קלאסישע מוזיק

אלעס איבער דעם עולם המוזיק

הודעהדורך במדבר » מיטוואך יולי 08, 2020 4:37 pm

א צעהן טויזנט קעפיגע קאפעליע זינגט די ענדע פון בעטהאווענ'ס ניינטע סימפאניע, אין "Alle Menschen werden Bruder" באקריגט א נייע באדייט.

-----------------------------

די ניינטע סימפאניע געזינגען און אידיש ביי Jewish People's Philharmonic Chorus.

ברידער!

װײסע, ברױנע, שװארצע, געלבע —
מישט די פארבן אױס צוזאמען!
אַלע מענטשן זײנען ברידער…
פון אײן טאַטן, פון אײן מאַמען!

אױך — אײן גאָט האָט זײ באַשאַפן,
און — אײן פאָטערלאַנד די װעלט —
אלע מענטשן זײנען ברידער,
דאָס איז אײנמאָל פעסטגעשטעלט!

אלע מענטשן זײנען ברידער,
שװארצע, װײסע, ברױנע, געלבע…
אַנדערש זײנען נאָר די פאַרבן,
די נאַטור איז — די זעלבע:

אומעטום דאָס זעלבע פּראַלן,
כ׳האָב עס טױזנט מאָל געהערט!
און פון זאָגן ביז צו טראָגן —
איז פון הימל ביז צו דר׳ערד!

אלע מענטשן זײנען ברידער:
געלבע, ברױנע, שװאַרצע, װײסע…
פעלקער, ראַסן און קלימאַטן —
ס׳איז אן אױסגעקלערטע מעשה.

אומעטום דער זעלבער מוסר,
אומעטום דאָס זעלבע לײַגן —
מיטן מױל דער גאנצער עולם,
די פּאָליטיקער מיט שװײַגן!

אלע מענטשן זײנען ברידער!
און — זײ שפּילן זיך אין פלישקעס,
די נשמות זײנען װערעמלעך —
אינעם טאַבעק פון די שישקעס...

(איבערגעזעצט דארוך יצחק לייביש פרץ ז''ל גענימען פון opensiddur)
הלוואי ויתמזגו מזרח ומערב.
באניצער אוואטאר
במדבר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 278
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:58 pm
האט שוין געלייקט: 774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 407 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2020 10:24 pm

נעכטן צוועלף אזייגער מיטאג האב איך אנגעצינדן WQXR, אויסצוהערן זייער פראגראם "Midday Mozart" וואו זיי טוען אויפשפילן יעדן טאג א שטיקל פון מאצארט, כמנהגי מידי פעם, ווי אנטוישט בין איך געווארן ווען אנשטאט אנפאנגען אום צוועלף אזייגער ווי יעדן טאג האבן זיי געענדיגט צוועלף אזייגער און איך בין געבליבן אן אנגעפאטשטער. שוין, וואס איז געווען איז א חסרון לא יוכל להמנות, אבער פטור בלי כלום אי אפשר, האב איך צאמגעשטעלט אן אויפשפילליסטע פון מיינע באליעבסטע שטיקלעך פון קלאסישע מוזיק, כאטש אביסל אנצופילן דעם שרעקליכן חלל וואס איז ליידער געשעהן יענעם טאג אין די עולמות העליונים און אין די גאנצע בריאה דורך זייער פאררעכענונג, הערט און האט הנאה, און האט אויך אינזין אז ס'זאל זיין א תיקון נורא ואיום שיתקבל לרחמים ולרצון לפני אדון כל, און ס'זאל ווערן א שמחה אין אלע עולמות. (דאס אויפשפילליסטע אויף גוגל דרייוו.)
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4140
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 3981 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3385 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מאנטאג דעצעמבער 14, 2020 3:17 pm

נעכטן האב איך אנגעטראפן א הערליך שטיקל פון מאצארט, ס׳איז אן אריינפיר וואס ער האט געשריבן ביי די אכצן יאר פאר די איטאליענישע אפרע ״La finta giardiniera", (וואס ער האט שפעטער איבערגעזעצט אויף דייטש), צינדט דאס אן ביי די חנוכה לעכט און איר וועט זעהן אז די אור הגנוז איז שוין גארנישט אזוי גנוז, כי קרוב אליך הדבר מאוד..

https://youtu.be/AR7BbDTkOJs

ווי אויך האב איך עס ארויפגעלייגט אויף מיין אויבנדערמאנטע שפילליסטע אויף גוגל דרייוו. https://drive.google.com/drive/folders/ ... sp=sharing
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4140
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 3981 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3385 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » זונטאג פעברואר 07, 2021 5:59 pm

לעצטנס האב איך אנטדעקט א הערליכע שפילליסטע פון איבער פיהר שעה פרייליכע קלאסישע מוזיק (ס׳דא נאך יוטובס מיט דעם און ענליכע טיטלען אבער נישט אלע זענען צו מיין טעם), אלס תמנע טוב מבעליו האב איך געפילט פאר וויכטיג דאס מיטצוטיילן.

ווי אויך האב איך מיך לעצטנס אנגעשטויסן אין א מאדנעם שטיקל מאצארט, עפעס א שטיקל אינמיטן הערט זיך ווי קלעזמער?!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4140
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 3981 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3385 מאל

הודעהדורך נײגעריגער » מאנטאג פעברואר 08, 2021 7:57 pm

אַז מע רעדט פון קלאַסיש און קלעזמער, איז כדאַי צו דערמאַנען צװיי אונגאַרישע גדולים אין קלאַסישע מוזיק װעלכע זענען באַקאַנט פאַרן בויען אויף פאָלק-מוזיק; פערענץ (פראַנץ) ליסט, [קורצלעך דערמאַנט אויבן אין דעם אשכול דורך נאטרוליסט], און אויף אַ גרעסערן פארנעם בעילאָ באָרטוק - Béla Bartók װעלכער איז אויך באַקאַנט פאַרן משלב זיין שיחות עופות ושרצים אין זיינע װערק

פון ליסט איז באַרימט די Hungarian Rhapsody No.2, https://www.youtube.com/watch?v=goeOUTRy2es, איינע פון מיינע באַליבסטע קלאַסישע שטיקלעך, אַ הערלעכע קאָמפּאָזיציע, יעדעס נאָט ממש אויסצוקושן... (הגם עכטע מבינים װעלן אפשר זאָגן אַז ס'מעגלעך נישט עכט אין די קלאַסישע קאַטעגאָריע...)

דאָ צו הערן פאַר די װאָס האָבן נישט יו-טוב, פיער װערסיעס: https://en.wikipedia.org/wiki/Hungarian ... No._2#Form
נײגעריגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אוגוסט 29, 2020 11:35 pm
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

הודעהדורך בענדזשאמין פרענקלין » מאנטאג פעברואר 15, 2021 6:19 pm

א זיסע קליפ ווי אזוי מאצארט, בעטהאווען, שאפען, און באך וואלטן געשפילט די וועטל באקאנטע ניגון Happy birthday to you.
און א געוויסע זין קען מען דערעהערן מער פון דעם קליינעם קליפ די חילוקים אין סטייל פון די אויבענדערמאנטע קאמפעזירערס, ווי פון א פאר שעה שיעורים אויף די נושא.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 696
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 2585 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3022 מאל

הודעהדורך נײגעריגער » דינסטאג פעברואר 23, 2021 11:38 am

כ'זעה גאָרנישט, סע ליידיג...

כ'שטעל זעך פאָר אַז איר מיינט דאָס: https://www.youtube.com/watch?v=S75gYhODS0M
שיין אַראָפּגעלייגט, זייער טאַלאַנטפול! און גאַנץ אַקוראַט
מאָוצאַרט אָנגעטרינקען :lol:

---------------------
לכבוד פּורים: דער איז קאָמיש און אונטערהאַלטבאַר, רוקט אריין הוסן, טייפּרייטער אין די קאָמפּאָזיציע...
Rainer Hersch
https://www.youtube.com/watch?v=BLXwpGCn2KQ
נײגעריגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אוגוסט 29, 2020 11:35 pm
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אפריל 01, 2021 5:03 pm

א צוויי יעריג קינד ווערט עמאושינעל פון א שטיקל בעטהאווען און פארגייט אין א געוויין. https://youtu.be/DHUnLY1_PvM
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4140
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 3981 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3385 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 07, 2021 11:04 pm

איך ווייס נישט: איך ווער מער איבערגענומען פון א ווארעמען, לעבעדיגן, חסיד'ישן ניגון ווי פון בעטהאווען אדער די אנדערע דייטשע (ימ"ש) קאמפאוזערס...!

איך ווארט נאר אז דער פסוק און נביאות וואס בלעם האט געזאגט פאר בלק..."מה יעשה העם הזה לעמך באחרית הימים"... מיינט מען ליטעראללי. אדער איז עס כ'תולה קיללתו באחרים. אז בלעם האט איהם פאראויסגעזאגט (פאר בלק) וואס די דייטשן, ימ"ש וועללן טון צו די אידן. אדער מיינט עס אז אונז וועללן נאך דערלעבן א זיסע נקמה אין דעם דייטשן פאלק.

מיינע פאנטאזיעס לויפן זייער ווילד וואס איך וועלל אלץ טון פאר די דייטשן, (אפילו די גוטע) ימ"ש. ווען איך וועלל נאר האבן די געלעגנהייט...!
טעיק דהאט, שבת אחים...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14224
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16287 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9295 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק מוזיק!

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט