, נישט קרעטשניפער רבי נישט ספינקא רבי נישט פאפא רבי
אבוויעסלי וועט ער זיך נוהג זיין במנהגי "טאהש",
וואס דען האסטו געוואלט?

וואס איז דא חוזק צו מאכן?

איך האלט ביי מאנכע קומט עס פון א קאמפלעקס וואס האבן א איינרעדענישע אז די אלע נייע רבי'ס פרובירן דא איינעם צו אריינארן,
און זיי זענען די כיטרע געריבענע מענטשן וואס לאזן זיך נישט נארן,
ממילא מוז מען למען השם רעדן מיט א זילזול פון למשל ר' הערשעלע ספינקער'ס קינדער, אדער למשל אדמור"י באבוב,


בעביס!
אויב קלערט איר אז איך געב א hoot אויף אהרן און זלמן לייב זאלט איר וויסן אז אויסדריקליך יא! און רעג מיך נישט אויף!
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2120
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 670 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1718 מאל

Re: האדמו"ר הרה"ק רבי אלימלך מטאהש שליט"א

הודעהדורך גראדעמעכעלע » מאנטאג אוגוסט 24, 2015 2:30 pm

זייט וועלט איז וועלט איז די חסידות וואס דו לייגסט אראפ, ליצנות
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1785
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6424 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2281 מאל

הודעהדורך שלמה המלך » מאנטאג אוגוסט 24, 2015 2:33 pm

גראדעמעכעלע האט געשריבן:זייט וועלט איז וועלט איז די חסידות וואס דו לייגסט אראפ, ליצנות

זייט וועלט איז וועלט ביסטו א 'גראדע מעכעלע' אפילו דעם חודש ביסטו גבאי!
באניצער אוואטאר
שלמה המלך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 752
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל

Re: האדמו"ר הרה"ק רבי אלימלך מטאהש שליט"א

הודעהדורך קאסטנער » מאנטאג אוגוסט 24, 2015 2:56 pm

שלמה המלך האט געשריבן:
גראדעמעכעלע האט געשריבן:זייט וועלט איז וועלט איז די חסידות וואס דו לייגסט אראפ, ליצנות

זייט וועלט איז וועלט ביסטו א 'גראדע מעכעלע' אפילו דעם חודש ביסטו גבאי!


סתם ליפטיגע אטאקירונג
באניצער אוואטאר
קאסטנער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 377
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 19, 2014 7:55 pm
האט שוין געלייקט: 418 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 222 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » מאנטאג אוגוסט 24, 2015 4:40 pm

גאלד האט געשריבן:די גאנצע חוזק געמאכעכטס פון ר' מיילעך טאשער זז"ג שטאמט פון שמאל קעפיקייט און בעבישקייט,

זייט וועלט איז וועלט שטארבן גרויסע רבי'ס,
זייט וועלט איז וועלט גייט א חסידות ווייטער אן,
זייט וועלט איז וועלט איז דא א ממלא מקום,
זייט וועלט איז וועלט איז ווען ס'דא קינדער זענען די קינדער געווענליך ממלא מקום,
זייט וועלט איז וועלט איז דער ממשיך דרך זיך נוהג גענוי ווי דער אלטער רבי,

נו וואס אז ער גייט מיט א ווייסע בעקישע און א ווייסע קאפל,
נו וואס אז ער טיילט שריים,
נו וואס אז ער וואונטשט,
ער איז דאך געווארן "טאהשער" רבי, נישט קרעטשניפער רבי נישט ספינקא רבי נישט פאפא רבי
אבוויעסלי וועט ער זיך נוהג זיין במנהגי "טאהש",
וואס דען האסטו געוואלט?

וואס איז דא חוזק צו מאכן?

איך האלט ביי מאנכע קומט עס פון א קאמפלעקס וואס האבן א איינרעדענישע אז די אלע נייע רבי'ס פרובירן דא איינעם צו אריינארן,
און זיי זענען די כיטרע געריבענע מענטשן וואס לאזן זיך נישט נארן,
ממילא מוז מען למען השם רעדן מיט א זילזול פון למשל ר' הערשעלע ספינקער'ס קינדער, אדער למשל אדמור"י באבוב,


בעביס!


גערעכט אבער נישט גערעכט. די לעצטע הונדרעט יאר איז עס אזוי אז קינדער נעמען איבער צו זיי זענען ראוי אדער נישט.

די בעש"ט, רבי ר' בער די חוזה מלובלין ועוד ועוד האבן נישט איבערגעלאזט א "חסידות" פאר זייערע קינדער. אנדערע צדיקים וואס זייערע קינדער האבן עס פארדינט, זענען די חסידים יא אריבערגעגאנגען צום זון. די לעצטע הונדרעט יאר איז אבער יא אזוי געווען עפ"י רוב.

ביסט גערעכט אז ס'איז בעביעש מזלזל צו זיין אין היינטיגע רביס בלויז ווייל זיי זענען ווייניגער ווי זייערע טאטעס אבער ביסט נישט גערעכט מיט דיין הנחה אז דאס איז די בלויזע סיבה פארוואס מ'איז מזלזל אין זיי. אסאך רביס ובתוכם עטליכע פון די וואס די האסט אויסגערעכנט פארדינען נישט קיין רעספעקט און ווען זיי שטעלן אן א פנים ווי מלאכים ברענגט עס ארויס אפשיי.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2519
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3936 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

הודעהדורך דולה ומשקה » מאנטאג אוגוסט 24, 2015 5:34 pm

פשוט, ווייל היינט איז עס א גוטע ביזנעס. עס קומט מיט ריעל עסטעיט, POWER, כבוד, JOBS פאר בני המשפחה, ועוד ועוד.
די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"...
(קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע בולשיט"...
(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2639
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1768 מאל

Re: האדמו"ר הרה"ק רבי אלימלך מטאהש שליט"א

הודעהדורך דעת תורה » מאנטאג אוגוסט 24, 2015 6:54 pm

פון די געצווינגענע רבי'ס קען מען אויך רעכענען הרה"ק ר' ברוך ממונקאטש זי"ע, נישט ממש זיך אפגעזאגט דערפון אבער ער'ט געהאלטן דערביי בערך ווי ר' מיילעך'ל טאהש'ער. און ווען ער האט זיך אין פריוואטן לעבן געוואלט פירן כרצונו הטהור האבן די חסידים פרובירט בכל כוחם ארויף צווינגען די גינוני אדמו"רות עד כדי שפיכת דמים כמעט.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 4546 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1732 מאל

הודעהדורך למדן » מאנטאג אוגוסט 24, 2015 9:14 pm

וועגן דעם רבין ר' ברוכל ווייס איך נישט אויב איהם האט געבאדערט די רביסטווע אדער די שפיכות דמים וואס איהר האט דערמאנט ואכמ''ל ווארום עס איז נישט זיין אשכול, ווי אויך זעה איך נישט ווען ער'ז געווען געצווינגען, ער'ט משמש ברבנות ביז צו זיין פטירה אין א דערפל אין א''י
באניצער אוואטאר
למדן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 507
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 6:40 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 218 מאל

Re: האדמו"ר הרה"ק רבי אלימלך מטאהש שליט"א

הודעהדורך דעת תורה » מאנטאג אוגוסט 24, 2015 9:27 pm

די אדמו"רות איז געווען געצווינגען, נגד רצונו וטבעו. רבנות נישט.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 4546 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1732 מאל

הודעהדורך למדן » מאנטאג אוגוסט 24, 2015 11:39 pm

לענ''ד לא נראה כן, נאר ער'ט זיך נישט געוואלט אונטערווארפן אונטער די פירערשאפט פון הגה''ח הרב חיים בער ווי כ'האב גיהערט פון מונקאטשע יודן, און ווי כ'האב געשריבן ואכמ''ל ווייל מ' פאהרט אוועק פון ענין.
באניצער אוואטאר
למדן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 507
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 6:40 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 218 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק צימעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט