מאטי שטיינמעץ נייע אלבום, "הנשמה בקרבי"

אלעס איבער דעם עולם המוזיק

הודעהדורך לבי במזרח » מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 3:24 pm

אויערבאך האט געשריבן:קאצקע , סא שאד די צייט דער עולם דא איז נישט אינטא מאטי .פינטל

איי געס די עולם האט ליב צו הערן טאטעס זינגען ווי טאטעס און נישט ווי יונגלעך (און מאמעס ווי מאמעס). אז איך וויל הערן א יונגל וועלעך הערן א עכטע יונגל.
לבי במזרח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 104
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 18, 2013 11:36 pm
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 101 מאל

הודעהדורך אויערבאך » מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 4:24 pm

ווען איך רעד פון דעם אז "דער עולם" איז נישט אינטא מאטי באצי איך מיר צו קאווע שטיבל, אין די עכטע וועלט ווערט די סידי באטראכט ווי א היט , האט שוין געבראכן אלע רעקארדס אין סעילס.
אויערבאך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 29, 2017 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

הודעהדורך סמבטיון » מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 5:25 pm

אוודאי אזוי, עס איז נישט עפעס וואס קומט ארויס יעדן טאג, אז דער יונגל גרין וועט אליין ארויסגעבן א סידי וועט עס אויך גיין ווי וואסער. קוק, נישטא וואס צו רעדן ער האט גאר א הארציגע שטימע און זינגט מיט א ים פון רגש, נעם למשל די ניגון ויהי נועם, מען קען אויסגיין פון מתיקות, אזוי אויך אנדערע ניגונים, אבער פון א מוזיקאלישע שטאנדפונקט, איז ער גאנץ שוואך.
סמבטיון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 899
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 6:43 pm
האט שוין געלייקט: 757 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 932 מאל

הודעהדורך signout » מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 6:30 pm

כ'האב אים געהערט זינגען 1 יאר אין סאטמאר, זיין שטומע איז א זעלטענהייט, כ'הער אז זיין סידי איז זייער גאנגבאר
באניצער אוואטאר
signout
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 866
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 3:50 pm
האט שוין געלייקט: 1600 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 223 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 7:39 pm

סמבטיון האט געשריבן:אוודאי אזוי, עס איז נישט עפעס וואס קומט ארויס יעדן טאג, אז דער יונגל גרין וועט אליין ארויסגעבן א סידי וועט עס אויך גיין ווי וואסער. קוק, נישטא וואס צו רעדן ער האט גאר א הארציגע שטימע און זינגט מיט א ים פון רגש, נעם למשל די ניגון ויהי נועם, מען קען אויסגיין פון מתיקות, אזוי אויך אנדערע ניגונים, אבער פון א מוזיקאלישע שטאנדפונקט, איז ער גאנץ שוואך.

חוץ פון אלעם האט ער עכט גיטע ניגונים איינס ביי איינס די בריוועלע ניגון איז הערליך און פינקיס כה אמר מיט והוא נועם פון יענקי דאסקל פשוט הערליך
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1097
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 764 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 622 מאל

הודעהדורך סקרן » מאנטאג דעצעמבער 11, 2017 11:01 am

C/P
א לעיקוואדער אינגערמאן האט געכאפט א היטש ביים היטשינג ספאט ביי וויספרינג פיינס {פאר דער וואס איז באקאנט}
אפגעשטעלט האט זיך אן אוטו מיט צוויי ישראלים ער האט זיי נישט דערקענט זייענדיג אריינגעטוהן נאר אין תורא
געפארן זענען זיי קיין בארא פארק
אנהייב וועג האט די לעיקוואדער געזעהן אז ס'הערשט א שטילקיין האט ער זיי געפרעגט צי ער קען אריינלייגען א CD צו שפילן {פאר דער וואס איז באקאנט איז דאס א זייער אפטע געשעהניש}
זאגט ער זיי לעצטענס איז ארויסגעקומן א הערליכע טעיפ פון מוטי שטיינמעץ זיי האבן עס אנגעצונדן ס'האט געשפילט אגאנצן וועג
אנקומענדיג קיין ב"פ האט די לעיקוואדער צוריקגענומען זיין CD און גרייט זיך ארויסצוגיין פון די קאר רופט זיך אהן איינע פון די ישראלים
איך הייס מוטי שטיינמעץ און א גרויסן ייש"כ ביז יעצט יעדער וואס איז מיר געקומן זאגן אז ס'איז שיין איז אדער געווען פאר חניפה אדער ווייל וואס דען זאל ער מיר זאגן
אבער דו האסט דאך נישט געוויסט ווער איך בין און נאכאלץ געזאגט אז דו האסט הנאה
א גרויסען ייש"כ
באניצער אוואטאר
סקרן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 571
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 186 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » מאנטאג דעצעמבער 11, 2017 8:08 pm

און ער האט זיך אויפגעוועקט
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1097
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 764 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 622 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק מוזיק!

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט