איזראעלי ראק-סטאר אביב גפן

אלעס איבער דעם עולם המוזיק

איזראעלי ראק-סטאר אביב גפן

הודעהדורך מאך זיכער » דינסטאג אקטאבער 09, 2018 10:52 am

אויב זענט איר א ראק ליבהאבער און שטיצער וועט איר אוודאי וויסן צו זאגן פון אים, א רעוואלוציאנער פון די ערשטע קלאס, האט אנגעדרייט ריזיגע מהפיכות אין מדינת ישראל, ער האט געשטיצט די הומו-סעקסואלע באוועגונג אין לאנד און אויסגעפירט מיט סוקסעס און האט באקומען דאזעס פון ליבשאפט ביים פרעמיער יצחק ראבין הי"ד.

אביב גפן, א זון פון יונתן און נורית גפן איז געבוירן געווארן אום מאי דעם צענטן 1973, ביי די עלף יאר האט ער אינאיינעם געשריבן און ארויסגעגעבן א לידל "כולך בת ארבעים" מיט זיין שוועסטער שירה גפן, די ליד איז גאר שטארק אויפגעכאפט געווארן און דאס לאנד האט אנגעהויבן געוואויר ווערן ווער עס וואקסט דא אונטער, ביי די אכצן יאר האט ער ארויסגעגעבן אן אלבום מיטן נאמען "אור הירח" וועלכע איז געווארן אויפגעכאפט ביי אלע אין לאנד.

אין 1992 האט גפן ביי א ריזיגער קאנצערט אויסגערופן און קלארגעשטעלט אז ער נעמט אן די לינקע באוועגונג און ער שטעלט זיך נישט אין מיליטער, אלע פאליטיקאנטן זענען ארויס קעגן זיין רוף אבער פילע האבן אין אים געזען זייער מיינונגס ארויסגעבער און האבן אנגענומען זיין שטעלונג, ביי זיין צווייטן אלבום "עכשיו מעונן" וועלכע האט אים געקרוינט אלס זמר השנה האט ער ארויסגעגעבן זיינע פאליטישע שטעלונגען און ווי אויך גערעדט א ברייטע שפראך נישט זיך קימערנדיג מיט קיינעם, ער איז א פארווייטאגט קינד און זיינע ניגונים ברענגען ארויס געפילן פון איינזאמקייט און אומבאהאלפנקייט.

ער איז אזוי ערנסט מיט זיינע רייד און לידער אז טיילמאל ווען ער זינגט איבער פאליטיק ווערט ער אזוי אין כעס אזש ער צושיסט זיין גיטאר אויפן פאדיום.

מיט די יארן האט ער אראפגעשניטן זיינע לאנגע האר און אויסגעטאן די הומו-סעקסואלע בגדים און געווארן א נארמאלער מענטש, דאס הייסט ער שטיצט מער נישט קיינע דראגס און געי מעריזש, אבער ער זינגט נאך מיט די זעלבע ווייטאג און נאך סאך מער געפיל מיט זיך, ער איז היינט אן אפיציעלער זינגער פאר בלעקפיעלד אין אייראפע, ער האט חתונה געהאט און האט צוויי אינגלעך.

ער האלט זיך פאר אן אטאיסט אבער לויט ווי פארשטייער געבן אן מוטשעט ער זיך ארום און ער וויל ווערן א דתי, דאס קומט נאכדעם וואס זיין נאנטע חבר אביתר בנאי פון די לעגענדארע בנאי פאמיליע אין איזראעל האט תשובה געטאן אינאיינעם מיט זיין משפחה און זאגט זיך אפ פון קומען אויפטרעטן שבת, די פריינטשאפט גייט נאך אן אבער אביתר אנטזאגט זיך צו זינגען לידער וואס רעדן זיך פון ליבע.

ער איז באקאנט מיט זיין אויסגעשפראכענע האס צו די גאנצע סאציאלע מידיא אדער ווי ער רופט עס די עולם הסלפיים, ער איז בעיקר אקטיוו אויף טוויטער און לעצטנס אביסעלע אויף אינסטעגראם.

זייענדיג א מענטאר אין The Voice Of Israel פלעגט ער האלטן אין איין אראפרייסן די מזרח'דיגע מוזיק און דאס האט זייער געבאדערט פאר אייל גולן וועלכע האט אנגעהויבן א קאמף מיט אביב אויף סאציאלע מידיא און די מדינה האט אנגעהויבן רודערן, עטליכע געלונגענע לייט אינאיינעם מיטן פאפ סטאר מירי מסיקה האבן אויסגענוצט די געלעגנהייט און פארוואנדלט די זינלאזע קריג אין א ריאליטי שאו וועלכע האט געצויגן מיליאנער צוקוקער פון לאנד מיטן נאמען אביב או אייל, די געווינערין איז געווען א פרומע מיידל מצדה פון אייל'ס גרופע אבער אביב האט אויך ארויפגעברענגט ריזיגע שטערנס א שטייגער ווי דער פראנצויזישער נועם בטן וועלכער האט איבערגענומען די במה פונקט ווי זיין מענטאר אביב.

בעז"ה וועל איך ארויפלייגן דא עטליכע לינקס צו זיינע ניגונים.
מאך זיכער וועסטו זיין זיכער
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 30
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: בכל נישט דאהי...
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

עכשיו מעונן

הודעהדורך מאך זיכער » דינסטאג אקטאבער 09, 2018 10:54 am

מאך זיכער וועסטו זיין זיכער
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 30
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: בכל נישט דאהי...
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

סוף העולם

הודעהדורך מאך זיכער » דינסטאג אקטאבער 09, 2018 10:55 am

מאך זיכער וועסטו זיין זיכער
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 30
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: בכל נישט דאהי...
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

אביב גפן (אמאל)

הודעהדורך מאך זיכער » דינסטאג אקטאבער 09, 2018 10:57 am

בילד
מאך זיכער וועסטו זיין זיכער
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 30
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: בכל נישט דאהי...
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

אביב גפן (היינט)

הודעהדורך מאך זיכער » דינסטאג אקטאבער 09, 2018 10:58 am

בילד
מאך זיכער וועסטו זיין זיכער
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 30
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: בכל נישט דאהי...
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » דינסטאג אקטאבער 09, 2018 12:46 pm

בילדער קוומען נישט ארויף
שלום עליכם @מאך זיכער זעסט אויס צי זיין א געשמאקע אינגערמאן און א געשמאקע שרייבער
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6087
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7962 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5360 מאל

הודעהדורך מאך זיכער » דינסטאג אקטאבער 09, 2018 5:51 pm

וויאזוי לייג איך ארויף א בילד?
מאך זיכער וועסטו זיין זיכער
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 30
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: בכל נישט דאהי...
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל


גיי צוריק מוזיק!

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט