כשרונות פראיעקט אויף קול מבשר

אלעס איבער דעם עולם המוזיק
רעאגיר
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 985 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

כשרונות פראיעקט אויף קול מבשר

שליחה דורך moshav zekeinim »

גרויס איז געווען די שמחה און ערווארטונג ביי הונדעטער און אפשר טויזנטער אידן אוהבי נגינה איבער די וועלט ביים הערן איבער דעם נייעם כשרונות פראיעקט אויף קול מבשר.

וועלווי מיט נפתלי משה מיט מושי קרויס האב אין אן איינגענעמער היימישער שמועס געמאלדן איבער דעם פראיעקט. זיי האבן געמוטיגט
דעם עולם צו שיקן ניגונים. עס האט זיך געדאכט פאר די שטילע מוזיק שעפער אז ענדליך וועט יעדער האבן א פלאטפארמע, און א סוף צו די דיסקרימנאציע.

דער אמת איז אז זייער גאנצער איינגענעמער מעלדונג האט זיך עפעס נישט געקלעפט. בו בעת וואס מען האט פארשפראכן יעדנס ניגון צו ארויף לייגן האט מען גערעדט פון א סעלעקציע. מענטשן האבן אויסגעניצט די געלעגנהייט, איך האב מיר גערעכנט אויף פיפצן הונדערט ניגונים, אבער 500 איז אויכעט א גאר גרויסער צאל.


למעשה ווי עס שיינט גייען נישט מער ווי 36 ניגונים ארויף גיין. פארוואס האט מען דאס נישט געקענט זאגן פאר דעם? און פארוואס רופן זיי דאס כשרונות הילף ווען עס איז נישט מער ווי א געקליבענע ניגונים פארמעסט.

נפתלי משה דערציילט אינעם אינטערוויו אז ער איז שטענדיג געווען גרייט צו הערן ניגונים פון מענטשן, במיוחד די לעצטע צוויי יאר. איך בין אבער פערזענליך עדות אז נישט. איך האב אים פאריאר געשיקט א ניגון, ער האט געענטפערט אז ער טשארדזשט 65 דאלער צו הערן א ניגון.

איך פארשטיי מיך נישט מיט אזעלעכע דריי קעפ.

יעצט צום עצם פארמעסט. לדעתי, אויב שוין געקליבן, האט ער גוט געקליבן. ד.ה. גוט פאר א פערטיגער אלבום, לאוו דוקא גוט פאר א פארמעסט ווייל ווי פארמעסט מען א שטייטע קעגן א לעבעדיגער, א פארצייטישער גראמען ניגון צו א ראמאנטישער ולירשלים, א פארלוירענער ביום צרה צו א צילעדיגער השיבנו, א סטודיא רעקארדינג צו א פראוויזארישער טעלעפאן רעקארדינג. אויב שוין יא א מוזיק פארמעסט זאל עס שוין זיין צו דער זאך...

איז עס א מצווה צו זיין אזוי אומאויסגערעכנט וויי טיענדיג מענטשן, אדער איז עס גאר א סודות'פולע מהלך אין ביזנעס אדער קולט פירערשאפט?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום moshav zekeinim, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).

דער אשכול פארמאגט 76 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר