Heavy Metal Bends

אלעס איבער דעם עולם המוזיק
רעאגיר
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4222
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 7149 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3602 מאל

Heavy Metal Bends

שליחה דורך טאמבל סאס »

Heavy Metal Bends

(פון וויקיפידיע)

העווי מעטאל אדער הבי מטאל, איז א דזשאנרע פון ראק מוזיק - דעוואלאפט אין די שפעט זעכציגער יארן און אנטוויקלט שפעטער אין די זיבעציגער יארן, מערסטנסטייל אין די US און UK. די שרשים פון העווי מעטאל זענען פסיכאדעליק מוזיק און בלוס רוק (דער לעצטער - פון וואס מ'איז פון רוב שפעטער פטור געווארן).

די בענדס וואס האבן אנטוויקלט העווי מעטאל האבן קריעיטעד דיקע מאסיווע סאונדס, אגרעסיווע, רוישיגע מיוזיק, מיט אמפליפייד דיסטארטעד, לאנג פארצויגענע עלעקטעריק גיטאר סאלאס, מאכטפולע שטארקע ביטס און אין אלגעמיין א הויכע וואליום און שטארקע גערודער. די ליריקס און פערפארמאנץ פון העווי מעטאל איז טיפיש כאראקטאזירט מיט מאסקוליניטי, אגרעסיע און מענערישע שטאלץ.

די ערשטע העווי מעטאל בענדס, זענען געווען לעד זעפלין, שווארצע שבת און טיפע ארגמן. דורכאויס די זיבעציגערס האבן פארשידענע בענדס געהאלפן העווי מעטאל, פאפולאזירן, אנטוויקלען זיך און עוואלווען דורכ'ן דראפען רוב פון די בלוס איינפלוס און אינטרעדוסן א פאנק רוק געפיהל און א פארשטארקערטע דגוש אויף ספיד. און די סוף ל' יארן האבן בענדס, אנגעהערנדע צו די "נייע כוואליע פון בריטישע העווי מעטאל" מאוומענט, א שטייגער ווי Iron Maiden און Saxon נאכגעפאלגט. ביי די ענד פון די 70ציגערס האבן העווי מעטאל פענס געקריגן דעם צונאמען מעטאלקעפ און קעפווארפערס

דורכאויס די אכציגער האבן אונטערגרונט סצענעס (ביאנד מעינסטריעם קולטור/אומלעגאלע קאמערציאליזירטע מוזיק) פראדורצירט מער אגרעסיווע סטיילס וועלכע האבן רובא שפעטער זיך אריינגעבראכן און געווארן מעינסטריעם. אזוינע ווי: טרעש מעטאל, מעגאדעטה, מעטאליקא , אנטראקס און סלעיער. בענדס ווי טויט מעטאל און שווארצע מעטאל זענען נאך היינט פאררעכנט סוב קולטור.

העווי מעטאל איז זייער געזונט זיך ארויסצוגעבן די כעס, יאוש, מעלאנכאליע אדער ווער ס'ליידט פון אינערליכע אגרעסיע און דראנג צו צעשמעטערן וואס נישט. בדוק ומנוסה אז עס העלפט צו ארבעטן און מאכן עקסערסייז אדער סתם אזוי בטלן די צייט ווען מ'קען סייווי נישט עפעס אנדערש טוהן. (נמחק. ליצנות פון צדיקים).

דא וועל איך ברענגען א קורצע ליסטע פון רעקאמענדירטע העווי מעטאל בענדס. מ'קען זיי אלע הערן אויף יוטיוב, ספוטיפיי וכדומה.


Annihilator
Iron Maiden
Metallica
Judas Priest
Megadeth
Dream Theater
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום טאמבל סאס, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר