יצחק פוקס - נייער דיסק "ממעמקים"

אלעס איבער דעם עולם המוזיק

יצחק פוקס - נייער דיסק "ממעמקים"

הודעהדורך יידל » דאנערשטאג מערץ 01, 2012 8:39 am

יצחק פוקס, וואס איז באוואוסט געווארן ביים היימישן ציבור מיט זיין "הללו ק-ל בקדשו" ואאס איז געזינגען געווארן דורך ליפא שמעלצער אויף "א פשוטער איד", האט ארויסגעגבן א נייער דיסק. צוהערנדיג זיך צום מוזיק ווידעא, וואו ער זינגט "ממעמקים", קען זיך דאס הערצעלע צולאזן פאר איינעם וואס האט א שטיקל טעיסט צו "שירי נשמה" אדער "קארליבאך/צפת סטיל" ווי אנדערע רופן דאס.
בילד
פאר בלויזע פופצן טאלער קענט איר ביז א מינוט האבן דעם גאנצן דיסק ביי אייך אויפן קאמפיוטער. לאדנט עס אראפ אויף מאסטלי מוזיק, אדער דא.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4142 מאל

Re: יצחק פוקס - נייער דיסק "ממעמקים"

הודעהדורך היימישער איד » דאנערשטאג מערץ 01, 2012 7:25 pm

יונגערמאן, ביטע נעמט אראפ דעם לינק, ס'איז זייער אומאיידל.
היימישער איד
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 4
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:09 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל

Re: יצחק פוקס - נייער דיסק "ממעמקים"

הודעהדורך עדיוקעטעט » דאנערשטאג מערץ 01, 2012 7:36 pm

היימישער איד האט געשריבן:יונגערמאן, ביטע נעמט אראפ דעם לינק, ס'איז זייער אומאיידל.





Sorry I double checked the link now it takes me to the download site
עדיוקעטעט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 18
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 5:41 pm
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

Re: יצחק פוקס - נייער דיסק "ממעמקים"

הודעהדורך Java » דאנערשטאג מערץ 01, 2012 8:52 pm

צוליב דעם וואס אין געוויסע בראוזערס עפנט דער לינק אויף אן אומאיידעלער וועבזייטל, ווי אויך צוליב דעם וואס דאס איז גניבה האבן מיר אריינגעשטעלט עדיוקעטעט'ס תגובה אין מיסט קאסטן.
באניצער אוואטאר
Java
מנהל
מנהל
 
הודעות: 261
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:12 am
געפינט זיך: קאווע שטיבל
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 224 מאל

Re: יצחק פוקס - נייער דיסק "ממעמקים"

הודעהדורך הניק שלי » דאנערשטאג מערץ 01, 2012 8:58 pm

ס'הייבט זיך שוין אהן דאס מעקן דא
הניק שלי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 39
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 1:34 pm
געפינט זיך: אין היימישע קרעטשמע
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

Re: יצחק פוקס - נייער דיסק "ממעמקים"

הודעהדורך באריסטא » דאנערשטאג מערץ 01, 2012 9:28 pm

הניק שלי האט געשריבן:ס'הייבט זיך שוין אהן דאס מעקן דא

אין "קאווע שטיבל" זענען מיר נזהר נישט צו שטערן שרייבער אויסדרוקן זייערע מיינונגען, און נישט צו קאנטראלירן אנדערע. אבער דא איז נישט קיין פלאץ אָן קיין אחריות. מיר פארשפרעכן אין "א ווארט צו דעם נייעם מעמבער" אז "קיין שום הודעה וועט נישט פארשוואונדן ווערן אָן דעם וואס א קלארע סיבה זאל אנגעגעבן ווערן." אין דעם פאל ווערט די הודעה נישטאמאל פארשוואונדן - די וועלכע ווילן זיך פּאָרן אין מיסט קענען רואיג אריינגיין אין "מיסט קאסטן" און זען אויף זיין אייגענעם אחריות וואס עס איז דארטן געשטאנען. אזוי אויך, די סיבה פארוואס די הודעה איז אריין אין מיסט קאסטן איז קלאר אנגעגעבן געווארן.
באניצער אוואטאר
באריסטא
מנהל
מנהל
 
הודעות: 716
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 8:28 pm
האט שוין געלייקט: 40 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 382 מאל

Re: יצחק פוקס - נייער דיסק "ממעמקים"

הודעהדורך ראשעקאל » פרייטאג מערץ 02, 2012 3:33 pm

איך ווייס כמעט נישט וועגן דעם פוקס, אבער איך מיין אז איך האב אים אמאל געזעהן/געהערט אויף א סידי וואס די א"י מאגאזין "שעה טובה" האט מיטגעלייגט מיט זייערע ענגלישע מאגאזין (ווען עס איז ארויסגעקומען אין ענגליש אפאר יאר צוריק)
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6078
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7953 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5286 מאל

Re: יצחק פוקס - נייער דיסק "ממעמקים"

הודעהדורך דבילה » זונטאג מערץ 04, 2012 2:25 am

יישר כח יידל פאר דעם לינק! איך האב מיר ממש דערקוויקט די נשמה!
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 794
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:17 pm
האט שוין געלייקט: 1378 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 612 מאל

Re: יצחק פוקס - נייער דיסק "ממעמקים"

הודעהדורך יידל » זונטאג מערץ 04, 2012 2:45 am

דבילה האט געשריבן:יישר כח יידל פאר דעם לינק! איך האב מיר ממש דערקוויקט די נשמה!

דבילה מיי פלעזשור!
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4142 מאל

הודעהדורך שעפטל » דינסטאג יוני 04, 2013 12:44 pm

ר' יצחק פוקס מיטן הודו נאנאש'ן רבי
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3438
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 3445 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3351 מאל

הודעהדורך שש משזר » דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 4:41 pm

ס'באלאנגט עכט נישט דא, אבער אז ס'נישטא קיין אנדערער אשכול איבער דעם אינטרעסאנטן דמות פון יצחק פוקס זעלבסט שרייב איך עס דא.

די לעצטע שטיק צייט זע איך יצחק פוקס א שיינע פאר מאל אין 'שומר שבת'. נעכטן בין איך פונקט געווען אין שומר שבת ארום 11:00 אינדערפרי, ווען איינער געבט א שיעור אין ביהמ"ד. באמערק איך ווי יצחק פוקס זיצט דארט צווישן די עולם מיטן גמרא צו ווייסעכוואס, און הערט צו דעם שיעור.
ס'איז מיר געווען א דאפלטע חידוש: דער עצם פאקט אז ער זיצט און לערנט אויסהערנדיג א שיעור, און טאקע צווישן מענטשן. און יותר מזה, היות ער איז נישט קיין היימישער געבוירענער קען ער בפשטות נישט קיין אידיש - די שפראך מיט וואס דער מגיד שיעור האט גערעדט, און כ'ווייס נישט וויפיל ער האט פארשטאנען פון די מגי"ש'ס ווערטער, אבער אעפ"כ איז ער געזעצן און 'אויסגעהערט א שיעור'.

זיין חביבות התורה האט מיך באנומען.


[@פריעד באטשי, #מי-כעמך-ישראל-כפשוטו אלערט...].
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6769 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15219 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 4:53 am

ניין @שש משזר ער קען א פיינעם יודיש
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1070
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 756 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 616 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 4:54 am

.
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1070
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 756 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 616 מאל


גיי צוריק מוזיק!

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט