שעפסעל קאנאריק חזן פון פאקופסי

אלעס איבער דעם עולם המוזיק
רעאגיר
באניצער אוואטאר
זיו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 37
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 31, 2020 3:06 am
האט שוין געלייקט: 591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל

שעפסעל קאנאריק חזן פון פאקופסי

שליחה דורך זיו »

שעפסעל קאנאריק חזן פון פאקופסיhttps://m.youtube.com/watch?v=mQ7pkUZ4Nfg

א פיין שטיקעל קאמידי ווי א חזן גייט אויף פרויבע פון מייקעל ראזענבערג. די שטיקעל חזנות וואס ער לייגט אראפ איז מלא חן, און צוקער זיס.

א חבר מיינער האט עס מיר געוויזען אפאר טעג צוריק. עס איז מיר זייער געפעלען, און איך האב גאר שטארק הנאה געהאט דערפון. האב איך מחליט געווען עס מיטצוטיילען מיטן עולם דא.

איך האב מיך אויך אויסגעלערנעט אפאר זאכן פון חזנות פון דעם זיסען קליפ. בדרך אגב, מען קען זיך צומאל אסאך לערנען פון גוטע קאמעדי.

ער רעדט זייער שנעל, און עס קען זיין שווער צו הערן יעדן ווארט. עס וואלט געווען א שיינע זאך ווען איינער קען אפשרייבען אלעס וואס ער זאגט.

בקיצור וואס גייט פאר אויפן קליפ איז אזוי.

איך! גיין אויף אן אודישען (פרויבע)! בשום אין אויפן נישט. איך בין געווען די חזן פון פאקופסי פאר דריי יאר, מען האט זיך געשלאגן מיך צו הערן. איך האב גראדא אויך געכאפט א פאר פעטש. נאך דריי מינוט מיך הערן איז דער עולם געליגן אויף דער ערד. איך דארף גיין אויף פרויבע! ניין, איך גיי נישט. דער ראש הקהל האט דאך וואטע אין די אויער, ער איז טויב ווי דער וואנט, פאר אים דארף איך געבען אן אוידישען! נאר וואס דען. איך דארף דאך פרנסה. לאל

נאכדעם לייגט ער אראפ א שיינעם שטיקעל אויף, והוא יושיענו. צוקער זיס. וואטשס עס, וועט עטץ הנאה האבן.

נאך'ען וואטשען בין איך געווארן גאר נייגעריק ווער איז דער קאמידעשער חזן, און וואס נאך איז דא פון אים. האב איך געפרעגט גוגל, און באקומען די פאלגענדע. ער האט געהייסען מיקעל ראזענבערג (תר"ס - תקל"ב) און האט געשפילט אויף פארשידענע פלעיס, ווי דער חזן'ס זון, און מזל טוב אידן.

איך האב דאך אבער געוואלט האבן מער אינפארמאציע, האב איך גערויפן א חזן וועם איך קען. זאגט ער מיר אז דער מייקעל ראזענבערג איז א זון פון ר' יודל ראזענבערג וואס איז סוף ימיו געווען רב אין מאנטריאל קאנאדא. דער ר' יודל ראזענבערג האט נאך אינדערהיים פארן צווייטען קריג ארויסגעגעבן די מעשיות פון דער גולם פון פראג. היינט איז אנגענומען אז דער גולם לא היה ולא נברא, נאר ר' יודל האט דאס אליין באשאפן מיט זיין פעדער. פארפאלען, איי געס ער האט געהאט טאלאנט, און דער זון מייקעל האט געהאט פון וועמען צו יורש'נען.

עס איז דא נאך פיינע זאכן פון מייקעל ראזענבערג אויסער שעפסעל קאנאריק. למשל, געציל, זיין פעיווערד קערעקטער. ווער עס קען לינקען צו זיי, און מסביר זיין וואס דארט גייט פאר, וואלט זייער שיין געווען. שכח למפרע!

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר