קרית יואל: האק מיר אפ א פינגער און פאר מיין שונא צוויי

מהנעשה והנשמע אין די היימישע גאסן און הויפן
געדענקט!
ביטע זיך פרובירן האלטן אביעקטיוו און נישט אטאקירן אנדערע מעמבערס. לופטיגע הודעות וועלן נישט טאלערירט ווערן! קליקט דא צו זען די פרינציפן פון דעם פארום.

הודעהדורך שושן פורים » פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 4:05 pm

פיינע קאווע האט געשריבן:
medic האט געשריבן:אפשר באלאנג איך נישט דא, אלס א םרעמדער דארף איך שטיין פון די זייט, אבער איך האב איין שטארק דרוקענדע שאלה:
מ'לעבט היינט אין א וועלט פון אפענקייט, פארשידענע קעגנזייטיגע פראקציעס דורך אויס די וועלט לערנען זיך אויס צו לעבן אין פרידן זייט ביי זייט, פארוואס קען די ווילידזש פון קרית יואל זיך נישט אויסלערנען צו לעבן פרידליך מיט די אנדערע פארטייען, פון די וואלן און פון די נומערן פון די קינדער אין די אנדערע מוסדות איז אנזעבאר אז די אנדערע פראקציעס זענען בערך א דריטל שטעטל, און ביי די וואלן האט זיך ארויסגעשטעלט אז מ'דארף צוקומען צו זיי, ווייל דורך זיי האט די ווילידזש פארלוירן די וואלן, פארוואס קען נישט אביסל שכל גענוצט ווערן און געבן פאר די אנפירער א געלעגנהייט זיך אראפצוזעצן מיט די קנאקערס פון די אנדערע פראקציעס און ארבעטן אינאיינעם, איז ווערט צו פארלירן און אזויפיל איינשטעלן ענדערש ווי ארויסווייזן אביסל טאלעראנץ פאר א צווייטן? ס'גייט מיר נישט אין קאפ אריין, מ'רעדט דאך פון נארמאלע מענטשן.


איך גלייב נישט דו ביזט אזוי נאיוו. אויב יא וועל איך דיר זאגען זייער בקיצור.
אסאך האבן שוין פרובירט עס זאל קומען לעמק השוה. די פראבלעם איז ווי פאלגענד
צד הא' (חסידי מהר"א) באשטייען פון חסידים מער ווייניגער איין מיינונג. יעדער האט ליעב דעם רבין די קהלה די פירער די ראשי העדה. אז דו גלייבסט נישט קום צו א שלוש סעודות אין ביהמ"ד הגדול. זעה די סיפוק פון אלע. אדער כאפ א שמועס מיט סיי וועלכער חסיד (בכלליות פארשטייט זיך) וועסטו איבערצייגט ווערן יעדער איז פאזיטיוו מען איז נישט ביזי מיט יענעם.

מיר קוקט אויס ווי צד א איז מער פארנומען מיט דעם אז זיי זענען נישט ביזי מיט יענעם ווי צד ב איז ביזי מיט יענעם
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 676
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 507 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 820 מאל

הודעהדורך אלס ווייסער » זונטאג נאוועמבער 15, 2015 1:23 am

הרב_שלום האט געשריבן:א איד אין קרית יואל וואס וואוינט אין מירון האט געבויט א ווא ט און זיין גארטען אז די יודען וואס גייען דורך דראביטש זאלן נישט אריין שטעקן זייער נעזער, זעלבסט פארששטענדליך אז ער האט דאס דוסקאסירט מיטן ווילעדזש אפישעלס און זיי האבן געגעבען אן אפראוועל
אצינד נאך אויס שפענדן 150 אלפים זענען זיי געקומען און עס צו ווארפען (בלויז איין ביישפיל פונעם ווילעדזש באהערדע)

אויב רעדסטו פון בעריש שענברוין איז עס שקר וכזב, די ווילידזש האט אים דעמאלטס געווארנט אז עס קען זיין איין טאג וועט ער עס דארפן אריינרוקן אבער ער האט געזאגט ער וויל נעמען די טשענסעס (נאך אלעם האט קיינער נישט געחלום׳ט אז מען וועט נאך בויען דירות דארטן וואס דעמאלטס איז די געיט סייווי גארנישט ווערט) אום יעצט מוז ער דאס אראפנעמען, איך גלייב אז ער וועט דאס דיר אליין קאנפירמען
אלס ווייסער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 55
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 08, 2012 12:54 am
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל

הודעהדורך green sunday » דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 1:10 pm

ס'געפעלט מיר, דער הרב שלום מאכט אייגענע הנחות "זעלבסט פארששטענדליך", נאכדעם האט ער שוין ביישפילן, וואס גייט זיין נעקסט?
green sunday
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 75
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 15, 2012 5:17 pm
האט שוין געלייקט: 41 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

הודעהדורך הרב_שלום » זונטאג נאוועמבער 29, 2015 5:18 pm

די וואך שבת האט יוסל וואלדמאן געדאווענט אין אוהל פיגא (אן ארונישע שול) די ארונים האבן איהם גארנישט גזאגט, ביים ארויסגיין האט ער זיך אנגערופען פאר די גבאים אז ביז אפאר וואכן דאווענט ער אינעם גרויסען ביהמ"ד
http://amzn.to/1SLdXKv

ווען איר קויפט אויף עמעזאן דריקט די לינק אויבען און איינוועגס העלפט ארויס א משפחה פון קינדער
הרב_שלום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 240
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2012 3:23 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל

הודעהדורך גאנצל » זונטאג נאוועמבער 29, 2015 6:16 pm

שוין ב"ה מ'זעהט ווי זוי די אלייענס ריוואלט האט געהאלפן מ'אונטערדריקט שוין נישט
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2886
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 492 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

הודעהדורך טשעסטער » מיטוואך נאוועמבער 08, 2017 8:18 pm

אניהקטן האט געשריבן:קען מיר איינער מסביר זיין די מענטאליטעט פון די זאליס אין מאנרא?

דער נאצי-ווילעדזש מיט די בלוטיגע מעסערס פארברענט און הרג'עט אידן אויפ'ן אויטא דא פע.

גרענטעד.

אבער וויאזוי נעמט עטס נקמה?

דורכ'ן עלעקטן מענטשן וואס האבן דיר פיינט, נישט ווייל גדלי' סעגעדין איז אדמיניסטראטאר פון קרית יואל נאר ווייל דו נעמסט מעדיקעיד, סעקשאן 8, פוד סטעמפס, און ווייל דו האסט מער ווי צוויי קינדער און דו וואקסט צו שנעל, און ביסט א גרויסער בורדען אויף די טעקספעיערס.

מיר זענען קעגן אבאמאקעיר, לאמיר עלעקטן אסאמא בין לאדין פאר פרעזידענט. ער וועט אונטערגראבן גאנץ אמעריקע און אבאמאקעיר וועט שוין מיטגיין אינאיינעם.

כ'מיין, העלא!

און ס'ווערט נאך בעסער פון דעם: די מענטשן וואס עטס האטס ארויסגעוואוט זענען די זעלבע מענטשן וועלכע האבן געווינען ווייל עטס האטס זיי אריינגעוואוט!!! איינעם פון זיי האט עטס עלעקטעד מיט א נישטיגע צוויי יאר צוריק. די ווילידזש רוצחים האבן געוואוט קעגן ביידן פון זיי!

די איינציגסטע סיבה פארוואס עטס האטס געוואוט קעגן ענקערע גוטע פריינד, וואס האבן ענק אלעס דעליווערט אויף א גאלדענעם טאץ, איז וויבאלד עטס האטס געזוכט א געווינס מיט ליכט צו געבן אביסל חיזוק פאר ענקערע נאכפאלגערס, און דער איינציגסטער וועג וויאזוי עטס האטס געקענט באווייזן צו האבן עפעס א וויקטארי איז דורך ארויסקאפען עמיצן, נישט קיין חילוק ווער ער איז. דער עיקר מען זאל קענען שרייען, קעי דזשעי אלייענס האט אפגעהאלטן א מעכטיגע זיג!!! בראווא!

פיין, כ'נעם אן דעם תירוץ.

יעצט אבער קומט דער ויהי ממחרת. מען וועקט זיך אויף און מען טרעפט זיך מיט א טאון גאווערמענט וואס איז נאך אלץ קעגן ענק. די יונייטעד מאנרא קאנדידאטן זענען נאר צוויי פון פינף. די אנדערע דריי טאון באאמטע האבן געזען אז עטס זענטס ביליגע אפארטוניסטס וואס וואוטן פאר קאנדידאטן נאר פאר איין סיבה, כדי צו קענען דערקלערן זיג, נישט קיין חילוק וואספארא זיג ס'זאל נאר זיין. זיי גייען ענק גארנישט געבן די קומענדיגע צוויי יאר ווייל פארוואס יא? עטס גייטס זיי סייווי ווארפן צו די הונט אין צוויי יאר ארום כדי צו קענען נאכאמאל ווייזן ענקערע נאכפאלגער, קוקטס נאר ווי מיר געווינען!

און יא, פאר איך פארגעס, דער ווילידזש האט שוין באקומען פונעם טאון אלעס וואס זיי האבן געדארפט, די קליינע אנעקסעישאן איז דורך. איבער דער גרעסערער אנעקסעישאן וועט א שופט מחליט זיין. עטס האטס נקמה גענומען אין נאצי-דייטשלאנד דורכ'ן אריינוואוטן אנטי-נאצי קאנדידאטן אין פראנקרייך. פיין!

דער פראבלעם איז אז ענקערע מוסדות געפינען זיך אין פראנקרייך, און נישט די אהרונישע מוסדות, און עטס זענטס יעצט סטאק מיט א גאווערמענט וואס האט ענק נישט ליב. די מעדזשאריטי האט ענק נישט ליב ווייל עטס האטס זיי געסקרוט אין באבנ'ס באבן אריין. די מינאריטי האט ענק נישט ליב פאר די זעלבע סיבה וואס זיי האבן אונז נישט ליב, דאס לעצטע מאל וואס כ'האב געטשעקט זענען מיר געגאנגען מיט די זעלבע פלאטשיגע היטן און שטאפענע היטן, און מיט די זעלבע בערד און פיאות. כ'דענק נישט אז ווען עטס זענטס אריינגעגאנגען איינקויפן אין וואלמארט האבן זיך אלע גוים פארנויגט פאר ענק מיט רעספעקט, הו אה, דא קומט אן אלייענס איד. מען קען זען אז ער איז א בעסערער איד. נישט קיין עקלדיגער ווילידזש רוצח מיט א בליטעדיגע מעסער.

און אויב ס'וועט זיך מאכן די קליינע טשענס אז די יונייטעד מאנרא וועט באשליסן צו גיין מיט'ן ווילידזש, אזוי ווי ענקערע פריינד וועמען עטס האטס נעכטן ארויסגעקאפעט האבן געטון (נישט אז איינער גלייבט אז דאס וועט געשען. דאסמאל האט עטס אריינגעוואוט די עכטע הארדקאור אנטיסעמיטן) וועט עטס דאך זיי ארויסוואוטן אין פיר יאר ארום! יעצט גיי זיי מיר מסביר פארוואס זאל עני נארמאלער פאליטישאן וועלן אפילו זיך זעצן מיט ענק צום טיש.

אבער באמת איז דאס אלעס נארישקייטן. עטס האטס געווינען אין די וואלן, פונקט אזוי ווי עטס האטס געווינען מיט צוויי יאר צוריק און מיט פיר יאר צוריק. צוויי יאר צוריק האט עטס געשריגן אז אויב דעניס מעקוואטערס געווינט איז די נאצי ווילידזש אויס. יעצט האטס עטס געשריגן אז אויב דעניס מעקוואטערס פארלירט איז די נאצי ווילידזש אויס. וועלן מיר אלע ווארטן רואיג צו זען וויאזוי עטס שרייטס נאכאמאל אין פיר יאר ארום אז דורכ'ן ארויסקאפען די צוויי יעצטיגע יונייטעד מאנרא פאליטישאנס איז די נאצי ווילידזש אויס.


ס'איז אדורך א 2 יאר, און לכבוד יענע וואלן האבן זיך זאכן אנגעהויבן צו טוישן, היינט האלט עס ביי דעם אז עס עקזעסטירט שוין א טואן אוו פאלם טרי, די גרעסטע לאזערס פון דעם אפגעטיילטע טאון זענען די חברה וועלכע האבן דעמאלטס געשטימט פאר יונייטעד מאנרא, און געהויבן זייער מוט, געהויבן די העצע, אריינגעטראגן אנעקסיעשאן אין געריכט, וואס האט צוגעברענגט צו א שלום אפמאך צווישן די ווילידזש און יונייטעד מאנרא פארשטייט זיך אז די אליינס איז דא ארויסגעפאלן פון בילד.

ווער גייט יעצט דארפן צוקומען צו די טובות פונעם טואן? די חברה וועלכע פארמאגן דארטן זייערע בניני הקהלה והמוסדות! קיין שטימען פארמאגן זיי מער נישט דארטן!
הה"ד בור כרה ויחפרהו, נקסטיים טראכט אריין פאר די גייסט שטימען פאר וועם די גייסט שטימען און וואס די ריזאלטס וועלן לכבוד דעם זיין.
טשעסטער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 05, 2017 10:34 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » פרייטאג נאוועמבער 10, 2017 4:22 pm

די זאליס האבן באקומען טובות פון די טאון וואס זיי וואלטן נישט באקומען פון די וויליזש. איך זעה נישט וואס זיי וואלטן פארדינט מיט שטיצן די וויליזש ענדערש ווי די טאון
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2549
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3999 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2659 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק צימעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט

cron