קלאסישע מוזיק

אלעס איבער דעם עולם המוזיק

הודעהדורך שמייכל » מיטוואך יולי 09, 2014 12:07 pm

איינער פארשטייט צו דעם ניגון?
http://youtu.be/hKK0GfdDv4s

איך גיי ניסלעך דערפאר
If you smile when no one else is around, you really mean it
באניצער אוואטאר
שמייכל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 114
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 10:05 pm
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל

הודעהדורך smartinof » מיטוואך יולי 09, 2014 1:12 pm

שמייכעל דאס איז עפעס איינס און דער וועלט,
לעצטענס האב איך אנגעהוויבען נייגען אן אויער צו קלאסישע מוזיק, עס האט אינספרירט מיין גייסט, און איך האב צוביסלעך אנגעהויבען פארשטיין דברי מו"ר רבי גדליה נדל, אז קלאסישע מוזיק העלפט פארן מח, און עס ברענגט ארויס טיפע חלקים פינעם מח וואס פון סתם טראכטען דערגייט מען נישט, און ביי אים און שטוב פלעגט א גרויס חלק פון טאג ארבייטען די ראדיא אויף קלאסישע מוזיק
באניצער אוואטאר
smartinof
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 283
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 5:21 pm
האט שוין געלייקט: 41 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 161 מאל

הודעהדורך שמייכל » דאנערשטאג יולי 10, 2014 2:49 pm

גלעד יו לייקד איט smartinof
איך מוז אבער זיין אמת׳דיג מיטן פאקט אז פאר מיר קלאסיק מוזיק איז גוט מיט א לימיט. איך קען הערן 20 מינוט - א האלבע שעה אבער דערנאך וועט שוין דער מח פארלאנגען א טשעינדזש אויף סינערי. איך בין א שטארקע חסיד פון ג׳אז אויכעט, איך גלייך ארומצוסוויטשן צווישן די ביידע. ס׳איז אזויווי זיס און זויער.. מ׳עסט פאטעיטא טשיפ ביז ווען דער מויל ווערט גענוג זאלציג נעמט מען א שטיקל ליקעריש צו פארצוקערן דעם מצב.. ווערטעך דער מויל אבער צו זיס, נעמט מען נאך אביסל פאטעיטא טשיפס וחוזר חלילה..
If you smile when no one else is around, you really mean it
באניצער אוואטאר
שמייכל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 114
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 10:05 pm
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל

הודעהדורך יאיר » פרייטאג יאנואר 02, 2015 1:05 am

צדיקים האבן געזאגט אז ווער עס הערט אט די הייליגע תנועות פון באך וועט נישט שטארבן אן תשובה.
(מעשה שטן הצליח און איך קען נישט אריינברענגען דעם יו טוב קליפ אהער. דער וואס קען דאס טון איז מכובד).
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך יאיר אום פרייטאג יאנואר 02, 2015 1:11 am, רעדאגירט געווארן 4 מאל בסך הכל.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8133 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » פרייטאג יאנואר 02, 2015 1:07 am

ווער רעדט נאך אז מען לערנט עס בעיון...
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7178 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7383 מאל

הודעהדורך יאיר » פרייטאג יאנואר 02, 2015 1:09 am

דאס צו לערנען בעיון קען חלילה ברענגען א מיתת נשיקה.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8133 מאל

הודעהדורך יין שרף » פרייטאג יאנואר 02, 2015 1:18 am

יאיר האט געשריבן:צדיקים האבן געזאגט אז ווער עס הערט אט די הייליגע תנועות פון באך וועט נישט שטארבן אן תשובה.
(מעשה שטן הצליח און איך קען נישט אריינברענגען דעם יו טוב קליפ אהער. דער וואס קען דאס טון איז מכובד).


באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2151
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4351 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2692 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » פרייטאג יאנואר 02, 2015 1:22 am

האב איך טאקע געזעהן איינעם זיך אויסדרוקען:

Suddenly I was overcome with an almost uncontrollable urge to sob. Feelings that I could not name welled up and begged for release. It was beauty, it was contrition; it was loneliness and it was joy. In a way that I can never explain, it felt like the first time I had ever heard Bach's Mass in B Minor.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7178 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7383 מאל

הודעהדורך יאיר » פרייטאג יאנואר 02, 2015 1:27 am

יא, דער גאנצער 2-3 שעה'דיגער שטיק איז א מייסטערווערק, און הייסט איינע פון די שטערקסטע ווערק פון באך.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8133 מאל

הודעהדורך נהורא נפישא » פרייטאג יאנואר 02, 2015 1:36 pm

למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1686
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1949 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2206 מאל

הודעהדורך יאיר » זונטאג פעברואר 08, 2015 3:57 am

דער זעלבסטמארד ליד איז געוואלדיג, נהורא נפישא.
עס דערמאנט מיר פון פאר עליס פון בעטהאווען, וועלכע איז איינע פון די מערסט באקאנטסטע קורצע קלאסישע שטיקלעך. עס איז טיף, קורץ, און מעלאנכאליש.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8133 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » דאנערשטאג יוני 04, 2015 10:48 pm

מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7178 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7383 מאל

הודעהדורך יאיר » זונטאג יוני 21, 2015 9:37 pm

דער רוסישער קאמפאזיטאר וועמען איך האב לעצטנס אנטדעקט האט עפעס גאר הפלא'דיגע און מחודש'דיגע תנועות.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8133 מאל

Re: קלאסישע מוזיק

הודעהדורך מרדכי » זונטאג אוגוסט 30, 2015 8:13 pm

Benjamin Zander: The transformative power of classical music

מרדכי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 102
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 10:56 pm
האט שוין געלייקט: 130 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 134 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » מאנטאג אוגוסט 31, 2015 1:33 am

יאיר האט געשריבן:דער זעלבסטמארד ליד איז געוואלדיג, נהורא נפישא.
עס דערמאנט מיר פון פאר עליס פון בעטהאווען, וועלכע איז איינע פון די מערסט באקאנטסטע קורצע קלאסישע שטיקלעך. עס איז טיף, קורץ, און מעלאנכאליש.

גאר שטארק, דער זעלבסטמארד זמר'ל, ס'דערמאנט מיר פון א קבלת פנים פארן חופה, די יזכיר לו אונטערטענער, די געפילן פון אט אט גייט זיך עס ענדיגן, דאס לעבן איז פאריבער, לאז ס'איבעריגע איבער פארן מלאך המות... ...מזל טוב!
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6948
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7567 מאל

הודעהדורך שמייכל » מאנטאג אוגוסט 31, 2015 3:36 pm

If you smile when no one else is around, you really mean it
באניצער אוואטאר
שמייכל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 114
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 10:05 pm
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל

הודעהדורך שבת אחים » פרייטאג דעצעמבער 18, 2015 4:59 am

נעכטען איז געוועהן די יארצייט פונעם וועלט בארימטן קאמפאזאר Ludwig van Beethoven ער איז געוועהן א ריז אין קלאסישע מוזיק און א קריטיש פיגור אין די איבערגאנג צווישן די קלאסישע און ראמאנטישע עראס אין וועסטערן מוזיק קולטור, ער פארבלייבט איינער פון די מערסט בארימטע און אינפלוענטיאל פיגורס פון אלע קאמפאזערס. רוב פון זיינע שטיקלעך האט ער קאמפאוזט גאר יונג נאך פאר די 26 יאר אלט ווען ער איז ליידער טויב געווארן אויף ביידע אויערן אבער אפילו נאכן זיין גענצליך טויב האט ער נאכאלץ קאמפאוזט נייע שטיקלעך מוזיק, אומגלויבלך!

BEETHOVEN - Symphony No. 5 - Leonard Bernstein
https://www.youtube.com/watch?v=zM3y09RjKLs
Beethoven-Fur Elise
https://www.youtube.com/watch?v=k_UOuSklNL4
The Best of Beethoven
https://www.youtube.com/watch?v=W-fFHeTX70Q
What made me realize that I was not at home? A spot on the wall. When the Wizsnitzer Rebbe
Died in 1936 we received his photo. He was a beautiful man. I remember putting the nail in the wall. The nail was was still on the same spot with a crucifix on it
אלי וויזעל
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6258
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4897 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3676 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » דאנערשטאג יאנואר 21, 2016 1:28 am

א געשמאקער אינטעראקטיוו שיעור אויף די ערשטע מאוומענט פון בעיטהאווענ'ס פיפטע סימפאניע.

אויף יוטוב איז נאר דא עטליכע מינוט:

מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7178 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7383 מאל

Re: קלאסישע מוזיק

הודעהדורך ירא שמים » דאנערשטאג יאנואר 21, 2016 1:52 am

https://m.youtube.com/playlist?list=PLh ... 2ICSuzslja
א קורס אויף קלאסישע מוזיק.
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1007 מאל

הודעהדורך במדבר » דאנערשטאג יוני 11, 2020 9:53 am

וואי! הערליך! בעטהאווענ'ס ''פיפטע סימפאניע'' געשפילט אויף א גיטאר (Marcin Patrzalek).

טאראראראם! טאראראראם! טארארארא........
א אינטעלעקט גלייכט זיין איינזאמעקייט, ווי א מעזאכיסט דערנידערונג.
באניצער אוואטאר
במדבר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 217
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:58 pm
האט שוין געלייקט: 534 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 293 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יוני 11, 2020 10:36 am

איך בין באקאנט געווארן מיט קלאסישע מוזיק דורכ'ן קוקן די פילם Amadeus, א פיקטיווע מעשה באזירט אויף דאס לעבנס געשיכטע פון אמאדעאוס מאוצארט. דא איז א זיס שטיקל פון יענעם פילם ווי סאליערי איז מסביר די געשמאק פון קלאסישע מוזיק, דא איז די sountrack פון די פילם, ס'איז בעיסיקלי א קאלעקציע פון מאוצארטס שענסטע קאמפאזיציעס וואס לדעתי איז ער געווען די שענסטע קלאסישע קאמפאזיטער, דיזע soundtrack איז לדעתי די סמעטענע פון קלאסישע מוזיק. איך ווער פשוט משוגע פאר מאוצארט, רוב פון זיינע קאמפאזיציעס גלייך איך טאקע נישט, אבער די וועלכע איך גלייך יא זענען ממש מעין עולם הבא. הער נאר אויס אזא שטיקל, ס'איז דאך איין שטיק שמחה און געפיל. ווער רעדט נאך פון זיין טערקישע מארש, איינער וואס דאס הארץ ווערט איהם נישט פול מיט שמחה און די אויגן פול מיט טרערן דערפון דארף חושש זיין צו ער האט א נשמה בכלל. וויוואלדי גלייך איך אויך, ער איז זייער לעבעדיג און פריש הגם נישט אזוי פרייליך ווי מאוצארט. באך און בעטהאובען גלייך איך נישט אזוי שטארק, הגם זיי האבן אויך איינצעלנע שיינע זאכן ווי צום ביישפיל די ode to joy פון בעטהאובען און "אלע מענטשן מוזן שטארבן" קול אישה פון באך.

פון די אנדערע קאמפאזיטער איז אויך דא שיינע זאכן, פון יאהאן שטראוס II גלייך איך דאס מערסטע די שיינע בלויע דאנאו, פון שאופען די grand valse brilliante, צדוק הכהן און די קעניגן פון שבא פון האנדעל, מענדלסאהנ'ס חתונה מארש, די כלה וואלס פון ניעלס גאדע. כ'האב זיכער אויסגעלאזט אפאר, אפשר וועל איך צוריקקומען ווען כ'על מיך דערמאנען נאך.

**פון רוסיני איז אויך דא א הערליך שטיקל וואס איז זייער באקאנט די "Largo Al Factotum", ס'דא א פאראדיע דערויף אין אידיש "שוויגאראו", ישראל אדלער האט געמאכט א גע'כשר'טע ווערסיע דערפון האט נישט קיין הענט און קיין פיס לדעתי.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך רביה''ק זי''ע אום דאנערשטאג יוני 11, 2020 4:49 pm, רעדאגירט געווארן 4 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3369
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין בית שערים
האט שוין געלייקט: 3316 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2471 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יוני 11, 2020 2:20 pm

אז מ'רעדט שוין פון מאוצארט און זיינע קאמפאזיציעס דארף מען וואוסן אז ס'דא א יסודות'דיגע חילוק צווישן איהם און די אנדערע קאמפאזיטער (בעיקר די צוויי אנדערע מערסט באקאנטע בעטהאובען און באך). בעת וואס בעטהאובען און באך האבן פארפאסט ערנסטע באזעסענע און קאמפליצירטע קאמפאזיציעס וואס מ'דארף זיין א מבין זיי צו פארשטיין איז אבער מאוצארט מער ווייניגער גלאט מיט א קינדישע לוסטיגקייט וואס איז נישטא זיינ'ס גלייכן. ווי ארתור מיללער זאגט: ".Mozart is happiness before it has gotten defined"

די חילוק קען מען אויך זעהן זייער שטארק ביי מאוצארט'ס וואריאציעס (א וואריאציע {variation or rhapsody in English} איז א קליינע פשוטע שטיקל פון איין פאל וואס מ'שפילט איבער אפאר מאל יעדעס מאל אויף אן אנדערן אופן, ס'פאנגט זיך אן פשוט נאכדעם מער לעבעדיג און קאמפליצירט). נעם למשל מאוצארט'ס וואריאציעס אויף twinkle twinkle little star, ער קען איבערשפילן די זעלבע שטיקל אפילו 12 מאל, יעדעס מאל אויף אן אנדערן אופן, און ער פארט נישט אוועק פונעם עצם ליד. ס'איז פשוט, שיין, גלאט, און איינגענעם פאר'ן אויער, ממש א גאונות צו מאכן אזאנס מיט אזא פשוט'ע טעמע. הער אבער אויס בעטהאובענ'ס וואריאציעס אויף rule Brittania, שוין ביים ערשטן וואריאציע פארט ער אוועק אין אומבאקאנטע טעריטאריע, איך הייב נישט אן האבן קיין אהנונג וואס דער מענטש וויל בכלל, פשוט גענומען א שיינעם ניגון און אינגאנצן צו'מזיק'ט.

אויסער זיין קינדערישע לוסט וואס מ'קען הערן אין זיין מוזיק האט מאוצארט בכלל געהאט היבש קינדערישקייט צו זיך (בכלל איז ער אוועק ביי די 35 אינגאנצן), כ'מיין אז ער איז דער איינציגסטער קלאסישע קאמפאזיטער וואס האט פארפאסט אזעלכע לידער ווי "לעק מיין טוכעס" אדער "ביזט א רעכטע אקס", איך רעד שוין נישט פון די בריוון צו זיין קוזינע וועלכע זענען פול מיט נארישע קינדישע אויסדרוקן וואס מ'דארף נישט נאכזאגן. נאך א קינדישע גאונות זיינער איז די ליד "Difficile lectu" וואס די ווערטער זענען אין לאטייניש און קלעבן נישט איינס צו צווייטן, די געדאנק דערפון איז אז ווען מ'זינגט עס שנעל אן זיך אפשטעלן צווישן די ווערטער קומט ארויס נארישע מיאוס'ע ווערטער אין דייטש און איטאליעניש. צ.ב. די ליד הייבט זיך אן "Difficile lectu mihi mars", איך קען נישט קיין לאטייניש אבער ווען מ'זינגט עס שנעל הערט זיך עס ווי איינס פון מאוצארט'ס באליעבסטע פראזעס "לעק דו מיך אים ארש" - לעק דו מיך אין טוכעס, אא"וו.

איינס פון די פאפולערסטע קלאסישע קאמפאזיציעס איז מאוצארט'ס "איין קליינע נאכטמוזיק", ס'איז אבער א גרויסע שאד אז דער עולם קען נאר די ערשטע לעבעדיגע טייל (movement) , ס'איז אבער כדאי אויסצוהערן דאס גאנצע סערענאדע, ס'איז צאמגעשטעלט פון פיר טיילן איינס שענער פונעם צווייטן.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3369
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין בית שערים
האט שוין געלייקט: 3316 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2471 מאל

הודעהדורך מי אני » דאנערשטאג יוני 11, 2020 6:35 pm

ס'איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען אז סייענטיסטן האבן אויסגעשטעלט די פראטין סטרוקטור פונעם סארס-קאוו 2 וויירוס אין צו (יאפאנעזישע סטייל) קלאסישע מוזיק, וואו די נאטן ווענדן זיך אין די שעיפ פון די פראטינס. דאס העלפט זיי דאס צו שטודירן און טרעפן פאטערנס און ביינדינג סייטס וכדומה.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1276
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 959 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מאנטאג יוני 15, 2020 10:33 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:פון די אנדערע קאמפאזיטער איז אויך דא שיינע זאכן... די כלה וואלס פון ניעלס געהל.

נאכ'ן נישטערן אביסל האב איך געטראפן א קלארערע רעקארדירונג פון דעם וואלס (אונטער אן אנדערן נאמען), דאס הארץ גייט פשוט אויס פון מתיקות.

https://youtu.be/aQHyW7M4yKE
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3369
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין בית שערים
האט שוין געלייקט: 3316 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2471 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך יולי 01, 2020 8:29 pm

היינט האט WQXR געשפילט צווישן אנדערן די באקאנטע מעניועט אין G מעידשאר פון פעצאלד (וואס מ'פלעגט בטעות מייחס זיין צו באך), ס'איז געווען דאס ערשטע מאל וואס כ'האב עס געהערט שפילן דורך א גאנצע ארקעסטרע (נישט דורך א פיאנע סאולא), ס'האט עפעס אן עקסטערן געשמאק, הערט און האט הנאה.

https://youtu.be/BDOn_FwmhlI
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3369
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין בית שערים
האט שוין געלייקט: 3316 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2471 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק מוזיק!

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט