דער פייער-פויגל (קלאסישע מוזיק)

אלעס איבער דעם עולם המוזיק
רעאגיר
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 985 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1491 מאל

דער פייער-פויגל (קלאסישע מוזיק)

שליחה דורך moshav zekeinim »

דאס איז אן אלטער רוסישער פאנטאזירנדע פאלקס מעשה, מיט עקזאטישע פארבן, וואס איז געווען באקאנט אין די רוסישע יונגנט ליטעראטור, גלייך ווי די מעשה'לע מיט די "דריי חזרים'לעך" איז באקאנט אין די אמעריקאנער קינדער וועלט.

מיט ארום הונדערט יאר צוריק האט א רוסישער קאמפאזיטער מיטן נאמען "איגור סטראווארסקי" פארפאסט א מוזיקאלישער מאוומענט וואס דערציילט דער פאנטאסטישער פיקציע אין מוזיק שפראך, די פארבן און די תנועות וואס ער האט דארט אריין געלייגט איז אומגלויבליך, און איז געווען א ערנסטער דורך ברוך אין זיין צייט אינערהאלב די וועלט פון קלאסישע מוזיק (-ערנסטע טיפע ארטיסטישע מוזיק).

אין אנהייב האבן די דעריגענטן פון די קלאסישע מוזיק (וואס איז בימים ההם געווען די דאמענירנדע מוזיק) נישט געוואלט אננעמען סטראווארסקיס קאמפיזאציע, טענה'דיג אז עס שטימט נישט מיט די אנגענומענע כללי הנגינה, אבער צוביסליך האט זיך דער לאנגער דערציילנדער קאמפעזאציע אריין באקומען אין די קלאסישע מוזיק וועלט, און דאס האט געעפנט א נייע עפאכע אין די קלאסישע מוזיק, וואס רופט זיך מאדערן קלאסישע עפאכע, און איז געווען דער ערשטער פאנטאסטישער מעשה פארציילער אין נגינה לשון וואס האט געשפילט בהכלי התרבות אויף די פאדיונען וואו עס פלעגן געשפילט ווערן די "סימפאניעס" און "קאנטשערטאוס" (די צוויי ביז דעמאלסדיגע עמודי היסוד פון ארטיסטישע מוזיק) פון בעטהאווען און באהאראמס און אנדערע פארצייטישע קלאסיש-ראמאנטישע קאמפאזיטארן.

איז לאמיר זעהן וואס עס איז די פאנטאסטישער מעשה וואס איז געווען דער ערשטער צו דערציילט ווערן דורך א פילהארמאנישע ארקעסטרא אין נגינה לשון? אט הערט:

געווען איז א אמאל מיט לאנגע יארן צוריק א ריטער וואס האט געהייסן "איוואן צארביטש", געווען איז ער א העלדישער רייטער וואס פלעגט רייטן אין די צרחקים. איין טאג רייטנדיג אויף זיין פערד, באמערקט איוואן העכער אים פליען א וואונדערליכער פויגל מיט פייערדיגע קאלירן, איוואן האט באשלאסן צו כאפן דעם וואונדערליכן פויגל און איר אנגעהויבן נאכצויאגן, ער איז איר נאכגעלאפן און נאכגעלאפן א גאנצן טאג ביז דער פויגל איז אריין געפלויגן אין דעם גיגאנטישן גיט פון "קאטשיי"!!! און איוואן איז אריין אינעם גיט איר נאכיאגן...

וואס איוואן דער ריטער האט נישט געוויסט איז, אז ביי דער גיט קען מען נאר אריין, אבער נישט ארויס...

קאטשיי דער קעניג פונעם גיט איז געווען א סופערנאטוראלער באשעפעניש וואס איז געווען אומשטערבליך. יעדער נקבה וואס האט אריין געבלאנדזשעט אין זיין גיט איז אויף א מיסטעריעזן אופן געפאנגען געווארן דורך איבערנאטורליכע כוחות, און יעדער זכר איז דארט פארוואנדלט געווארן אין א שטיין...

איוואן זעצט ווייטער פאר זיין געיעג נאכן פייערפויגל, דער פייערפויגל הייבט זיך אן ארום צודרייען ארום א בוים ארום און ארום, ביז איוואן האט איר באוויזן צו כאפן.

פארגאפט איז איוואן געווען פון די באצויבערנדן שיינהייט פונעם פויגל, און ער האט מחליט געווען אז אזא פויגל איז ווערט איר פרייהייט און ער האט איר באפרייט מיט גענאד.

דער פייערפויגל, אזוי ווי איר דרויסענדיגער שיינקייט איז איר אינווייניגסטע שיינקייט, און אלס הכרת הטוב וואס ער האט איר באפרייט זאגט זי אים: נעם אראפ א גאלדענע פעדער פון מיר, און ווען דו וועסט זיין אין א עת צרה זאלסטו פאכענען מיט דעם פעדער און איך וועל דיר באלד קומען צו הילף". איוואן האט אראפ גענומען א ווייכער גאלדענער פעדער און דער פייערפויגל איז פארשווינדן געווארן.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר