שיינע נאציאנאלע הימנעס

אלעס איבער דעם עולם המוזיק
רעאגיר
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3108
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3366 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8513 מאל

שיינע נאציאנאלע הימנעס

שליחה דורך שמן למאור »

כמעט יעדע מדינה אויפן וועלט האט א נאציאנאלע הימנע, אדער אויף ענגליש א national anthem, דאס איז א לידל וואס איז די "ניגון פונעם לאנד", עס ווערט געזינגען און אלע חשובע זמנים, ווי די יום העצמאות פונעם מדינה אדער ביי לוית אדער ווען מען שווערט אריין נייע לאנדס פירער, אדער ביי סתם פאראדעס

געווענליך האט די ליד ווערטער פון שטאלץ אדער האפענונג מיט פאטריאטישע פראזן ארויסצוברענגען די מעכטיגקייט און די שטארקייט פונעם לאנד, און היות די לידער זענען שוין אסאך יארן אלט, רוב מאל הונדרעטער יארן, האט עס עפעס א שטארקע חן און א פארצייטישקייט, עס איז נישט היפ האפ אדער דזשעז, א זאך וואס איז נאך נישט געווען מיט אזוי פיל יארן צירוק, נאר עס איז על פי רוב שיינע קלאסישע אדער ריהוגע ניגונים

איך וויל דא עפענעם די אשכול פאר דעם צוועק, ציצוברענגען די הימנעס פון לענדער, און אפשר אביסל היסטאריע און קרישקעלעך איבער די ניגונים, וויפיל עס וועט זיין אינטרעסאנט

לאמיר אנהויבן מיטן "התקוה" ניגון פון מדינת ישראל,

די ארגינעלע ווערטער זענען אפגעשריבן געווארן אלץ א פאום, דורך א פרייע איד און פאעטיסט, מיטן נאמען נפתלי הירץ אימבער פון שטאט זלאטשוב אין יאר תרל"ח לפ"ק, ער האט עס דאן ארויסגעגעבן אין א פאעטישן ביך וואס ער האט געשריבן
בשנת תרמ"ב האט ער עולה געווען קיין ארץ ישראל וואס איז נאך דאן געווען אינטער די טערקישע אטאמאן הערשאפט, ער האט פארגעליינט די פאום פאר די ארטיגע אידישע תושבים אין ראשון לציון און רחובות, און אויפגעלעבט די ציבראכענע גלות אידן אז עס איז דא א תקוה, און איין טאג וועלן אונז הערשן אויפן לאנד פון אינזערע אבות,
מיט בערך צען יאר שפעטער האט א אינגע בעל מנגן פון בערך אכצן יאר אלט מיטן נאמען שמואל כהן ארויפגעלייגט די ווערטער אויף אן אלטע אטאליענישע ניגון מיט אפאר שנוים
https://youtu.be/KK1Im3cvpz8

https://youtu.be/4HXfC0LJbl0

עס איז דא וואס זאגן אז די ניגון קומט גאר פון הייליגע מקורות, יש אומרים אז די מעזריטשע מגיד האט גאר פארפאסט דעם ניגון, אבער איך ווייס נישט ווי קראנט די שמיעות זענען, למעשה איז די ניגון מיוחס אין די וועלט צו א גוי א פידל טיטשער און קאמפאזירער Gasparo Zanetti

למעשה איז די ניגון בליץ שנעל פארשפרייט געווארן סיי ביי די אידן אין ארץ ישראל און סיי ביי די אידן און אייראפע,
די חברה פונעם חובבי ציון באוועגונג האבן עס גלייך גענימען אלס זייערע הימנע,

שפעטער ביי די ציוניסטישע קאנגרעסן האט מען אלץ פארגעשטעלט אפציעס פון ניגונים וואס זאל דינען אלס דעם הימנע, און מען האט נישט געטראפן עפעס וואס די עולם זאל איינשטימען דערויף, למעשה איז די התקוה ניגון געווארן מער און מער פאפולער צעווישן די נייע יונגע ציונים, און ביי די פיפטע קאנגרעס זיצונג וואס איז פארגעקומען אין יאר תרס"א האט זיך די סעסיע געשלאסן מיט געזענג פון די ניגון,
ביי די זעקסטע קאנגרעס אין יאר תרס"ג האבן עס געזינגען די וועליכע זענען געווען קעגן די פלאן פון גרינדן מדינת ישראל אין אגאנדא, אפריקע, און האבן ארויסגעהויבן דעם "עין לציון צופיה"

ביי די אכצענטע קאנגרעס אין יאר תרע"ג אין פראג, האט מען אדאפטירט די ניגון אלס הימנע, הגם אפעציעל באשטעטיגט, האט מען עס נאר גאר לעצטנס בשנת תשס"ד
די בריטישע האבן גלייך ארויסגעלייגט אן איסור דערויף, אויס מורא פון די צארן פון די אראבערס,
למעשה איז דאס אבער געווארן די עיקר ניגון פינעם ציוניסטישן באוועגונג, און איז עד היום א חלק בלתי נפרד פונעם ציוניסטישן שטאלץ פינקט ווי די פאון

ווי עדות גיבן איבער, איז בשעת די נאציס ימח שמם האבן אריינגעטריבן די אידן אין די גאז קאמערן, און אינזערע זיידעס האבן געזינגען דעם אני מאמין אויסהויכענדיג דערביי זייערע הייליגע נשמות על קידוש השם, האבן די ציונים געזינגען מיט א ברען מיט טרערן אין די אויגן דעם התקוה ניגון

מערווידיג איז די פאקט אז הגה"צ ר' אי"ה קוק זצ"ל האט פארגעשלאגן א צווייטע ניגון מיטן נאמען "האמונה" מיט מער א אידישע מהלך, וואס הייבט ארויס אז די עיקר סיבה זיך צירוקציקערן צום לאנד איז צו היטן די תורה ומצות, אבער עס איז למעשה נישט געווארן אנגענימען, און ער האט צום סוף געשטיצט די התקוה ניגון

פאלגנד איז די ליריקס פון די ניגון האמונה פון רב קוק:

לעד חיה בלבבנו
האמונה הנאמנה
לשוב אל ארץ קדשנו
עיר בה דוד חנה.  

שמה נעמוד לגורלנו
אב המון קנה
שמה נחיה חיינו
חיי עדת מי מנה.

שמה נעבוד אלוקנו
בחדוה בגילה וברננה
שמה נעלה לרגלנו
שלש פעמים בשנה.

תורת חיים חמדתנו
מפי עליון ניתנה
נצח היא נחלתנו
ממדבר מתנה.

דא האט איר די האמונה ניגון ווי חזן העלפגאט זינגט עס
https://youtu.be/p-OWzbaCO3k

דא איז די ליריקס פון התקוה:

כל עוד בלבב פנימה
נפש יהודי הומיה
ולפאתי מזרח קדימה
עין לציון צופיה

עוד לא אבדה תקותינו
התקוה בת שנות אלפים
להיות עם חפשי בארצינו
ארץ ציון וירושלים
(ארץ ציון דוד בה חנה)

דא האט איר די ליריקס פון התקוה ציזאמען מיטן ניגון
https://youtu.be/V9hav4QPSeU

דא האט איר א ריזיגע בענד מיט א קווייער וואס זינגט עס
https://youtu.be/Bn4iVOt3OAE

א הערליכע ווערסיע פון א כאר וואס זינגט עס ביי א גרויסע מעמד (כבין נישט זיכער וואו דאס איז, איינער ווייסט?)
https://youtu.be/lMwSlp7I7IQ

די אריגינעלע כתב יד פון די ווערטער
בייגעלייגטע פיילס
Screenshot_20220503-203235_Chrome.jpg
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר