התקבצו

אלעס איבער דעם עולם המוזיק
רעאגיר
ווייל אזוי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 08, 2016 9:34 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 379 מאל

התקבצו

שליחה דורך ווייל אזוי »

"סטאפ צו משוגע מאכן יעצט פאר די כאפס'ט א זעץ און דו ווערסט צוקוועטשט"

אט אזוי האב איך געהערט עטליכע קינדער זינגען דעם אמאליגע'ן אויפגעכאפטן ניגון "התקבצו מלאכים זה לזה" .

האב איך אריינגעטראכט אביסל טיפער אינעם ניגון איך האב שוין לאנג געהאלטן אזוי און איך האב געזעהן אז די ניגון האט נישט קיין הענט און קיין פיס ס'איז בערך אזוי ווי איינער זאל מאכן א ניגון אויף "ובני דן חושים" [אפשר נישט ממש אבער גאנץ נאנט].

געווענדליך א ניגון ברענגט ארויס עפעס א מעסעדש, אבער די ניגון איז ממש אן קיין מעסעדש, און מסתמא וועגן דעם איז עס נישט אזוי פאפילער.

אויב איינער ווייסט וואס ליגט אונטער די ניגון ביטע לאזן וויסן, אזוי אויך אויב איינער האט נייע ווערטער אויף די ניגון ביטע מיטטיילן ווייל די טאן אליין איז יא אקעי.

די פארפאסער פון די באקאנטע "ונהפך" וואס ווערט געזונגען איבעראל האט אמאל געזאגט אויף קול מבשר אז ארגינעל האט ער געמאכט די ניגון אויף די ווערטער "מזמור שיר ליום השבת" און עס שפעטער אריבערגעלייגט אויף "ונהפך".

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר