האדמו"ר הרה"ק רבי אלימלך מטאהש שליט"א

מהנעשה והנשמע אין די היימישע גאסן און הויפן
געדענקט!
ביטע זיך פרובירן האלטן אביעקטיוו און נישט אטאקירן אנדערע מעמבערס. לופטיגע הודעות וועלן נישט טאלערירט ווערן! קליקט דא צו זען די פרינציפן פון דעם פארום.

הודעהדורך חסיד » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 11:43 am

שמעון וואלף האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:די גאנצע חוזק געמאכעכטס פון ר' מיילעך טאשער זז"ג שטאמט פון שמאל קעפיקייט און בעבישקייט,

זייט וועלט איז וועלט איז ווען ס'דא קינדער זענען די קינדער געווענליך ממלא מקום,
זייט וועלט איז וועלט איז דער ממשיך דרך זיך נוהג גענוי ווי דער אלטער רבי,

בעביס!

גערעכט אבער נישט גערעכט. די לעצטע הונדרעט יאר איז עס אזוי אז קינדער נעמען איבער צו זיי זענען ראוי אדער נישט.

די בעש"ט, רבי ר' בער די חוזה מלובלין ועוד ועוד האבן נישט איבערגעלאזט א "חסידות" פאר זייערע קינדער. אנדערע צדיקים וואס זייערע קינדער האבן עס פארדינט, זענען די חסידים יא אריבערגעגאנגען צום זון. די לעצטע הונדרעט יאר איז אבער יא אזוי געווען עפ"י רוב.

ביסט גערעכט אז ס'איז בעביעש מזלזל צו זיין אין היינטיגע רביס בלויז ווייל זיי זענען ווייניגער ווי זייערע טאטעס אבער ביסט נישט גערעכט מיט דיין הנחה אז דאס איז די בלויזע סיבה פארוואס מ'איז מזלזל אין זיי. אסאך רביס ובתוכם עטליכע פון די וואס די האסט אויסגערעכנט פארדינען נישט קיין רעספעקט און ווען זיי שטעלן אן א פנים ווי מלאכים ברענגט עס ארויס אפשיי.

מען מוז געדענקן אז דער רבי פון לובלין, דער בעש''ט, און דער מעזריטשער מגיד האבן נישט געהאט באמת וואס איבערצולאזן פאר די קינדער ווייל זיי זענען נישט געוועהן קיין רבני העיר (הגם שהק' ר' צבי בן הבעש''ט התחיל עד שנה ראשונה כידוע ואכמ''ל) און קיין מוסדות וכדו' האט אויך נישט עקזיסטירט, מה שאין כן ביי הרה''ק מראפשיץ, צאנז, שיניאווע, סדוגערא, הוסיאטין, בעלזא, וויזניץ, קשאנוב, פרימישלאן, טשערנאבל, ועוד ועוד ווי די רבנים האבן געהאט אן אפיציעלע פאסטן איז די פאסטן אריבער צו די קינדער ווי דער רמ''א פסק'נט יו''ד סי' רמ''ה מי שהוחזק לרב בעיר אפילו החזיק בעצמו באיזה שררה, אין להורידו מגדולתו אף על פי שבא לשם אחר גדול ממנו (ריב"ש סימן רע"א). אפילו בנו ובן בנו לעולם קודמים לאחרים, כל זמן שממלאים מקום אבותיהם ביראה והם חכמים קצת עכלה''ק.

בימינו אלה ווען רבנות אדמורו''ת קומט מיט שררה, שוויות וכדו' איז עפ''י הלכה בן קודם לכל אדם.

דאס וואס איז נוגע די חסידים וחסידות, קען זיך יעדער קלויבן וועמען עם שמעקט, ווי דער שיניוואר רב וואס די רבנות איז אריבער צו די קינדער אבער חסידים זענען אסאך געפארן קיין ציעשנוב וכדו'.
באניצער אוואטאר
חסיד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 24, 2014 5:13 pm
האט שוין געלייקט: 101 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

Re: האדמו"ר הרה"ק רבי אלימלך מטאהש שליט"א

הודעהדורך גרויסע מענטשעלע » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 10:47 am

לא היה רבי בישראל אזוי ווי הרה"צ אלימלך לאווי שליט"א

יא ענק זעהן גוט וואס כהאב געשריבן הרב "הצדיק"

ווי באקאנט ווייסט יעדער אין די קליין שטעטלע טאהש איז געוועהן אסאך מחלוקת במשך די לעצטע יארן.

אין די היינטיגע טאהשע רבי דרייט צוריק דאס רעדיל אין מאכט שלום.

בילדבילד

אזוי ארבעט ער ווייטער צוריק צוזאמצושטעלן די 2 סקולס ועוד....

אשריך טאהשע רבי
דאס מענטשעלע שפילט........
גרויסע מענטשעלע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 839
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
האט שוין געלייקט: 1045 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל

הודעהדורך שלמה המלך » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 1:56 pm

אס איז א "טיפיקל טאהשע רבי"
באניצער אוואטאר
שלמה המלך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 759
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 426 מאל

Re: האדמו"ר הרה"ק רבי אלימלך מטאהש שליט"א

הודעהדורך גר ותושב » מוצ"ש סעפטעמבער 19, 2015 11:20 pm

uploadfromtaptalk1442719230553.JPG

משכנות לאביר יעקב דטאהש
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1649
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1598 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1071 מאל

Re: האדמו"ר הרה"ק רבי אלימלך מטאהש שליט"א

הודעהדורך גרויסע מענטשעלע » פרייטאג יאנואר 22, 2016 4:55 pm

בילד
עפעס פאליטיק גייט פאר אין טאהש וועגן נאך א מנין שבת

ווייסט איינער מער ?
דאס מענטשעלע שפילט........
גרויסע מענטשעלע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 839
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
האט שוין געלייקט: 1045 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל

הודעהדורך הגיון » דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:45 pm

עס קומט זיך באמת קרעדיט פארן היינטיגע טאהשער רבי. וויפיל רביס קענט איר וואס וואלטן נישט גע׳חלש׳ט צו זיצן אויף א גאלדענעם בענקל? אויפן בילד קען מען זען דעם אלטן טאהשער רביס בענקל פון הינטערווייליכס, און ער זיצט אויף א פשוטן בענקל.

געב קרעדיט פאר וועם עס קומט זיך.
בייגעלייגטע פיילס
image.jpeg
הגיון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 34
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 23, 2016 12:10 pm
האט שוין געלייקט: 64 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

הודעהדורך קנאק-יענקל » מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 5:05 pm

שש משזר האט געשריבן:איך קען יא א רבי וואס מ'האט אים כאילו געברענגט מיט קייטן צום רבי'סטעווע

איך קען נאך א רבי וואס האט 'געשפילט' ווי כאילו מ'האט אים געברענגט מיט קייטן צו די רבי'סטעווע.

ווער ס'געדענקט די סומעטאכע אין תולדות אהרן, ווען דער פאטער בעל דברי אמונה איז געווען חלשות קראנק, און זיינע צוויי בנים האבן זיך געריסן ביי די הענט.
[דאן] ר' דוד קאהן האט פלוצים 'פארלוירן' זיין פאספארט און נישט געקענט אהיימפארן קיין מאנסי (מ'זאגט אז די אלע יעצטיגע נסיעות רוב פון יאר זענען איז אלס כפרה פאר דעמאלטס נישט אוועקפארן און איבערלאזן די מחלוקת אביסל שטילער......)
שפעטער נאך די פטירה ווען ס'איז געווען די דין תורה הידוע, און בי"ד האט געגעבן גערעכט פאר זיין צד, האט תו"א נישט פארגעסן צו בעטן פונעם בי"ד צו שפילן דעם עניוות-שפיל אלל-דע-וועי, און צושרייבן אין נוסח הפסק דין בזה"ל:
"והוכרח לקבלו לפי פקודת אביו"

און אזוי, טאקע ממש געצווינגען, בלית ברירה, נאר לקיים פקודת אביו, האט די וועלט זוכה גווען צום גרויסן אור באהאלטן אונטער דעם שלייער פון תולדות אהרן רבי'ן, וועלכער איז אייגנטליך א שוואגער פון רבינו הקדוש השרף הנורא מטאהש זאל זיין געזונט, יאריכו ימים על ממלכתם.
קנאק-יענקל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 63
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2016 2:43 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

Re: האדמו"ר הרה"ק רבי אלימלך מטאהש שליט"א

הודעהדורך מאטל שניידער » מאנטאג יוני 05, 2017 10:21 am

ב"ה געווען גאר א געהויבענער יו"ט ביי כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א
עס האט זיך אנגעזעהן גאר א גרויסער ציבור געסט וואס זענען זיך געקומען מסתופף זיין בצל הקודש
די ערשטע נאכט האט רבינו שליט"א אויפגעטרעטן פאר מעריב בעניין חומר קדושת ביהמ"ד וועגן רעדן ביים דאווענען
די טיש ליל א איז געווען גאר גאר געהויבן,
אהבה רבה האט מען איין טאג געזונגען דעם ניגון המקובל בטאהש דעם אנדערן האט מען געזונגען די ניגון המקובל בסאטמאר
מוצאי יום טוב איז פארגעקומען א באגלייטן מיט מוזיק כנהוג מען האט באגלייט רבינו שליט"א פון ביהמ"ד בבית צירל ביז ביתו נאוה קודש #9(נישט זיך פארמישן מיט ביתו סתם)
אזוי אויך האט מען געזונגען וכל קרני רשעים אגדע כנהוג במוצאי שבועות
מענטשן'ס מחשבות ווערן געטוישט דורך אָבזערוואַציע און נישט דורך אַרגומענטן.
באניצער אוואטאר
מאטל שניידער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 11:31 am
האט שוין געלייקט: 71 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 82 מאל

הודעהדורך דולה ומשקה » דינסטאג יוני 06, 2017 10:29 am

האסט אויסגעלאזט זייער א וויכטיגע פונקט, אז דער שרף שליט"א האט געהאט סיי א נייע ווייסע בעקיטשע און סיי א נייע ווייסע שלאף קאפל.
ליתר שאת, אויף 'שבת נאך שבועות' איז דער רבי ר' אלימלך שליט"א געבליבען מיט נייעם ווייסע בעקטישע אבער דעם ווייסע שלאף קאפל איז מען צוריק צום אלטען. ומי יבוא בסוד השם, יסודתו בהררי קודש.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע בולשיט"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2671
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 519 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1796 מאל

Re: האדמו"ר הרה"ק רבי אלימלך מטאהש שליט"א

הודעהדורך מאטל שניידער » פרייטאג יוני 09, 2017 7:45 am

רבינו שליט"א איז נאכנישט קיין שרף כאפ נישט קיין הייסע לאקשן
מענטשן'ס מחשבות ווערן געטוישט דורך אָבזערוואַציע און נישט דורך אַרגומענטן.
באניצער אוואטאר
מאטל שניידער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 11:31 am
האט שוין געלייקט: 71 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 82 מאל

הודעהדורך יעלה ויבא » פרייטאג יוני 09, 2017 8:50 am

הייסט ער האט אלעס גע'ירש'ענט פון זיין טאטן חוץ די טיטל שרף?
יעלה ויבא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 272
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 19, 2014 9:51 pm
האט שוין געלייקט: 2153 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

הודעהדורך מאטל שניידער » פרייטאג יוני 09, 2017 2:52 pm

קודם כל די טאטע האט מען אויך נישט גערופן שרף, די שרף פון טאהש איז נאר געווען איינס,
די טאטע איז רבינו הקדוש אין די זון איז רבינו סתם
מענטשן'ס מחשבות ווערן געטוישט דורך אָבזערוואַציע און נישט דורך אַרגומענטן.
באניצער אוואטאר
מאטל שניידער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 11:31 am
האט שוין געלייקט: 71 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 82 מאל

הודעהדורך אינטערסאנטער » דאנערשטאג אפריל 12, 2018 6:09 pm

געווען פסח אין טאהש. איך מיז ענק זאגן אז עס איז עפעס חוץ לדרך הטבע וויאזוי די רביסטעווע האט זיך איינגעגעבן. יעדער שטעלט זיך צו, און מען שטיצט אים, מען קומט צו די טישן, מען ווייקט זיך ביי אים מיט זייער א שטארקע אנהענגערשאפט.

אפילו זיינע (אמאליגע) שונאים דארט האבן נישט קיין עכטע שלעכט ווארט אויף אים (חוץ אז "ווער איז ער" וכדומה אזעלכע ווערטער, אבער זיי האבן פארגעסן אז דער דרך העולם איז אז דער זוהן נעמט איבער, און טאהשער רבי ז"ל וואס ער האט געמאכט דעים שטעטל מיט זיינע צוויי פינגער, האט די בעלות אויפ'ן שטעטל, אז זיין זוהן זאל דאס מעגן יורש זיין, געפעלט דיר נישט גיי פון דא).

לויט די מהלך וויאזוי עס גייט יעצט וועט במשך הימים די מחלוקה אינגאנצן צולאזט ווערן (וועט לכאורה אבער נעמען נאך א שיינע פאר יאר, מען דארף האבן געדולד). עס איז נישט דא מיט וועמען זיך צו שלאגן, יעדער זעהט אז די נייע טאהשער רבי שליט"א איז באמת נישט דא פאר מחלוקת, און דאס איז זייער קלוג.
אינטערסאנטער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 169
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 80 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » דאנערשטאג אפריל 12, 2018 6:27 pm

אינטערסאנטער האט געשריבן:געווען פסח אין טאהש. איך מיז ענק זאגן אז עס איז עפעס חוץ לדרך הטבע וויאזוי די רביסטעווע האט זיך איינגעגעבן. יעדער שטעלט זיך צו, און מען שטיצט אים, מען קומט צו די טישן, מען ווייקט זיך ביי אים מיט זייער א שטארקע אנהענגערשאפט.

מ'שלאגט זיך און מ'הרג'ט זיך דארט אויף טויט....
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1859
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 202 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2104 מאל

Re: האדמו"ר הרה"ק רבי אלימלך מטאהש שליט"א

הודעהדורך מאטל שניידער » דאנערשטאג אפריל 12, 2018 6:43 pm

קאך_לעפל האט געשריבן:
אינטערסאנטער האט געשריבן:געווען פסח אין טאהש. איך מיז ענק זאגן אז עס איז עפעס חוץ לדרך הטבע וויאזוי די רביסטעווע האט זיך איינגעגעבן. יעדער שטעלט זיך צו, און מען שטיצט אים, מען קומט צו די טישן, מען ווייקט זיך ביי אים מיט זייער א שטארקע אנהענגערשאפט.

אפילו זיינע (אמאליגע) שונאים דארט האבן נישט קיין עכטע שלעכט ווארט אויף אים (חוץ אז "ווער איז ער" וכדומה אזעלכע ווערטער, אבער זיי האבן פארגעסן אז דער דרך העולם איז אז דער זוהן נעמט איבער, און טאהשער רבי ז"ל וואס ער האט געמאכט דעים שטעטל מיט זיינע צוויי פינגער, האט די בעלות אויפ'ן שטעטל, אז זיין זוהן זאל דאס מעגן יורש זיין, געפעלט דיר נישט גיי פון דא).

לויט די מהלך וויאזוי עס גייט יעצט וועט במשך הימים די מחלוקה אינגאנצן צולאזט ווערן (וועט לכאורה אבער נעמען נאך א שיינע פאר יאר, מען דארף האבן געדולד). עס איז נישט דא מיט וועמען זיך צו שלאגן, יעדער זעהט אז די נייע טאהשער רבי שליט"א איז באמת נישט דא פאר מחלוקת, און דאס איז זייער קלוג.

מ'שלאגט זיך און מ'הרג'ט זיך דארט אויף טויט....
שקר וכזב
מענטשן'ס מחשבות ווערן געטוישט דורך אָבזערוואַציע און נישט דורך אַרגומענטן.
באניצער אוואטאר
מאטל שניידער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 11:31 am
האט שוין געלייקט: 71 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 82 מאל

הודעהדורך לחיים ולברכה » דאנערשטאג אפריל 12, 2018 8:11 pm

אבי נישט צווישן אידן
לחיים ולברכה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 81
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 29, 2016 2:06 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

הודעהדורך אינטערסאנטער » דאנערשטאג אפריל 12, 2018 10:48 pm

קאך_לעפל האט געשריבן:
אינטערסאנטער האט געשריבן:געווען פסח אין טאהש. איך מיז ענק זאגן אז עס איז עפעס חוץ לדרך הטבע וויאזוי די רביסטעווע האט זיך איינגעגעבן. יעדער שטעלט זיך צו, און מען שטיצט אים, מען קומט צו די טישן, מען ווייקט זיך ביי אים מיט זייער א שטארקע אנהענגערשאפט.

אפילו זיינע (אמאליגע) שונאים דארט האבן נישט קיין עכטע שלעכט ווארט אויף אים (חוץ אז "ווער איז ער" וכדומה אזעלכע ווערטער, אבער זיי האבן פארגעסן אז דער דרך העולם איז אז דער זוהן נעמט איבער, און טאהשער רבי ז"ל וואס ער האט געמאכט דעים שטעטל מיט זיינע צוויי פינגער, האט די בעלות אויפ'ן שטעטל, אז זיין זוהן זאל דאס מעגן יורש זיין, געפעלט דיר נישט גיי פון דא).

לויט די מהלך וויאזוי עס גייט יעצט וועט במשך הימים די מחלוקה אינגאנצן צולאזט ווערן (וועט לכאורה אבער נעמען נאך א שיינע פאר יאר, מען דארף האבן געדולד). עס איז נישט דא מיט וועמען זיך צו שלאגן, יעדער זעהט אז די נייע טאהשער רבי שליט"א איז באמת נישט דא פאר מחלוקת, און דאס איז זייער קלוג.

מ'שלאגט זיך און מ'הרג'ט זיך דארט אויף טויט....

אזעלכע שטותים גראבע אפענע שקרים צו שרייבן. זעהט אויס אז די ביסט נישט אין כלל פון אינשי, וואס חז"ל זאגן במילתא דעבידי לגלויי לא משקרי אינשי.
אינטערסאנטער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 169
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 80 מאל

Re: האדמו"ר הרה"ק רבי אלימלך מטאהש שליט"א

הודעהדורך אונטער חכם » פרייטאג אפריל 13, 2018 12:35 am

איינער וואס איז דארט געווען אויף פסח האט מיר דערציילט וויאזוי עס ארבעט, ער זאגט מיר אז דער רבי פעמפערט ממש יעדן איינעם דארט , ער באמערקט יעדן וואס קומט אריין צום טיש , מאכט זיכער אז יעדער האט א פלאץ ,וכדומה, און אזוי געט זיך די רעביסטעווע צוביסלעך איין , נאכדערצו אז ער טשעפעט שוין קיינעם נישט.
אונטער חכם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 5:42 pm
האט שוין געלייקט: 618 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 350 מאל

הודעהדורך מאטל שניידער » פרייטאג אפריל 13, 2018 10:33 am

אין קורצן: עס איז דא "מתנגדים" אבער עס איז נישטא קיין "התנגדות" ב"ה

די מתנגדים וועלן אייביג זיין איבעראל זיי זענען אזוי געבוירן
מענטשן'ס מחשבות ווערן געטוישט דורך אָבזערוואַציע און נישט דורך אַרגומענטן.
באניצער אוואטאר
מאטל שניידער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 11:31 am
האט שוין געלייקט: 71 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 82 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » זונטאג מאי 06, 2018 4:46 pm

וועלוול שמעלצער אינעם אוצר ל''ג בעומר
בייגעלייגטע פיילס
טאהש קודש.png
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4876 מאל

הודעהדורך סקרן » מאנטאג מאי 07, 2018 6:04 pm

וועט ער אויפנעמען בעלזער רב אדער וועט ער איינגיין פאר די סאטמארע לחץ?
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1078
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 270 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 653 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » מאנטאג מאי 07, 2018 6:17 pm

חסיד האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:די גאנצע חוזק געמאכעכטס פון ר' מיילעך טאשער זז"ג שטאמט פון שמאל קעפיקייט און בעבישקייט,

זייט וועלט איז וועלט איז ווען ס'דא קינדער זענען די קינדער געווענליך ממלא מקום,
זייט וועלט איז וועלט איז דער ממשיך דרך זיך נוהג גענוי ווי דער אלטער רבי,

בעביס!

גערעכט אבער נישט גערעכט. די לעצטע הונדרעט יאר איז עס אזוי אז קינדער נעמען איבער צו זיי זענען ראוי אדער נישט.

די בעש"ט, רבי ר' בער די חוזה מלובלין ועוד ועוד האבן נישט איבערגעלאזט א "חסידות" פאר זייערע קינדער. אנדערע צדיקים וואס זייערע קינדער האבן עס פארדינט, זענען די חסידים יא אריבערגעגאנגען צום זון. די לעצטע הונדרעט יאר איז אבער יא אזוי געווען עפ"י רוב.

ביסט גערעכט אז ס'איז בעביעש מזלזל צו זיין אין היינטיגע רביס בלויז ווייל זיי זענען ווייניגער ווי זייערע טאטעס אבער ביסט נישט גערעכט מיט דיין הנחה אז דאס איז די בלויזע סיבה פארוואס מ'איז מזלזל אין זיי. אסאך רביס ובתוכם עטליכע פון די וואס די האסט אויסגערעכנט פארדינען נישט קיין רעספעקט און ווען זיי שטעלן אן א פנים ווי מלאכים ברענגט עס ארויס אפשיי.

מען מוז געדענקן אז דער רבי פון לובלין, דער בעש''ט, און דער מעזריטשער מגיד האבן נישט געהאט באמת וואס איבערצולאזן פאר די קינדער ווייל זיי זענען נישט געוועהן קיין רבני העיר (הגם שהק' ר' צבי בן הבעש''ט התחיל עד שנה ראשונה כידוע ואכמ''ל) און קיין מוסדות וכדו' האט אויך נישט עקזיסטירט, מה שאין כן ביי הרה''ק מראפשיץ, צאנז, שיניאווע, סדוגערא, הוסיאטין, בעלזא, וויזניץ, קשאנוב, פרימישלאן, טשערנאבל, ועוד ועוד ווי די רבנים האבן געהאט אן אפיציעלע פאסטן איז די פאסטן אריבער צו די קינדער ווי דער רמ''א פסק'נט יו''ד סי' רמ''ה מי שהוחזק לרב בעיר אפילו החזיק בעצמו באיזה שררה, אין להורידו מגדולתו אף על פי שבא לשם אחר גדול ממנו (ריב"ש סימן רע"א). אפילו בנו ובן בנו לעולם קודמים לאחרים, כל זמן שממלאים מקום אבותיהם ביראה והם חכמים קצת עכלה''ק.

בימינו אלה ווען רבנות אדמורו''ת קומט מיט שררה, שוויות וכדו' איז עפ''י הלכה בן קודם לכל אדם.

דאס וואס איז נוגע די חסידים וחסידות, קען זיך יעדער קלויבן וועמען עם שמעקט, ווי דער שיניוואר רב וואס די רבנות איז אריבער צו די קינדער אבער חסידים זענען אסאך געפארן קיין ציעשנוב וכדו'.

אין ספר עבודת יששכר ווייטאגט ער שטארק אויף די נייע מנהג אז קינדער נעמען אויטאמאטיש איבער די רעביסטעווע, און ער האלט אז דאס איז גורם צו ירידת הדורות.
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1038
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 886 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 891 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » דינסטאג מאי 08, 2018 12:48 am

געוואלדיג האט געשריבן:וועלוול שמעלצער אינעם אוצר ל''ג בעומר

וואס איז דעם רבי'נס נאמבער? איך נויטיג מיר אין א זילבערנע בעקיטשע, סייז 42.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2263
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1149 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1433 מאל

Re: האדמו"ר הרה"ק רבי אלימלך מטאהש שליט"א

הודעהדורך אונטער חכם » דינסטאג מאי 08, 2018 1:01 am

גאלד האט געשריבן:די גאנצע חוזק געמאכעכטס פון ר' מיילעך טאשער זז"ג שטאמט פון שמאל קעפיקייט און בעבישקייט,

זייט וועלט איז וועלט איז ווען ס'דא קינדער זענען די קינדער געווענליך ממלא מקום,
זייט וועלט איז וועלט איז דער ממשיך דרך זיך נוהג גענוי ווי דער אלטער רבי,

בעביס!

הייסט עס אזוי, נעמען א מענטש וואס איז נאר נעכטן געווען א פשוטער בעל הבית , אדער ווייניגער, אים מאכן אלס מנהיג פון די קהילה, און שרייען קדוש איז נארמאל, אבער חוזק מאכן דערפון איז שמאלקעפיקייט?

נישט קיין חילוק וויפיל מאל מען האט געטוהן א משוגענע זאך ווערט עס נאך נישט נארמאל.
אונטער חכם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 5:42 pm
האט שוין געלייקט: 618 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 350 מאל

הודעהדורך סקרן » דינסטאג מאי 08, 2018 2:04 pm

מיט אלע טאשערס איך האטב גערעדט האב איך נישט געהערט שרייען אויף דעם היינטיגן רבי'ן קדוש
און להערה בעלמא ער איז נישט געווען א בעה"ב ביז די טאג זיין טאטע איז אוועק טרייב נישט איבער
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1078
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 270 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 653 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק צימעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט