בארירט פון א גוישע ניגון ליידער

אלעס איבער דעם עולם המוזיק
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2005 מאל

בארירט פון א גוישע ניגון ליידער

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

שטייט אין ספר החינוך אין פרשת בהעלותך, די סיבה פארוואס די לווים האבן געשפילט מיט חצוצרות איז געווען כדי די אידן זאל תשובה טוען
אין גארנישט ברענגט אזוי שטארק צו תשובה ווי חצוצרות.
פון דא נעמט זיך די ווארט וואס מ׳הערט און די חסידישע הויפן אז ווען מלערנט א צדיק׳ס ספר גייט די צדיק טאקע ארויפ העכער אין ס׳איז א גרויסע טובות הנשמה אבער ווען מזינגט אז ניגון גייט אבער די נשמה ארויפ אין אסאך העכערע עליונות....

כ׳האב קיינמאל נישט פארשטאנען די הויכקייט פון נגינה, כ׳האב דא דארט געהערט אין געזינגען אין טאקע ס׳האט מיר מעורר געווען צו תשובה אבער דעטס איט.

די פארגאנגענע וואך איז מיר אויס געקומען צו זיין פאר געשעפטן ביי א גוישע פלאץ, ווארטענדיג אזוי אונעם פאר ציממער האט געשפילט א ניגון, כהאב נישט אפי צוגעלייגט קאפ אבער פלוצלינג איז מיר די ניגון עפעס אריין אין די ביינער אין סהאט מיר כאילו עלעקטראזירט ממש.
די תנועה איז קיין שום ספק געגאנבעט געווארן פונעם הייליגע תפארת שלמה, עפעס אזוי מין הארציג, אין די ווערטער הערט זיך ווי די קאלובע האט געמאכט.
יענער דערציילט דארט ווי א פרוי איז געפלויגן שנעל אונעם קאר אויפ א שנייעדיגע נאכט, געהאט צווי קינדער אין די אונטערשטע זיץ אין זיי זענען געשלאפן, היות ס׳איז געווען שפעט ביינאכט יענער איז געווען אביסעל דיפרעסט אין ביגלופין, זיינע מחשבות זענען געפלויגן אין א אנדערע וועלט אין ער איז בכלל נישט געווען דאהי.
פלוצלינג פיהלט ער ווי די קאר הייבן אן גליטשען אויפן שניי, ער זעהט ער קען נישט כאפן קאנטראל, ער האט געזעהן די טויט פארן אויגן אין ח״ו די קינדער פון אונטן אויך, מחמת פארלוירנקייט האט יענער פשוט פארמאכט די אויגן אין געהויבן הענט צום הימעל אין געבעטן א תפילה בתחנונים צו ווערן געראטעוועט (דא ציעט יענער ארויפ אויפן קווארטין טענער) אין טאקע כך הווה ער האט זיך געכאפט מיט א קליין זעץ, תיכף ארום געדרייט אין זעהט ווי די קינדער שלאפן כאילו לא היה.
יעצט האט יענער געמאכט א חשבון הנפש ווען איז געווען די לעצטע מאל ער האט געבעטן א תפילה........ בלא בלא בלא עפעס אזו.

די ניגון גייט מיר נישט אזוי פון קאפ. געהאט אזא מין מתיקות אין מקען עס אזוי שיין אויס טייטשען אויפן בורא כל עולמים מיט אונז אידן.

די מחבר איז נישט געוון א איד, כוויל נישט גיי נישט זוכן ווער יענער איז געווען ווייל איך בין א חסידישע אינגערמאן אין ביי מיר איז משה גאלדמאן גענוג הארציג אין די ניגונים פונעם הויף ברעכן שטיין, כפיהל גילטי אפי פון די גאנצע געשעפט אבער דא האב איך פארשטאנען ווי טיף נגינה גייט,

זכותו יכו עלינו.
אליהו הנביא אליהו התשבי אליהו הגלעדי......
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שטילע אינגערמאן, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 22 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר