רבון העולמים ידעתי

אלעס איבער דעם עולם המוזיק
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2005 מאל

רבון העולמים ידעתי

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

כבין קיין גרויסע מבין אין נגינה, סאיז נישט מיין פעלד בכלל.
מיין הויז געזונט האט געקויפט די נייע סי די פון אברהם פריד אויפן וועג צום קאנטרי.
ביים צוועלפטע ניגון בין איך עפעס אריין אין א מצב פון תשובה געמישט מיט חיזוק (ליין ברעסלב).
כ׳האב ארויפ געדרייט די וואליום צו טויזענט, זיכער געמאכט אז די קינדער זאלן זיצן אנגעלייגט, כהאב זיך פארקנייטשט די שטערן אין אריין געלייגט די גאנצע קאפ אונעם ניגון.
די פנים איז מיר געווארן רויט אזוי ווי ווען די שינאווע רב איז ארויפ אין הימל פוילן א ישועה פאר די קרעטשמע אייגענטומער.
כבין אזוי אראפ געפארן די גאנצע 17, נישט באמערקט מיין עקזיט, די הויז געזונט האט מורא געהאט זיך אנרופן נאכן זעהן כבין עפעס נישט מיט אלעם.
כ׳האב זיך אנעהויבען דערמינטערן שטייטלעך אבער כבין שוין היפש פארפארן אין געהאלטן ביי עקזיט 90, דארט האב איך געזעהן סאיז צרות.

יעצט אויפ א סיריעס נאוט די ניגון איז עפעס א ריזיגע, יעדער ווארט קלאפט ווי א זייגער, אזעלעכע שיינע ווערטער, אפגערעדט די טאון.
נאר א שאד דער רב ברייער האט מסתמא פארקויפט די ניגון פאר 5 אלפים אויפן א פעימענט פלען, א ניגון וואס איז כרגע די הייסטע ניגון ביי יהדות חרדית.
ווען ער איז ווען א גוי אין מאכט די ניגון וואס איז די היט פונעם יאר, האט ער שוין א קאנפרימד טוויטער עקאונט, מיט א פאלאץ אין פלארידע אין קאליפארניע אין אפאר מיליאן אין באנק אין ווען ער דארף כאפן א פליגער צו א צווייטע מדינה איז די עירפארט געפאקט מיט paparazzi.
יעצט אז ער איז א איד, ווען ער וועט קומען קיין אמעריקא קלייבן פארן חתונות פונעם קינדער וועט ער קענען פארציילן אז ער איז די בעל מחבר פון ידעתי.
מי כעמך ישראל.
גוטע נאכט
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שטילע אינגערמאן, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר