די טרויעריגע געשיכטע פון זוהר ארגוב ז"ל

אלעס איבער דעם עולם המוזיק
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יהורם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1160
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 554 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2198 מאל

די טרויעריגע געשיכטע פון זוהר ארגוב ז"ל

שליחה דורך יהורם »

זוהר עורקבי איז געבוירן געווארן אום יולי 6 1955 אין ראשון לציון זייענדיג דער בכור צו זיין פאטער עובדי' וועלכער איז געווען פון די עולי תימן, ער האט חתונה געהאט צו ברכה צברי און געהאט א קינד מיטן נאמען גילי, ער האט געארבעט אלס א קאנטראקטאר, ער האט ארויסגעגעבן אינאיינעם מיט זיין ווייב צוויי לידער וועלכע זענען ברייט באקאנט געווארן איבערן לאנד, דאן האט ער זיך געטוישט זיין נאמען פון עורקבי צו ארגוב זאגנדיג אז עס שטימט אים בעסער אויס און עס הערט זיך שענער און אויך וויבאלד דאן איז אין איזראעל געווען א שטארקע מעסטונג אין אפשטאם און די תימנים זענען גאר שטארק באקריוודעט געווארן און מיטן תימנ'עם נאמען עורקבי וואלט ער נישט געקענט אנקומען צו ווייט אלס זינגער.

ער איז געווען א גאר קוריאזער מענטש, אין 1978 איז ער ארעסטירט געווארן פארן באלעסטיגן א מיידל, ער איז באשטראפט געווארן מיט דריי יאר תפיסה, ווען ער איז באפרייט געווארן האט ער זיך צוטיילט פון זיין פרוי און אנגעהויבן זיך באשעפטיגן נאר מיט מוזיק, ער איז אריין אין די מוזיקאלישע גרופע צלילי העוד וועלכע איז אנגעפירט געווארן דורך יהודה קיסר, ער איז ארומגעפארן אין די גאנצע מדינה זינגען יעדע נאכט ביי קלאב'ן און מאלצייטן, עס האט זיך אנגעהויבן פאר אים א גלעצנדע קאריערע פון פאפולערע מוזיק, ער האט זיך ערלויבט א ריזיגן .

זייענדיג אין לאס אנזשעלעס בערך 1983האט ער אנגעהויבן נעמען קאוקעין, ער איז געווארן אזוי צוגעבינדן צו דעם דראג אז ער האט פשוט אויפגעהערט קומען רעקארדירן זיינע זאכן אין סטודיא, מען פלעגט אים אראנזשירן קאנצערטן און ער פלעגט נישט ערשיינען, ער איז געווען צוגעבינדן צו די סחורה מיט זיין הארץ און נשמה.

ער האט באקומען פילע שונאים אין לאנד אבער זיין מוזיק האט נאך געשפילט אין גרויסן און זיינע אלבומ'ס זענען פארקויפט געווארן אין די הונדערטער טויזנטער, פילע געסער אין לאנד האבן באקומען נעמען פון זיינע לידער, ער איז אריבער אן ערהוילונג פון די דראגס אבער איז גלייך צוריקגעפאלן, ער האט פארלוירן זיין געלט און אריין אין טיפע חובות און דאן ווען ער איז איינמאל אנגעשיכור'טערהייט געגאנגען צו זיין פריערדיגן ווייב ברכה צברי בעטן אויב זי וויל צוריקקומען צו אים איז ער ברוטאל אנגעקלאפט געווארן דורך איר מאן וועלכער איז אויך געווען א פאליציי מאן.

מען האט אים ווידער ארעסטירט פארן גנב'ענען א ביקס פון א פאליציי מאן און נאך דריי חדשים האט מען אים באפרייט אויף א שבת, זונטאג דערנאך האט א מיידל אים אנגעקלאגט אז ער האט איר פרובירט צו באלעסטיגן און ער איז אריין אין תפיסה צוריק אויף א האלבן יאר.

דריי וואכן פאר זיין באפרייאונג האט ער אנגעהויבן פארפירן אין תפיסה אז ער מוז ארויסגיין, ווען דער שומר האט אים נישט אויסגעהערט האט ער זיך געהאנגען אין תפיסה מיט זיין העמד.

אלע זינגערס אין לאנד האבן אים און באוויינען נאך היינט, ער איז געווען דער וואס האט ארויפגעברענגט דעם סטיל פון מזרחי מוזיק אין לאנד און אלע זינגערס זענען זיינע תלמידים, פילע אלבומ'ס זענען ארויסגעקומען פון זיינע רעקארירונגען שוין נאך זיין טויט, ער האט געלעבט א לעבן פון צער און ווייטאג אויסגעמישט מיט פאפולעריטעט.

זאל ער רוען אין גן עדן.

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר