בלאט 1 פון 1

#קורס: פונדאמענטן אין מוזיק טעאריע.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 17, 2020 9:28 am
דורך במדבר
טייערע ברידער און שוועסטער

איך וואלט אייך געוואלט איינלאדענען צו לערנען צוזאמען די קארסערע (coursera) קורס: ''פונדאמענטן אין מוזיק טעאריע''. די קורס נעמט באלד אכט שעה און ווערט צוטיילט אין זעקס וואכן פארגעלערנט יעדע וואך דורך באזונדערע פראפעסארען מומחים אין זייער פעלד, פון די פרעסטיזשפולע ''אוניווערסיטעט פון עדענברע''.

די קורס וועט אייך געבן די מעגליכקייט צו בעסער פארשטיין, אנאליזירן און לערנען: קאמפליצירטע קאמפאזיציעס, ווי אויך וועט איר לערנען צו ליינען און שרייבן מעריב'דיגע מוזיק נאטן.

די קורס ווערט פארגעלערנט אין ענגליש און אנטיילנעמען איז גענצליך בחנם, איר דארפט נישט האבן קיין שום פריערדיגע וויסענשאפט, אזש איר בלייבט נישט מיט קיין אנדערע אויסוואל נאר זיך יעצט איינצושרייבן........

זיך איינצושרייבן Fundamentals of Music Theory.

און די אשכול וועט מען זיך: דארוכרעדן, איבערשמיעסן, פרעגן וואס איז נישט פארשטענדליך, צוצייכענען לינקס ווי זאכן ווערן ברייטער אויסגעשמיעסט וכדו'.

(שטארק געאייגענט צו לערנן מיט פריינט און פאמיליע.)