The Perfect Dream, שלום לעממער

אלעס איבער דעם עולם המוזיק

The Perfect Dream, שלום לעממער

הודעהדורך חתם סופר » דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 5:47 pm

נעקסטע וואך פרייטאג נאוועמבער 15 קומט ארויס שלום לעממער'ס ערשטע נישט אידישע אלבום דורך Decca Gold. די נאמען איז The Perfect Dream.


איין ניגון איז שוין ארויסגעקומען מיט א מוזיק ווידיאו
באניצער אוואטאר
חתם סופר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 864
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 18, 2013 12:43 am
האט שוין געלייקט: 663 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 912 מאל

הודעהדורך תורה ומדע » דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 6:54 pm

ע״ז אמרו חז״ל אל תדין את חבירך עד שתגיע למקומו. ולמקומו לעולם לא תגיע.
ס’זאגט עפעס אויף אונזער דור, איך ווייס אבער נישט גענוי וואס.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 864
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 590 מאל

Re: The Perfect Dream, שלום לעממער

הודעהדורך החוקר » מיטוואך נאוועמבער 06, 2019 11:33 am

אויך געשפירט די זעלבע. עפעס שפירט זיך עס אומבאקוועם איך קען אבער נישט אנטייטלען וואס.
החוקר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 847
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 494 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 650 מאל

הודעהדורך לך לך » מיטוואך נאוועמבער 06, 2019 4:20 pm

שיינע ניגון אבער זייער נישט נאטורלעך
.
און וואס זאגן די רבנים?
לך לך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 240
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 3:51 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל

הודעהדורך איך אויך » מיטוואך נאוועמבער 06, 2019 5:46 pm

ליידער נישט דער ערשטער/לעצטער שוטה וואס ווייסט נישט פונעם כלל All that glitters isn't gold און ווען זיי כאפן ענדליך יא איז שוין צו שפעט.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5680
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7817 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2585 מאל

הודעהדורך מאך זיכער » דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 5:36 am

וואס איז פשט פון די האס דא?

וועמען גייט אן וויאזוי און וואס שלום לעממער פירט זיך און טוט?

די אלבום איז אויסדרוקליך 'נישט' געמאכט פארן מעסיגן און עקסטרעמער חסיד, אויב ווילסטו עס הערן מעגסטו, אבער הער אויף בארעדן און באשמוצן.

און יעצט צו שלום לעממער... אוי וויי איז דיר... דו ווייסט גארנישט וואס דו וועסט אלס ליידן אין די צוקונפט, די רבנים זיצן שוין אין פארצימער און קנעפלען זיך צו די בעקיטשעס גרייט ארויסצוגיין קעגן דיר, נעם מיין נומער פאר סופארט ווייל איך בין דיר זייער ווייניג מקנא, נישט אין 2019, אפשר אין 2025 וועסטו קענען טון דאס וואס דו ברעכסט יעצט אדורך...
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 419
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 251 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 480 מאל

הודעהדורך תורה ומדע » דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 9:20 am

האס, מאן דכר שמיה?
סאיז אבער מאדנע פענאמאנאן אז א אינגערמאן מיט הענגעדיגע פיאות מיט אן איידעלער צורה זאל דארפן מאכן פרנסה אויף אזאן אופן. ממנ״פ איז ער במהותו ובהשקפותו דאס וועלכער זיין לבוש פארטרעט, אדער איז ער א גלאבאלער, ליבעראלער, הומענעטעריען ליבהאבער?
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 864
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 590 מאל

הודעהדורך תורה ומדע » דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 9:23 am

סאיז דאך דא א סיבה פארוואס די פריערדיגע טאלאנטפולער אידן א שטייגער ווי שלמה׳לע קארלבאך, מרדכי ווערדיגער, אדער יעקב שוועקי זענען ניט געגאנגען אין דעם ריכטונג בכלל.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 864
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 590 מאל

הודעהדורך הוגה » דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 9:45 am

מאך זיכער האט געשריבן:וועמען גייט אן וויאזוי און וואס שלום לעממער פירט זיך און טוט?


לענ"ד, נאר בעלזער חסידים. די רעשט פון די וועלט האט (דערווייל) נישט קיין פראבלעם מיט אים.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2854
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7367 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6588 מאל

הודעהדורך 1111 » דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 11:23 am

טאטאל פאריקט, לא עלינו ולא עליכם, נישט מער געדאכט

חוץ אויב ער מיינט דא צו פארמיידן אנטי סעמעטיזעם (דאס ווען נישט העלפן סיי ווי) אבער אפשר קען מען אים דן זיין אז ער האט דאס געמיינט פאר די גויאישע גאס צו פארמיידן אנטי סעמעטיזעם..
1111
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 62
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 10, 2017 9:29 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

הודעהדורך תורה ומדע » דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 11:25 am

וואס טוט מען נישט פאר פרנסה?…
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 864
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 590 מאל

הודעהדורך בת קול » דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 11:27 am

1111 האט געשריבן:טאטאל פאריקט, לא עלינו ולא עליכם, נישט מער געדאכט

חוץ אויב ער מיינט דא צו פארמיידן אנטי סעמעטיזעם (דאס ווען נישט העלפן סיי ווי) אבער אפשר קען מען אים דן זיין אז ער האט דאס געמיינט פאר די גויאישע גאס צו פארמיידן אנטי סעמעטיזעם..


קענסט מיר אויסרעכענען איין פאריקטער פרט?
איך האב נישט געזעהן קיין איין זאך וואס ער האט געטוהן wrong ביז דערווייל.
סאיז כאטש אזוי כשר ווי זיך לאזן וואקסן די האר... ( נישט היימיש און נישט wrong).
Voices of the demons
באניצער אוואטאר
בת קול
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 566
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 3:34 pm
געפינט זיך: שטענדיג דא
האט שוין געלייקט: 837 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 772 מאל

הודעהדורך גדליה » דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 12:13 pm

מזעהט קלאר אז ממוז האבען א בעסערע עדיוקעשען אזוי מזאל נישט דארפן צוקומען צו פרנסה דורך זינגען פאר גויים ליידער.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1072
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 623 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1747 מאל

Re: The Perfect Dream, שלום לעממער

הודעהדורך צפור בודד » דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 1:12 pm

גדליה האט געשריבן:מזעהט קלאר אז ממוז האבען א בעסערע עדיוקעשען אזוי מזאל נישט דארפן צוקומען צו פרנסה דורך זינגען פאר גויים ליידער.
פארקערט מ'זעט אז אפילו די גויים זעען איין דער עם הנבחר'ישקייט פון א חסידישער עדיוקעישן. וידעו כי אתה שמך ה'

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
צפור בודד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 205
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 100 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 161 מאל

הודעהדורך ראובן » דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 5:18 pm

קודאס פאר ר' שלום צו אנקומען צו אזא אומגלויבליכער דערגרייכונג צו נוצן זיינע טאלאנטן פאר דער ברייטער וועלט, און נאך דערצו אויף זיינע טערמינען אלס א חסידישער איד.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3297 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10019 מאל

הודעהדורך בעל רגש » דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 8:18 pm

שלום האט געטוהן א שריט, דאס איז זיכער, צווישן אים און גאט איז נישט מיין דאגה, איך האף ער האט איינעם מיט וועם ער רעדט זיך דורך, זאל עס זיין א רבי ,טעראפיסט, Coach וכו' איינער וואס קען זיך האלטן אביעקטיוו, און ווייסט זיינע boundaries וואס ער וויל, און ווערט נישט פארבלענדעט פון גאלד, ווייל עס ווארט פאר אים נאך אסאך challenges...
וואס יא, שלום טרעט אויף א נערוו, די רבנים גייען נישט שטיל בלייבן קומענדיגע מאל ווען rccs וועט אים רופן אויפטרעטן און עטרת אברהם... און פון זייער פערספעקטיוו זענען זיי טויזענט פראצענט גערעכט,ער קען נישט טאנצען באקוועם אויף ביידע חתונות. זאלן די א. ג ליבעראלן נישט שטורעמען ווען די קול קורא פארט ארום אויף טוויטער.
אז שלום מעג זינגען, מעגן זיי שרייען...
אויב האסטו מיר געגעבן א לייק, האסטו פארשטאנען וואס איך האב געשריבן, אז נישט, ביטע לייען עס איבער.
בעל רגש
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 20
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 12:08 pm
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 8:53 pm

אפילו ליפא (פאר ער איז געווארן א ..."באלטשיווע")...איז נישט געגאנגען אזוי ווייט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13601
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8720 מאל

הודעהדורך מפיל קינד » דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 9:00 pm

א שטיקל מוסר השכל: ליפא האט פרובירט 20 יאר אנצוקומען צו דעם שטאפל, אבער אן ערפאלג. ער האט זיך צוריקגעדרייט מיט ליידיגע הענט.

שלום לעמער, א חסידישער אינגערמאן וואס גייט אין גאס נאר מיטן הוט און רעקל, ער האט באקומען דעם דיעל!

אויב ס'איז דיר באשערט גליק, וועט עס אנקומען אויף א גאלדענע טאץ. אויב נישט, וועסטו עס נישט קענען טרעפן.

נאך א פשט, די יצר הרע ארבעט אויף יעדעם לויט זיין דרגא. פאר ליפא איז גענוג געווען דער דמיון ער זאל אנקומען וואו ער איז אנגעקומען. שלום האט זיך נישט געלאזט ביז מ'האט אים עס געגעבן, האט ער עס באקומען.
מפיל קינד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 92 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

הודעהדורך מפיל קינד » דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 9:03 pm

ראובן האט געשריבן:קודאס פאר ר' שלום צו אנקומען צו אזא אומגלויבליכער דערגרייכונג צו נוצן זיינע טאלאנטן פאר דער ברייטער וועלט, און נאך דערצו אויף זיינע טערמינען אלס א חסידישער איד.

אויב זיינע טערמינען זענען געבליבן ביים אלטן און וועלן ווייטער בלייבן, דאן האסטו גוט געזאגט.
מפיל קינד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 92 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

הודעהדורך real fake news » דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 9:19 pm

בעל רגש האט געשריבן:שלום האט געטוהן א שריט, דאס איז זיכער, צווישן אים און גאט איז נישט מיין דאגה, איך האף ער האט איינעם מיט וועם ער רעדט זיך דורך, זאל עס זיין א רבי ,טעראפיסט, Coach וכו'

כמיין סהאט געהייסן אז ער האט באקומען עפראוועל פון בעלזער רבין.
דאכצעך מיר אזוי האט ער געזאגט אין זיין אינטערוויו מיט די עמי אויב כגעדענק גוט.
I know, I know. We are Your chosen people. But, once in a while, can't You choose someone else? - Reb Tevye
real fake news
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 156
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 25, 2019 10:40 am
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 75 מאל

Re: The Perfect Dream, שלום לעממער

הודעהדורך moneyminded » פרייטאג נאוועמבער 08, 2019 4:20 am

בעל רגש האט געשריבן:וואס יא, שלום טרעט אויף א נערוו, די רבנים גייען נישט שטיל בלייבן קומענדיגע מאל ווען rccs וועט אים רופן אויפטרעטן און עטרת אברהם... און פון זייער פערספעקטיוו זענען זיי טויזענט פראצענט גערעכט,ער קען נישט טאנצען באקוועם אויף ביידע חתונות. זאלן די א. ג ליבעראלן נישט שטורעמען ווען די קול קורא פארט ארום אויף טוויטער.
אז שלום מעג זינגען, מעגן זיי שרייען...


איך האב געהערט שוין א שטיק צייט צוריק אז די לעצטע יאר צייט האט ער שוין נישט באקומען די היימישע דינערס און נאך


Sent from my SM-G960U using Tapatalk
moneyminded
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 146
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 79 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

הודעהדורך פערינא » פרייטאג נאוועמבער 08, 2019 8:41 am

ער שטייט דאך נישט אויף קיין איין scene צוזאמען מיט א פרוי. וואס איז די פראבלעם?

גראדע גייט עס אים נישט אזוי גוט. מ'קען זען אויף YouTube די אנדערע היימישע זינגערס האבן א שטערקערעfollowing
פערינא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 251
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל

הודעהדורך תורה ומדע » פרייטאג נאוועמבער 08, 2019 10:24 am

גדליה האט געשריבן:מזעהט קלאר אז ממוז האבען א בעסערע עדיוקעשען אזוי מזאל נישט דארפן צוקומען צו פרנסה דורך זינגען פאר גויים ליידער.

מסכים. פראבלעם איז אז אפילו מיט א גוטע עדיוקעישן קען מען ניט מפרנס זיין און חתונה מאכן א משפחה מיט צעהן קינדער. דער זינגער מיט נאציונעלער אנערקענונג וועט אפשר יא דאס קענען באווייזען בדרך כבוד ובהיתר אהן א הארצוויי.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 864
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 590 מאל

הודעהדורך חתם סופר » פרייטאג נאוועמבער 08, 2019 10:30 am

די עולם פארגינט נישט :-?
באניצער אוואטאר
חתם סופר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 864
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 18, 2013 12:43 am
האט שוין געלייקט: 663 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 912 מאל

הודעהדורך קורקלענד » פרייטאג נאוועמבער 08, 2019 11:27 am

די עולם דא איז קאנווינסד אז ס'האנדלט זיך דא פון הויכע מיליאנען. די וואס ווייסן וויאזוי די זאכן ארבעטן זאגן אז מ'פארדינט זייער ווייניג אויף אזעלכע קאנטראקטן. ס'איז נאר די האפענונג פאר די גרויסע פאטענציאל אויף ווען די ערשטע קאנטראקט לויפט אויס. וואס אויב ווערט ער אויפגעכאפט וועט ער קענען נעגאושיעטן א גוטע דיעל.

ווייסט איינער אויב דא איז אנדערש? איך בין נישט נייגעריג וויפיל ער פארדינט דא. אבער איך פארשטיי אז די עולם דא קען נישט די דעטאלן פון זיין קאנטראקט, און ס'איז זייער מעגליך אז ס'גארנישט אזוי ווי די עולם דא מיינט. און אויב ווערט ער נישט אויפגעכאפט (גענוג) אין די סעקולערע וועלט, און פון די אנדערע זייט וועט ער פארלירן זיינע אווענטן אין די קאמיוניטי פון וואו ער פלעגט זיך פלעגן מיט ברויט און פיטער דאן איז גארנישט דא וואס מקנא צו זיין.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2016
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1743 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1167 מאל

נעקסט

גיי צוריק מוזיק!

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט