בלאט 1 פון 1

ווארעמסטע ניגון אנקעטע

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 9:56 pm
דורך יואלי וואלפסאן
מיין ווארעמסטע ניגון וואס קען מיר איבערנעמען און טוישן די געמוהט צו שפירן זיך ווי איך בין אין רוחניות (אפילו ס'איז אפשר א איינרעדעניש) מוז לכאורה גיין צום ניגון אויף די ווערטער י-ה אכסוף.
נאך א ניגון וואס קומט נאנט איז דער ערשטער כאיל תערוג פון קעמפ שלוה. כאיל תערוג על פוקי מים על אפוקי מים, כן נפשי כן נפשי תערוג...
זייער הימליש בעיקר די לעצטע פאל, אוי מתי אבא ואראה
און וואס זענען אייערע ווארעמע ניגונים