רן ורד, דער פאליס אפיסער וואס פלעגט זיין א סטודיא פויקער

אלעס איבער דעם עולם המוזיק
רעאגיר
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 985 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

רן ורד, דער פאליס אפיסער וואס פלעגט זיין א סטודיא פויקער

שליחה דורך moshav zekeinim »

דער באקאנטער זינגער פון ישראל, שלמה ארצי, האט מיט א דריי יאר צוריק אפגעראכטן א קאנצערט פאר פינף טויזנט משטרה מטגלידער אין ישראל. שלמה ארצי איז שוין צענדליגער יארן פאררעכנט אלס דער פאפולערסטער זינגער אין ישראל, א שטייגער ווי מבד ביים היימישן עולם.

אזוי אינמיטן זינגען זעהט ער עפעס א באקאנט פנים צווישן די קציני המשטרה, אוי דאס איז דאך רן ורד, דער אמאליגער פויקער. "רן ורד, דו ביסט געליידנט אויפן בינע! רופט שלמה אויס. רן איז ארויף, ער איז מכובד געווארן מיטן אפפויקן א ניגון, און נאסטאלגישע זכונות זענען אויפגעקומען, פון די צייטן ווען רן האט געפויקט אויף שלמה'ס פאפולערסטע אלבום'ס און אים באגלייט אויף גרויסע סטעידזשעס.

"וואלסטו צריק געקומען זיין אונזער פויקער? פרעגט שלמה. אבער רן זאגט קאטעגאריש "מען לאזט נישט אפ קיין מינדירן!

רן ורד, א איד אין די יונגע פערציגער, איז מיט א צעהן פופצן יאר צוריק געווען דער באקאנסטער פויקער אין סטודיא. סיי ביי די פרייע זינגער און סיי ביי די פרומע. ער האט זוכה געווען אז די פאפולערסטע חרדישע אלבום'ס זענען מיט זיינע קלאפערייען. פון די בעסטע מבד, אברהם פריד, שוואקי, לחיים (לחיים אידן ברודער, לחיים טיש, מתיקות), קעמפ שלוה, עמית ליסוונד, און נאך פילע אנדערע שפיץ אלבום'ס.

בימיו, ווען רן איז געווען דער פויקער פון רוב אידישע אלבום'ס, האב איך געהאט געמישטע געפילן כלפי רן'ס פויקעריי, פון איין זייט האב איך ליב געהאט זיין קלאפ, ספעצעל ביי א ראק ניגון, אבער מצד שני האב איך געפילט אז עס פעלט אים פלעקסעבילעטי און צוזאמענגענומענקייט ביי שווערע ריטעם'ס. איך האב מיר אפילו געוואונדערט פארוואס ער איז דער פויקער בה' הידועה, און געהאפט אז מונה און לאופער וועלן טרעפן א בעסערער פויקער פון אים.

עס זענען טאקע אפיר געקומען נייע פויקערס אויף אלבום'ס, ווי ברק בן צור, ניר צדקיהו, אבי אבידני, אשר פדי, די אלע פארמאגן בלי ספק בעסערע טעקניקס ווי רן ורד. רן איז צוביסליך אראפ פון די מאפע.

אבער צו דער זעלבער צייט האט זיך אנגעהויבן הערן דברי געגועים צו רן'ס פויקעריי. איך האב געגעבן א קוק צוריק, און זיך איבערצייגט אז די בעסט גייענדיגע טעיפ'ס זענען געווען די מיט רן אויף די דראם'ס, ווייזט אויס אז זיין קלאפ האט א חן מיוחד.

לעצטנס פראבירן טייל מוזיק ארעידזשערס אים צוריק צובאקומען אויף זייער מוזיק. יוחי בריסקמאן האט מיט א פיר יאר צוריק אויסגעשטעלט דעם גרויסן שוואקי קאנצערט אין נוקיה אויף א טאג וואס רן וועט קענען פויקן. האט זיך עס אויסגעצאלט? שווער צו וויסן, אבער דאס איז זיכער, אז נוקיה ווערט דערווייל פאררעכנט אלס שוואקיס געלונגענסטער קאנצערט.

שמואלי אונגאר האט געבעטן לאופערן צו אפיר ברענגען דעם רן אויף זיין אלבום. און אויך אנדערע זינגער ווילן אים שטארק האבן אויף זייער אלבום.

ווייזט זיך אויס אז ער פארמאגט א געוויסער חן.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר