מוצאי שבת האט כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א ארויסגעגעבן א נייעם באפעל וואס לויטעט כהאי לישנא
איך וויל זאגן פאר אלע רבי'ס און מ'זאל זיי איבערגעגבן בשמי, "קומט'נס נישט קיין קרית יואל" איר פעלט נישט דא אויס, קרית יואל האט גענוג בעלי דרשנים, אויב ווילט איר זיין א מזכה את הרבים, איז דא א גאנצע וועלט, נישט אין קרית יואל!!!!!!!!
ער האט נישט מסביר געווען וואס ער מיינט,סתם געזאגט אז מעתה זאלן רבי'ס נישט קומען קיין קרית יואל, סאו אברהם ווידער גייט יעצט האבן א איבריגע רום פאר געסט, ווייל רבי'ס גייען מער נישט איינשטיין ביי אים
(יש אומרים אז ער האט געמיינט קלוגער, ויש על זה כמה פירכות קודם כל אז קלוגער קומט שוין לאנג נישט קיין קרית יואל, בערך צוויי יאר שוין, און אויך ער האט נישט געזאגט משפיעים, ער זאגט רבי'ס, עס האט מער אויסגעקוקט ווי שטערטס נישט מיין מלוכה, נישט דערמאנענדיג א ווארט פון פרעמדע השקפות)
בקיצור רבי'ס פאקט'ס אייך פעק און גייט'ס נישט נישט קיין סקווירא און נישט קיין קרית יואל