אברהם פריד דיסאפוינטס

אלעס איבער דעם עולם המוזיק
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ודי למבין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 603
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2013 2:22 pm
האט שוין געלייקט: 776 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 444 מאל

אברהם פריד דיסאפוינטס

שליחה דורך ודי למבין »

ווען ס'קומען ארויס חדשים לבקרים נייע זינגערס וועלכע טוען זיך פראמוטען מיט נייע אלבוימס מיט האלבע און פערטל ניגונים, האב איך געהאפט אז דער זינגער מיט'ן ה"א הידוע אברהם פריד וואלט ארויס געקומען מיט אן אלבוים מיט פיינע ווארע אבער איך בין זייער שנעל זייער דעסאפוינטעט געווארן.
פריד איז אלע מאל געווען מיין פעיווירט. זיין שטימע וואס איז געווארן שטערקער, בעסער, געשמאקער און זיסער מיט יעדע פארבייגיענדע אלבוים האט מיך כסדר פארכאפט און שטענדיג אריין געברענגט אין א גוטע גיסטע. זיין ניגונים אויסוואל איז כסדר געקומען מיט א חידוש, ער האט נישט מורא געהאט צו ברענגון אזאלכע ניגונים ווי תניא און יחיד ורבים צום טיש און די טעג וואס אזא סארט ניגון האט באלאנגט פאר א חזן. די אמתדיגקייט און זיין אינערליכע עבודה איז קענטליך פון אלע זיינע אלטע ניגונים. און מיט יעדע אלבוים זענעם מיט געקומען פרישע אוצרות.

אבער...

מיט זיין נייעם אלבוים האט פריד זייער שטארק דיסאפוינטעט. זיין קול איז נאך אלץ על הגובה און שטארק, אבער די ניגונים, די ארענדזשמענטס, די פראדאקשען איז זייער, זייער שוואך אמ"א.

ווי איז די תניא? די שטר התנאים? ווי איז די נאסטעלעגישע תקע, די ברכה והצלחה? ווי איז די חזנות פון טהר ר' ישמעאל און ווי איז די גאר געשמאקע "הן הם"?

ברינג דע האוז דאון איז א זיסע איידיע און איך וואלט עס איבער געלאזט פאר בערי סופר אויף איינע פון זיינע קינדער אלבוימס. אוצר של יראת שמים דארף זין די ריפלעיסמענט פאר כי המצוה אדער רצה? אדער גאר דארף ריקאלקעילעיט זיין אנשטאט נאו דזשאו? ואנפהא נהירון? אמת'דיג? איז דאס במקום ברכה והצלחה אדער במקום ברוך הבא מלך המשיח?

גרענטעט, הנני בידך איז א געששמאקע ניגון, אבער די ניגון איז שוין ארויס א צייט צוריק. און עס טוט סייווי נישט דזשאסטעפייען אז פון 14 ניגונים איז דאס מיט נאך איין אינאהאלב ניגונים ראוי לעלות על שלחן מלכים.

ס'טוט וויי דאס הארץ אז אינדערצייט וואס זיין קול איז געווארן זיסער, שטערקער און געשמאקער איז די ניווא פון די אלבוים אוועראל געפאלן עשר דרגות אחורניות. חבל. אברהם פריד האט דיסעפוינטעט.

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר