#קורס: פונדאמענטן אין מוזיק טעאריע.

אלעס איבער דעם עולם המוזיק

#קורס: פונדאמענטן אין מוזיק טעאריע.

הודעהדורך במדבר » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 9:28 am

טייערע ברידער און שוועסטער

איך וואלט אייך געוואלט איינלאדענען צו לערנען צוזאמען די קארסערע (coursera) קורס: ''פונדאמענטן אין מוזיק טעאריע''. די קורס נעמט באלד אכט שעה און ווערט צוטיילט אין זעקס וואכן פארגעלערנט יעדע וואך דורך באזונדערע פראפעסארען מומחים אין זייער פעלד, פון די פרעסטיזשפולע ''אוניווערסיטעט פון עדענברע''.

די קורס וועט אייך געבן די מעגליכקייט צו בעסער פארשטיין, אנאליזירן און לערנען: קאמפליצירטע קאמפאזיציעס, ווי אויך וועט איר לערנען צו ליינען און שרייבן מעריב'דיגע מוזיק נאטן.

די קורס ווערט פארגעלערנט אין ענגליש און אנטיילנעמען איז גענצליך בחנם, איר דארפט נישט האבן קיין שום פריערדיגע וויסענשאפט, אזש איר בלייבט נישט מיט קיין אנדערע אויסוואל נאר זיך יעצט איינצושרייבן........

זיך איינצושרייבן Fundamentals of Music Theory.

און די אשכול וועט מען זיך: דארוכרעדן, איבערשמיעסן, פרעגן וואס איז נישט פארשטענדליך, צוצייכענען לינקס ווי זאכן ווערן ברייטער אויסגעשמיעסט וכדו'.

(שטארק געאייגענט צו לערנן מיט פריינט און פאמיליע.)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך במדבר אום מאנטאג אוגוסט 17, 2020 9:41 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
הלוואי ויתמזגו מזרח ומערב.
באניצער אוואטאר
במדבר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 244
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:58 pm
האט שוין געלייקט: 615 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 357 מאל

הודעהדורך במדבר » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 9:33 am

אויב שרייבט איר זיך איין ביטע לייקט די רעאקציע, אדער מעלדט מיר אין אישי.
הלוואי ויתמזגו מזרח ומערב.
באניצער אוואטאר
במדבר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 244
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:58 pm
האט שוין געלייקט: 615 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 357 מאל

הודעהדורך הדסים » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 1:06 pm

א דאנק פארן ברענגען. איך האב מיר איינגעשריבן.

איך קוק ארויס צו ווערן עטוואס קלוגער.
באניצער אוואטאר
הדסים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 340
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 261 מאל

הודעהדורך דוראק » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 10:22 pm

ווער עס וויל, פאַראַן אויף יוטיוב אַ קורס פון איינעם Andrew Furmanczyk וואָס לערנט פאָר די יסודות פון חכמת המוזיק.
דוראק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 106
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 23, 2020 9:26 pm
האט שוין געלייקט: 31 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 202 מאל

Re: #קורס: פונדאמענטן אין מוזיק טעאריע.

הודעהדורך פאליטיקאנט » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 11:43 pm

זיך איינגעשריבן.

איך האף איך וועל פארשטיין, ווייל ווי איך שטיי יעצט האב איך נישט קיין מושג אין מוזיק.
אויב דו גייסט אדורך גיהנום, גיי ווייטער.

-טשורטשיל
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 649
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
האט שוין געלייקט: 319 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 635 מאל

Re: #קורס: פונדאמענטן אין מוזיק טעאריע.

הודעהדורך פאליטיקאנט » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 2:09 am

נא די עולם רוקט זיך מיט?

ביזדערווייל האב איך נאר אנגעיאגט צו פארשטיין סקעילס, אקטיווע, און קארדס, איך פיל נישט ווי איך האב עס עכט ארויס, אבער מ'רוקט זיך....
אויב דו גייסט אדורך גיהנום, גיי ווייטער.

-טשורטשיל
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 649
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
האט שוין געלייקט: 319 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 635 מאל

הודעהדורך בת קול » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 11:09 am

איך האב זיך געלערנט ביי די 11 יאר, ס׳איז א גוטע חזרה.
איך האלט ביי וואך 2, און איך בין דארט אביסל שטעקן געבליבן ביי די tones און semitones, ווען א שווארצע קנעפל איז למשל א b flat אדער אן A Sharp. (איך האב עס אלץ אנגעקוקט ווי א b flat אבער זעהט אויס עס קען זיין ביידע?)
Voices of the demons
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 638
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 3:34 pm
געפינט זיך: שטענדיג דא
האט שוין געלייקט: 922 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 846 מאל

Re: #קורס: פונדאמענטן אין מוזיק טעאריע.

הודעהדורך כף הקלע » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 1:07 pm

בת קול האט געשריבן:איך האב זיך געלערנט ביי די 11 יאר, ס׳איז א גוטע חזרה.
איך האלט ביי וואך 2, און איך בין דארט אביסל שטעקן געבליבן ביי די tones און semitones, ווען א שווארצע קנעפל איז למשל א b flat אדער אן A Sharp. (איך האב עס אלץ אנגעקוקט ווי א b flat אבער זעהט אויס עס קען זיין ביידע?)
יא, עס קען זיין ביידע. עס ווענדט זיך ווי דער חמור שטייט איין, אין וועלכע סקעיל מע רעדט פון. יעדע סקעיל האט דאך a, b, c d, e, f , g, ממילא קען מען גרינג וויסען ווי אזוי עס צו רופען
כף הקלע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 14
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2018 4:11 am
האט שוין געלייקט: 183 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל

הודעהדורך הוגה » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 10:04 am

איך האב אן אלגעמיינע שאלה וואס האט נישט דוקא צוטון מיט דער קורס.

איך האב אלעמאל געהאט א משיכה צו נגינה און מוזיק און לעצטענס האב איך אנגעהויבן זיך ארומצושפילן מיט מוזיקל אינסטרומענטן. קודם האב איך מיך געלערנט אביסל שפילן קארדס אויף אן אקוסטיק גיטאר און יעצט האב איך אנגעהויבן שפילן די רעקארדער (חליל).

מיין שאלה איז אויב עס איז דא טעכניקן זיך אויסצולערנען שפילן by ear. ביי ביידע אינסטרומענטן האב איך מיך געלערנט וויאזוי עס צו האלטן, וויאזוי צו מאכן די קולות ריכטיג, וואס די נאטן זענען וכדומה. אבער ווען עס קומט צו שפילן דארף איך מיך עקסטער אויסלערנען א יעדע איינציגסטע ניגון און עס שפילן מערערע מאל ביז איך קען עס שפילן. און אויב שפיל איך נישט א ניגון פאר א לאנגע צייט וועל איך עס מוזן פריש איינחזרן. איך וויל קענען שפילן עני ניגון וואס מען זינגט נאר פון זיך אליינס. וויאזוי קומט מען אן צו דעם?


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2888
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7499 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6666 מאל

הודעהדורך יין שרף » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 4:33 pm

איך האב א פארקערטע פראבלעם.
איך פארשטיי נישט קיין כי הוא זה צו מוזיק, קארדס וכדו'. אבער ווען איך זעץ מיר צו א פיאנע אדער קיבארד קען איך שפילן כמעט סיי וועלכע ניגון ביים ערשטן אדער צווייטן try מיט כמעט נישט קיין טעותים (חוץ סקולענע ניגונים..). פארשטייט זיך נאר melody ווייל קארד האב איך נישט קיין אהנונג, חוץ פון האקן אויף אפאר באטענס אויפן לינקן זייט...

מיט יארן צוריק האב איך אויך פרובירט גיטאר, און melody איז געפארן נאכן פרובירן אפאר מאל..
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2175
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4445 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2721 מאל


גיי צוריק מוזיק!

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט