החזן הרב יוסעלע ראזענבלאט

אלעס איבער דעם עולם המוזיק
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2005 מאל

החזן הרב יוסעלע ראזענבלאט

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

כהאב גענישטערט אהער מיט אהין אין גארנישט, די וועלטס חזן האט זיך נישט פארדינט א אייגען אשכול??

וואס איז היינט געשעהן? איז אזוי
כבין געפארן אין קאר מיטן משפחה חול המועד האלטען, ווען די קינדער זענען געשפרינגען אויפן רייד׳ס בין איך צירוק אין קאר זיך אפריען אביסעל אין כהאב אנגעצינדען יוסעלע, ווען ער איז אנגעקומען צו טל וואס מהאט הערשט געדאווענט דער וואך האב איך זיך צעוויינט, כבין פריש נתפעאל געווארן פון זיין מתיקות.
מיין זוהן איז געקומען צום קאר אפנעמען נאך מצה מיט אוועקאדא אין געזעהן ווי טאטי וויינט, ער האט זיך זייער דעשראקען, ער האט מיר קיינמאל נישט געזעהן ווייינען,
כהאב עיהם געוויזען כוויין פונעם קאסטען וואס שפילט, מיין רבי חזן יוסעלע, אבער ער ווייסט נישט פון קיין יאסעלע, ער ווייסט פון בערי וועבער מיט שירה קאפעלע.

די איינציגסטע וואס קען באווייזען שטילע זאל לאזן א טרער איז רבי יוסעלע ראזענבלאט.
ר׳ יוסעלע איז מיין רבי, כגלייב אין עיהם אלץ מורה דרך, חוץ פון זיינע שטימע וואס האט געלעכערט שטיין, זיינע ווארימע ניגונים מיט זיינע קוצליכדיגע שטימע, כקען ממש נישט פארשטיין ווי א איד קען נישט צודרייט ווערן פאר מתיקות,
ווען כדארף זיך אויסרוען לייג איך עיהם אריין אין אויער אויפ א הויכע וואליום, ער טראגט מיר צו א אנדערע עולם, בכלל נישטא, כווער עפעס אזוי פארגאפט, סקען געדארן א צווטנציג מינוט ביז איך קום צירוק צו מיר.

עכ״פ אויפן וועג אהיים האב איך דערציילט אביסעל מיינע קינדער איבער ר׳ יוסעלע, כהאב זיך דערמאנט אפאר מעשיות בשעתן רעדן פון עיהם, סיי פון זיין מסירות נפש פאר אידישקייט אין סיי ווי באקאנט ער איז געווען בימים ההם אין די גארער וועלט.

איין מעשה כהאב אמאל געהערט, סאיז דעמאלטס פארגעקומען א מעמד ווי אלע חזנים זענען זיך צאם געקומען, יעדער גייט ווייזען וואס ער קען,
פארשטייט זיך אלע חזנים האבן זיך אנגעטוען ווייסע כפתנות, הויכע היטן, גרויסע וואנצעס, מיט א עטרה אויפן פלייצע וגו׳ יעדער האט געוואלט מאכן די בעסטע פארשטעלונג, אבער ר׳ יוסעלע איז געקומען געקליידערט שווארץ ווי א חסידישע איד.
ביים ווארטן אינדרויסען איז א אידישע מאדערנע חזן צו געגאנגען צו מיין רבי ר׳ יוסעלע אין עיהם געפרעגט מיט א ליצנות וואס זיכט דא א באורד׳ניו? אין עיהם אזוי געקלעט די באורד (אפטע עלערט) אין געמאכט ליצנות,
ר׳ יוסעלע האט גארנישט גענטפערט.
שפעטער ווען אלע חזנים האב געוויזן זייער קונצן פארשטייט זיך ר׳ יוסעלע איז אריין געקומען די שטערקסטע אין די עולם איז ארויס פון התפעלות, איז ר יוסעלע צו געגאנגען צו יענער איד אין עיהם געזאגט ״מיך מיין מיין בארד׳ניו האט דיל געלייגט אין די ערד׳ניו״
נאך מעשיות וועט נאכפאלגען.

די איינציגסטע וואס קען באווייזען שטילע זאל לאזן א טרער איז רבי יוסעלע ראזענבלאט.
ר׳ יוסעלע איז מיין רבי, כגלייב אין עיהם אלץ מורה דרך, חוץ פון זיינע שטימע וואס האט געלעכערט שטיין, זיינע ווארימע ניגונים מיט זיינע קוצליכדיגע שטימע, כקען ממש נישט פארשטיין ווי א איד קען נישט צודרייט ווערן פאר מתיקות,
ווען כדארף זיך אויסרוען לייג איך עיהם אריין אין אויער אויפ א הויכע וואליום, ער טראגט מיר צו א אנדערע עולם, בכלל נישטא, כווער עפעס אזוי פארגאפט, סקען געדארן א צווטנציג מינוט ביז איך קום צירוק צו מיר.

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר