דורך סאנטיאגא » דאנערשטאג פעברואר 27, 2020 9:13 pm
אן ארטיקל וואס איז פארשפרייט געווארן אויף סאציאלע מידיע, הגם איך עגרי נישט פונקט מיט אלעס איז עס נאך ווערט ארויפצושטעלן,
C/p
ליפא שמעלצער קומט היינט ארויס מיט זיין נייע
אלבום, און דו גייסט עס נישט ליב האבן.
היינט גייט מען הערן אויף אסאך גרופס גרויסע טענות קעגן ליפא שמעלצער'ס נייע אלבום. לכאורה בין איך סתם א שווארץ-קוקער, וויאזוי קען איז וויסן ווי גוט די אלבום גייט זיין?
אבער ניין! איך האלט דייקא פארקערט, ס'גייט זיין איינע פון זיינע בעסטע אלבומס, וואס איך זאג איז נאר וואס דער עולם גייט זאגן דערצו ווען ס'קומט ארויס.
פארוואס זאג איז אזוי? לאמיר צוריקגיין אביסל.
ליפא שמעלצער. א נאמען וואס איז ברייט באקאנט. און ווי ליפא אליינס האט געזאגט פאר איינע פון זיינע חברים שוין צוואנציג יאר צוריק "ווען מ'גייט זאגן די נאמען ליפא וועט יעדער גלייך וויסן אז מ'מיינט מיר"... ליפא איז א פייאניר. ליפא איז א מחדש. ליפא איז פאראויס פון זיין צייט.
אין די אידישע וועלט זענען רוב זינגערס נישט מער ווי "וואקאליסן" וואס קענען שיין אפזינגען א קאמפאזיציע וואס מ'לייגט זיי אראפ. אנדערש איז אבער ליפא, ליפא איז אן ארטיסט. ליפא איז אינוואלווד אין יעדע אספעקט פון א ניגון אויף זיין אלבום, בדרך כלל איז ער די קאמפאזיטאר אויך, אבער ווען נישט ווייסט ער פונקטליך וואס ער זוכט. ליפא האט טאקע דערפאר דער ערשטער געטראפן א רייע אינגעלייט וואס זענען שוין היינט ברייט בארימט – א שטייגער ווי יצחק פוקס - וואס איז פארדעם געווען א גרויסע גארנישט, נפתלי משה שניצלער און נאך. (ווער געדענקט ווען ליפא האט נביאות געזאגט אויף מאטי'ס סוקסעספולע קאריער אינעם ביכל פונעם "א פשוטע איד" אלבום ביי די "יענער" ניגון וואס מאטי האט איהם געגעבן נאך אלץ בחור...)
מיר אלץ צוהערער הערן נישט נאר וואס ער געבט אונז צו הערן, און טאקע מיט יעדע אלבום דעקט ליפא אויף נאך און נאך פון זיינע שטוינענדע טאלאנטן. אנגעהויבן פון די פשוטע פראקטישע אידישע ניגונים ווי "א גוט ווארט", ביז די טיפזיניגע גראמען פון "מעומקא דליבא". פון נשמה-דערווארימדיגע ניגונים ווי די קידוש לבנה ניגון, ביז אינטרעסאנטע קאמישע ניגונים ווי "רבותי מיר וועלן בענטשן"... מען קען נישט אנווייזן אויף צוויי פון ליפא'ס אלבומ'ס "די צוויי זענען ממש די זעלבע (כ'רעד נישט פון קאלעציעס) ווייל יעדע מאל קומט ער אריין מיט א נייע חידוש, א נייע פרישקייט און א נייע "טיעם".
און דאס איז די ערשטע נקודה: מענטשן רעכענען זיך אויף א געוויסע "ליפא" וואס זיי האבן זיך אויסגעבויעט אין קאפ. דער ווילהערן נאך א "א פשוטע איד", און דער אנדערע וויל הערן א "קעניינע הארע" 2.0 דוקא. איר כאפט נישט, ליפא גייט אונז נישט געבן נישט דאס און נישט דאס! ער געבט א פרישע ליפא! א נייע ווערסיע וואס מיר האבן נאכנישט טועם געווען! איינער וואס רעכנט זיך אויף א געוויסע ווערסיע פון ליפא וועט זיכער ווערן היפש דיסעפוינטעד, ווייל אין זיין קאפ גייט די פרישע זאך בכלל נישט זיין די "ליפא" וואס ער האט געווארט אויף!...
***
מיר האבן אלע מיטגעהאלטן ווי ליפא האט זיך געהאט זיינע סיזאנס, זיינע אפס און דאונס סיי אין מוזיק, און זיכער אין אידישקייט.
זייט די לעצטע אלבום איז שוין אריבער כמעט 5 גאנצע יאר. אינצווישן האבן מיר באקומען א סינגל דא און א סינגעל דארט, לעצטנס טאקע מער, אבער דאס איז די גאנצע. שוין באלד 5 יאר וואס מיר ווארטן אויף א נייע אלבום.
בפרט ווען ליפא איז "צוריקגעקומען" ווען א כוואליע פון "ליפא פענס" זענען ארויפגעשווימען, און א ים פון אלטע גוטע ניגונים זענען צוריק אריין אין צירקולאציע און איבער גענומעם די מארקעט ווי "אחרון אחרון חביב" און "השיבנו – די סבא קדישא". די מער ניגונים זענען אפירגעקומען איז די רייץ פאר א נייע אלבום גערעסער געווארן.
ווען ליפא'ס טאטע איז אוועק האבן מיר געהערט אז ער ארבעט אויף דריי אלבומס. איינס פאר זיין טאטע, א צווייטע פון טאלאנטן פון אנדערע מענטשן, (ער איז אויפגעקומען דערמיט פאר "כשרונות" אויף קול מבשר איז געווען א זאך...) און א געהעריגע. ערגעצוואו אינדערמיט האבן מיר באקומען דעם קליפ ווי ער רעקארדירט 10 ניגונים אין איין נאכט מיט יואלי דיקמאן, יעדע פאר טעג האבן מיר באקומען הבטחות אז ממש ממש בקרוב קומע עס, און די אפעטיט איז געווארן גרעסער איז גערעסער.
ער האט שוין זייט דעמאלטס שוין אינגאנצן אפגעלאזט די איידיע פון די "כשרונות" אלבום, נאכן שוין ארויסגעבן איין סינגל דערפון, און אפגעמאכט אריינלייגן די ניגונים פון זיין טאטע אין די נאמאלע אלבום. יעצט ווייסן מיר שוין עטוואס וואס זיך צו רעכענען אויף, יעצט דארף עס נאר קומען!...
מען ווארט און מען ווארט...
C/p
עפעס הערט מען אז ס'איז שוין ערנסט, עפעס קליפס זעהט מען ווי ער ריקארד שוין קווייער!! די געמיטער הייבן זיך דער עולם הייבט זיך אן רעכענען אויף די זעץ! אט קומט עס!
והוא הנותנת! דא איז טאקע דער פראבלעם...
מיר רעכענען זיך שוין אויף אזא מאסיווע זאך אז וואס ליפא זאל נאר טוהן קען ער נישט אנקומען צו אונזערע גרויסע ליכטיגע דמיונות. וואס ער זאל נאר טוהן וועט זיין שוואכער ווי וואס מיר ערווארטן. ס'איז נישט קיין כלל, ס'איז דא וואס רעכענען זיך יא ריכטיג און ערווארטן א דערגרייכבארע פראדוקט פון איהם, אבער דער ברייטן קהל איז כמעט נישט מעגליך צו צופרידן שטעלן.
וואס ס'גייט היינט פאסירן איז, אז רוב צוהערער, בפרט די יונגע ווי בחורים וכדו', וועלן ווערן היפש אנטוישט אויף א נעגעטיווע וועג, די ערשטע מאל זיי הערן די סידי. מ'גייט הערן א רייע קאממענטס און ס'וועלן ארומפארן סטעטוס פאוסטס ווי "אויב דעם האבן מיר געווארט?!?", אדער "דאס האט דיר גענומען אזוי לאנג?", אדער "ליפא, דו קענסט בעסער" וכו' וכו' פון מענטשן וואס קענען טרעפן פשט אינעם נייעס אלבום. "ס'איז אזא בארינג ניגון"... "ס'איז נישטא קיין שום טאלאנט"... ליפא פלעגט זיין בעסער...
ער גייט, ווי געווענליך, האבן ניגונים פון זיין הארץ ארויס, וואס א צווייטער קען נישט פארשטיין די ריכטיגע מעסידזש די ערשטע מאל ממש, און מענטשן גייען עס נישט ליב האבן. אפשר ווער אפילו קומען איין קאנטרעווערשל זאץ און מאנכע וועלן ווילד ווערן...
***
לא נביא אני, ולא בן נביא אני, אבער דאס איז וואס מיין הארץ זאגט מיר וועט זיך בפשטות אפשפילן – לויט ווי איך קען אונזער מארקעט...
איך האף כ'בין נישט גערעכט... איך האף אז דער עולם וועט יא אויסהערן דעם סידי מיט א ניכטער אויער... איך האף אז מ'וועט איהם יא געבן די ריכטיגע אפשאצונג און הנאה האבן שוין די ערשטע רגע...
חברה!! איך קען קוים ווארטן!...
"The rich don't work for money, they get money to work for them"
Robert Kiyosaki -